לחיים, דער אייבערשטער זאל העלפן, רבי חיים יודא ז"ל זאל זיין א גוטער בעטער פאר די קינדערלעך, די גאנצע משפחה, יעדער זאל האבן הצלחה און סייעתא דשמיא, אלעס זאל זיך פירן גוט און גרינג.
דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זיין א גוטער בעטער פאר זיין טאטע, פאר זיין מאמע, רבי חיים יהודה בן אהרן, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, אלע בני משפחה וכל הנלוים אליו, אלע ידידים, אלע גוטע פריינט. די נשמה זאל פועלן פאר יעדן איינעם וואס ער דארף, און מען זאל שוין זוכה זיין ויקיצו וירננו שוכני עפר בביאת הגואל במהרה.
*
מען זאגט ביים בענטשן, 'הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת'. מפרשים שטעלן זיך, די לשון הפסוק אין עמוס אין תרי עשר (עמוס ט, יא) איז 'ביום ההוא אקים את סוכת דויד הנופלת' - דארט איז דער מקור פון דעם לשון - 'ביום ההוא' ווען משיח וועט קומען, 'אקים', וועל איך אויפשטעלן 'סוכת דוד הנפלת'. וואס טייטשט 'סוכת דוד הנפלת'? רש"י זאגט אז עס גייט ארויף אויפן בית המקדש ווערט אנגערופן 'סוכת דוד', מען זאגט אין די הושענות 'הושענא סוכת דוד', דאס מיינט דער בית המקדש. דער תרגום יונתן ברענגט אן אנדערע פשט, אז 'סוכת דוד' מיינט 'מלכות בית דוד'.
עס איז דא א ספר 'כתר ראש' פון רבי חיים וואלאזשינער זי"ע, ער זאגט אז 'סוכת דוד' גייט ארויף אויף כלל ישראל. די גמרא זאגט אין ברכות (דף ד' ע"ב) 'נפלה ולא תוסיף קום בתולת ישראל' (עמוס ה, ב), 'נפלה' עס וועט אראפפאלן, 'ולא תוסיף' עס וועט נישט קענען מער פאלן, דעמאלטס וועט זיין 'קום בתולת ישראל'. איז 'סוכת דוד הנופלת' כלל ישראל פאלט אראפ, דעמאלטס וועט זיין 'קום בתולת ישראל'.
יהי' איך שיהי', פארשידענע טייטשן, אבער מען זאגט 'הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנפולת'. 'שנפלה' וואלט מען געדארפט זאגן, עס איז אראפגעפאלן, עס איז נעבעך חרוב געווארן, פארוואס זאגט מען 'הנופלת' א לשון הוה אז עס האלט אין איין פאלן?
'בסוכות תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים' (ויקרא כג, מג). פרעגן די מפרשים, דער הייליגער רבי ר' הערש אלימלך אין בני יששכר איז מרמז די קשיא, פארוואס שטייט 'למען ידעו', איבעראל שטייט 'למען תזכרו', ביי ציצית שטייט (במדבר טו, מ) 'למען תזכרו ועשיתם אותם'. וואס איז די לשון 'למען ידעו'? און וואס איז די לשון 'כי בסוכות הושבתי את בני ישראל', וואס וויל ער מיר זאגן 'כי בסוכות הושבתי'? אידן זענען געווען אין 'סוכות'. וואס איז 'הושבתי', איך האב אריינגעזעצט אידן? וואס איז פשט אין דעם?
קען אפשר זיין דער ענין אזוי. עס שטייט אין פסיקתא, רבי חלבו האט נאכגעזאגט פון בי רב שילא, אז שלמה המלך האט געוואלט זאגן א מזמור ווען ער האט געבויט די בית המקדש. שטייט אין מדרש אין פסיקתא אז דוד המלך האט געזאגט, ער האט פרובירט צו זאגן, 'התפלל, התפלל' און עס איז עפעס נישט געגאנגען. 'ולא ירדה אש מן השמים', עס איז נישט אראפגעקומען קיין פייער פון הימל. 'עד שאמר', ביז ווען ער האט געזאגט 'זכרה לחסדי דוד עבדי', געדענק מיין קנעכט דוד. דעמאלטס איז אראפגעקומען די אש מן השמים, און דעמאלטס האט ער געזאגט 'מזמור שיר חנוכת הבית לדוד, ארוממך ה' כי דליתני', די קאפיטל האט ער דעמאלטס געזאגט אין זכות פון דוד און דעמאלטס איז
אראפגעקומען אש מן השמים, און דעמאלטס האט מען מקדש געווען דעם בית המקדש.
וואס איז פשט אין די ווערטער? שלמה המלך האט געדאוונט און געדאוונט און געדאוונט, ער האט דאך אויפגעבויט די בית המקדש, ער האט גארנישט געארבעט. ער האט געזאגט, 'זכרה לחסדי דוד עבדי', דעמאלטס 'מזמור שיר חנוכת הבית לדוד', דעמאלטס איז אראפגעקומען די פייער און עס איז נתקדש געווארן. עס דארף דאך א ביאור דעם ענין.
*
מיר זענען זיך צוזאמגעקומען היינט צום יומא דהילולא פאר מיין אומפארגעסליכע זון, רבי חיים יהודה זכרונו לברכה, לא ימוש מתוך זכרוני. איך קען אייך זאגן בנאמנות, עס גייט נישט אדורך פיר און צוואנציג שעה וואס איך געדענק נישט דעם הייליגן נשמה.
יעדער טאטע האט א קשר, יעדער מאמע האט א קשר מיט א קינד, אבער אמאל איז דא א קינד וואס האט געטראגן דעם עול, געווען אזוי איבערגעגעבן, אזוי מסור בלב ונפש, יומם ולילה, דאס קען מען נישט פארגעסן, דאס פארגעסט זיך נישט. איך האב פאריאר נאכגעזאגט פון הרב קאפלמאן זצ"ל אז עס איז א לאך אין הארץ און דאס קען זיך נישט פארנייען. אזוי איז עס, מען זאל נישט געפרואווט ווערן, איך האב אויך נישט געוואוסט וואס דאס מיינט, און קיינער זאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, אבער עס איז זייער שווער.
בפרט א קינד וואס איז געווען אזוי איבערגעגעבן, בכל דבר וואס איז שייך לביתנו, אלע זמנים, יעדע געלעגנהייט, יעדע מצב איז ער דא געווען, אומגעזאגט, אומגעהערט, אבער ער האט ערלעדיגט וואס עס דארף ווערן ערלעדיגט. איך האב נישט געוואוסט אפילו וואס ער ערלעדיגט, אבער עס איז געווארן ערלעדיגט. עס איז לא יאומן כי יסופר. דא אין בית המדרש, די מתפללי בית המדרש זעען דעם חלל, ווער עס ליגט דא אינעווייניג, דעם מורא'דיגן חלל אין יעדן ענין, אין יעדן געביט. די הייליגע טעג, די פרייליכע טעג, זמן שמחתינו, וואס ער האט אנגעווערטשאפט און דא געפירט א מערכה, לא יאומן כי יסופר.
אבער איך וויל דא רעדן פון אן ענין וואס איך האב געטראכט היינט, וואס מ'דארף דא אביסל ערוועקן.
אין תהלים (נו, יא) שטייט 'באלקים אהלל דבר, בה' אהלל דבר', זאגט די גמרא (ברכות ס:), אז דוד המלך, מלך ישראל, האט אלס געדאנקט דעם אייבערשטן. 'בה" ווען עס איז געווען רחמים, 'אהלל דבר' דעמאלטס דאנקט זיך. אבער דער חידוש איז נישט 'בה' אהלל דבר', נאר דוד המלך איז 'באלקים אהלל דבר', ווען עס איז געווען שווערע צייטן, האט ער אויך געדאנקט דעם אייבערשטן. ער האט אייביג געדאנקט. די 'כשם שמברך' איז געווען ביי דוד המלך מיט א גרויסן פארנעם, ער האט דאך מיטגעמאכט צרות יגון ואנחה, מען האט דאך נישט קיין השגה וואס דער מלך ישראל, דוד המלך האט מיטגעמאכט, נישט אומזיסט איז דער תהלימ'ל אזוי אנגענומען ביי כלל ישראל און עס פועל'ט ישועות, ווייל דוד המלך האט מיטגעמאכט 'בברחו מפני אבשלום בנו', זיין אייגן קינד האט אים געוואלט הרג'ענען, לא עלינו ולא עליכם. דוד המלך האט מיטגעמאכט איבערמענטשליכע, אומפארשטענדליכע צרות יגון ואנחה, אבער 'באלקים אהלל דבר', ער האט אלס געדאנקט דעם אייבערשטן. עס איז נישט געווען א בחינה ביי אים ער זאל זיין צעבראכן, ער זאל זיין מיואש, ער זאל זיין 'דעפרעסט'. עס איז נישט געווען אזא זאך. ער איז געווען א שטיק שבח והודיה. נישט אומזיסט איז דא דער 'שיר' 'מזמור' פון דוד המלך, 'מזמור לדוד', 'למנצח בנגינות', אלע מיני יסודות פון דוד המלך.
עס איז דא א שטיקל פון רבי יונתן אייבשיץ זי"ע, וואס ער זאגט א מורא'דיגע זאך. שטייט אין תהלים (מט, ה) 'אפתח בכינור חידתי', וואס איז פשט 'אפתח בכינור', מיט א פידל? דוד המלך איז דאך געווען 'כינור היה תלוי למעלה מראשותיו', די גמרא אין ברכות זאגט (דף ג' ע"ב), ער איז געשלאפן מיט א פידל. סוכות איז א זמן ביי צדיקים מען האט געשפילט מיטן פידל, וואס איז דער ענין?
ווייסן דאס, אז מען דרוקט אויף די סטרונעס, מען דרוקט גוט שטארק, קומט ארויס מער א זיסע נעימות'דיגע קול. דוד המלך האט מען זייער אסאך געדרוקט, ער האט געהאט דוחקא בתר דוחקא. אבער 'אפתח בכינור חידתי', ער איז געווען אזוי ווי דער פידל, ער האט ארויסגעגעבן א שענערע קול, ווי מער מען האט אים געדרוקט, האט ער געזונגען שענער, 'באלקים אהלל דבר, בה' אהלל דבר'.
רבותי, עס איז דא א ווארט פון טשארטקובער רבי'ן, יש אומרים אז עס קומט פון דער קאברינער, פון לעכאוויטש, פון דעם חדר. אבער דער ווארט איז א מורא'דיגע ווארט. וואס איז דער ווארט? מ'זאגט אין הלל, יעדן טאג יעצט סוכות, 'צרה ויגון אמצא ובשם ה' אקרא', איין פסוק. 'כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא'. רבותי, עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן די צוויי פסוקים, קודם קען מען עס אפטייטשן, 'צרה ויגון אמצא', איך בין אינמיטן א צרה, איך בין אינמיטן א פלאָג, 'ובשם ה' אקרא', איך רוף דעם שם הוי"ה, דעם אייבערשטן, איך דאנק אים און איך בעט אים, דאס איז איין פסוק. 'כוס ישועות אשא', איך האב א ישועה, איך הייב אויף דעם כוס, 'ובשם ה' אקרא', אבער עס איז דא א נפקא מינה צווישן די צוויי. דער ערשטער ענדיגט זיך א פסוק, 'צרה ויגון אמצא', קומט נאכדעם צוויי פינטלעך, פארטיג א פסוק, און 'ובשם ה' אקרא' איז א נעקסטער פסוק, דאס איז ביי דעם. ביי 'כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא' איז איין פסוק. וואס איז פשט?
זאגט דער הייליגער טשארטקובער אדער דער קאברינער, דער לעכאוויטשער חדר, זאגן זיי א מורא'דיגע ווארט. ווען עס איז 'צרה ויגון אמצא', מוז מען האבן א הפסק, התבוננות, איך זאל קענען דאנקען דעם אייבערשטן. וועלכע מענטש אינמיטן א צרה קען דאנקען דעם אייבערשטן? מען דארף זוכה זיין דערצו. 'צרה ויגון אמצא' איז דא א פינטל, עס שטעלט זיך אפ, מתבונן זיין און נאכדעם 'ובשם ה' אקרא'. 'כוס ישועות אשא' דאנקט זיך פון זיך אליין, עס איז איין פסוק, 'ובשם ה' אקרא'.
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע האט געהאט אן איידעם, ער האט געהייסן רבי ליפמאן, א גרויסער צדיק געווען. ער איז אמאל אנגעקומען
קיין קאצק צום קאצקער רבי'ן. האט דער קאצקער רבי געזאגט, 'ליפמאן, זאג מיר עפעס נאך פון דיין שווער, פונעם ראדאמסקער רבי'ן, רבי שלמה'לע'. ער טראכט און טראכט, זאגט ער כ'וועל זאגן פארן קאצקער רבי'ן א ווארט פון מיין שווער. דוד המלך איז אנדערש ווי אהרן הכהן. אהרן הכהן, לא עלינו ולא עליכם, ער האט פארלוירן נעבעך נדב ואביהוא, 'וידום אהרן', ער איז שטיל געשוויגן, ער האט גארנישט געקרעכצט, גארנישט געזאגט. ער האט געוואוסט, 'קבלו עליכם מן השמים' אזוי וויל דער אייבערשטער. דוד המלך, 'למען יזמר"ך כבוד', ווען מ'האט אים גע'רודפ'ט האט ער געזונגען, 'ולא ידום', ער איז נישט געווען אזוי ווי אהרן וואס האט געשוויגן, ער איז געווען א מדרגה העכער.
דער קאצקער רבי איז איבערגענומען געווארן פון דעם ווארט פונעם תפארת שלמה, א מורא'דיגע ווארט, א מורא'דיגע ווארט, אז אהרן הכהן איז געווען 'וידום', דוד המלך איז געווען א העכערע מדרגה, למען 'יזמרך' כבוד.
'מזמור שיר חנוכת הבית לדוד', שלמה האט עס געזאגט ווען עס איז אראפגעקומען די אש מן השמים. וואס שטייט אין מזמור שיר חנוכת הבית? שטייט, 'ארוממך ה' כי דליתני ולא שמחת אויבי לי, ה' אלקי שועתי אליך ותרפאני', ער איז געווען קראנק ל"ע, 'העלית מן שאול נפשי', ער איז געווען אין גרוב, דוד המלך איז געווען אין א ביטערע מצב, אבער למען 'יזמרך' כבוד, איך האב 'געזינגען' 'ולא ידום'.
מורי ורבותי, דער בעלזער רב, רבי אהר'עלע, נאך אוישוויץ, עס איז געווען א מורא'דיגע מצב נעבעך, ער האט אליינס פארלוירן א שטוב, ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, ער האט זיך צוזאמגענומען מיט די פאר איבערגעבליבענע אידעלעך, בעלזע חסידים, און מען האט געמאכט א סעודת הודאה. איז געווען א איד וואס איז געזעסן דארט, און ער פרעגט: רבי, וואס סעודת הודאה? ווען סעודת הודאה? דער רבי האט גע'חשבונ'ט וויפיל אידן זענען נעבעך אומגעקומען עלו על מוקדה, זענען ארויף מיט פלאמען פארן אייבערשטן, כבשן האש? דער רבי מאכט א סעודת הודאה
אז ער איז געבליבן? וואו קומט אהער א סעודת הודאה? אזוי האט ער געפרעגט דעם בעלזער רב.
האט דער הייליגער בעלזער רב זי"ע געזאגט אזוי, א מורא'דיגע מורא'דיגע פשט. שטייט אין פרשת בשלח - עס איז געווען דעמאלטס שבת שירה ווען מען האט געמאכט די סעודת הודאה, שבת שירה, א זמן פון הודאה. שטייט אין פרשת בשלח (שמות יג, יח), 'וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים'. זאגט רש"י, וויפיל זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים? אחד מחמשה. עס זענען ארויס זעקס הונדערט טויזנט אידן, אבער דאס איז געווען אן אחד מחמש. שטעלט אייך פֿאָר וויפיל מיליאן זענען געבליבן. עס איז דא א דעה אין חז"ל אחד מחמשים, דרייסיג מיליאן איז געבליבן דארטן. אחד מחמש מאות איז דא א דעה. שטעלט אייך פֿאָר. זאגט דער בעלזער רב, עס איז ארויסגעגאנגען פראצענטועל גארנישט לגבי וואס איז געבליבן. אבער, 'אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת לה". מען האט געזונגען שירה. 'עלה בלבו לשיר'. וואס פשט? ווי קען דאס זיין? דיין קשיא. דו פרעגסט ווי קען מען זינגען שירה? ווי קען מען דאנקען דעם אייבערשטן? אז עס געשעט אזעלכע אומגליקן, ווי קען מען דאנקען דעם אייבערשטן?
האט געזאגט דער בעלזער רב, רש"י זאגט 'מכאן רמז לתחיית המתים מן התורה'. זאלסט וויסן אז דאס איז א נצחיות, זיי זענען געגאנגען שלאפן פאר א שטיק צייט, אבער זיי גייען צוריקקומען, 'יקיצו וירננו שוכני עפר', מען דארף האבן אמונה אז עס איז נאר א צייטווייליגע זאך. די אלע וואס זענען פארברענט געווארן אין אוישוויץ - האט געזאגט דער בעלזער רב, דאס איז נאר א דורכגאנג, עס איז עראי, עס וועט קומען די עולם הבא, די עולם הנצחי, וועלן זיי אלע אויפשטיין תחיית המתים, אזוי לעבט א איד.
מורי ורבותי, איך טראכט אריין, רבי חיים יהודה זכרונו לברכה, ווען מען האט אים דייאגנאזט אין שפיטאל, דעמאלטס ווען ער האט נעבעך געהערט די ביטערע בשורה, די דאקטוירים ימח שמם זאגן דאך אין פנים אריין אָן רחמנות, אָן א געפיל, נישט מער נישט ווייניגער, די כוחות למעלה מדרך הטבע. צוויי זאכן האט ער געטון, איין זאך האט ער געטון, ער האט געמאכט א ניגון, ער האט דאך די גרויסע כח אין נגינה. ער האט
געמאכט דעמאלטס א ניגון. שטעלט אייך פֿאָר, א מענטש זעט דעם טויט פאר די פנים, און ער מאכט א ניגון צו דאנקען דעם אייבערשטן, עס איז דאך לא יאומן כי יסופר, ווי א בשר ודם קען עס טון. 'אז ישיר', 'אז עלה בלבו לשיר', דעמאלטס האט ער געקענט.
אתרוג דא ליבא
אפשר קען מען זאגן א רמז אז עס האט צו טון מיט סוכות, ווייל עס שטייט אין זוהר הקדוש (פ' ויחי רכ:) 'אתרוג דא ליבא', אתרוג איז דער הארץ. אין מדרש שטייט אז אתרוג איז אקעגן די הארץ. 'עלה בלבו לשיר', ער האט נישט געוואוסט נעבעך וואס, 'ניבא ולא ידע מה ניבא', אז ער וועט לעבן ביז סוכות. קיין קרעכץ נישט געגעבן.
שלא לצער אביו
אבער ער האט געהאט נאך א דאגה, וואס לא יאומן כי יסופר, נישט אנרופן, נישט זיין טאטן, נישט זיין מאמען, נישט מצער זיין. ער האט געזאגט פאר זיינע ארומיגע, אבער מיר האט ער נישט געזאגט קיין איין ווארט, "טאטי מאמי זאלן נישט האבן קיין צער". איר קענט זיך פאָרשטעלן וואס דאס מיינט? א קינד איז דאך כרוך אחר אביו ואמו.
איך בין דאך מיטגעגאנגען מיט אים צוויי א האלב יאר, יעדעס מאל, וואו און ווען און וואס און וואו בין איך מיטגעגאנגען. קיין איין מאל! איך קען עס זאגן אין א מקום קדוש אין א סוכה, קיין איין מאל האט ער נישט געזאגט קיין קרעכץ! 'טאטי וואס זאגט דער דאקטאר'? קיין ווארט נישט! די אמונה, די דורכגעקאכט אין אידישקייט, דעם 'אז ישיר', דעם 'למען יזמרך כבוד', דעם 'מזמור שיר חנוכת הבית', דאס איז געווען זיין מורא'דיגע כח. דאס איז לא יאומן כי יסופר, דאס איז דער כח.
מען גיט א קוק דוד המלך - איך האב אזוי מתבונן געווען - לאמיר געבן א בליק אויף דעם דוד המלך, וואס ער איז געווען דער ראש פון שירה, ער איז געווען 'בשם אהלל דבר, באלקים אהלל דבר'. דער דוד המלך, ער איז געבוירן, האט ער געדארפט זיין א נפל, ער האט נישט געהאט קיין יארן, ער האט געלעבט דריי חדשים דער דוד המלך, נישט מער ווי דריי חדשים. שטייט אין ילקוט (בראשית, רמז מ"א), אדם הראשון
האט געזען, 'זה ספר תולדות אדם, הראה הקב"ה לאדם הראשון דור דור ודורשיו', האט ער געוויזן דוד המלך. פרעגט ער, 'וואס איז דאס, דריי חדשים האט ער צו לעבן'. עס איז דא א זאך ווען מען גיט אוועק א מתנה אין הימל? אזוי האט געפרעגט אדם הראשון. זאגט דער אייבערשטער, 'יא'. זאגט ער, 'ווי לאנג דארף איך לעבן'? זאגט דער אייבערשטער, 'טויזנט יאר'. 'איך געב אים זיבעציג יאר פון מיין לעבן', האט געזאגט אדם הראשון, 'איך וועל לעבן ניין הונדערט און דרייסיג יאר, און די איבריגע גיב איך פאר דוד המלך'. האט געזאגט דער אייבערשטער, 'מען דארף עדות אויף דעם, אפשר זאגסטו און דו וועסט צוריקציען'. איז געגאנגען און מען האט גענומען מלאך מט"ט, ער האט אונטערגעשריבן, כביכול דער אייבערשטער האט אונטערגעשריבן, און אדם הראשון האט אונטערגעשריבן. מען האט אוועקגעגעבן זיבעציג יאר.
הערטס א מעשה, עס איז אנגעקומען, ווען ער האט שוין געהאלטן ביי ניין הונדערט און דרייסיג יאר אדם הראשון, 'כאלף שנים בעיניך כיום אתמול', זאגט ער פארן אייבערשטן: איך האב חרטה, איך וויל נאך לעבן, איך לעב דאך, פארוואס זאל איך אוועקגעבן די זיבעציג יאר? זאגט דער אייבערשטער: דו האסט געמאכט א שבועה, א נדר, דו קענסט נישט חרטה האבן. זאגט ער, כ'וויל דאך חרטה האבן. מען האט אים געזאגט: יעקב אבינו, דיין אייניקל וואס וועט ארויסקומען פון דיר, איז 'וידר יעקב נדר לאמר', און ער האט איינגעהאלטן זיין נדר, מען קען נישט צוריקציען.
טייטשט מיט דעם דער של"ה הק' א מורא'דיגע טייטש. שטייט דארטן 'אל תבטחו בנדיבים'. אדם הראשון האט געגעבן יארן, ער האט מנדב געווען יארן, פארלאז דיך נישט אויף דעם נדיב, 'אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה'. 'תצא רוחו' ווען ער האלט ביים שטארבן, איז 'ישוב לאדמתו', און ממילא זעסטו דאך אז עס איז גארנישט ווערד. אבער יעקב האט געראטעוועט די מצב, 'אשרי שאל יעקב בעזרו שברו על ה' אלקיו', ווייל יעקב אבינו האט קיינמאל נישט עובר געווען קיין נדר.
קומט דאך אויס אז אדם הראשון האט געהאט געשאנקענע יארן. ער איז געווען א נפל און ער האט נישט געהאט גארנישט, נאר אדם הראשון האט אים געגעבן. דער דוד המלך אין די געשאנקענע יארן האט ער געהאט ביטערע יארן, ביטערע יארן. מען האט פריער געזאגט "באלקים הלל דבר', אבער 'מזמור לדוד' ער האט געזונגען שטענדיג. עס איז א מדרגה.
אולי קען מען זאגן דא א מורא'דיגע זאך. דוד המלך, יעדע מינוט האט ער געמיינט ער שטארבט, אפילו די יארן וואס ער האט געקריגן האט אדם הראשון געוואלט צוריקציען.
דוד המלך, זאגט מען אין 'לדוד ה' אורי', 'לדוד ה' אורי' גייט ארויף אויף ראש השנה - זאגט דער מדרש שוחר טוב, 'וישעי' גייט ארויף אויף יום כיפור. 'ה' מעוז חיי', דאס איז סוכות, אזוי זאגט דער פנים יפות. דארט שטייט 'כי יצפנני בסכה' זאגט דוד המלך, דער אייבערשטער באהאלט מיך אין די סוכה, 'יסתירני בסתר אהלו', איז פיל איך מיך 'בצור ירוממני', ער הייבט מיך אויף אויף א פעלזן שטיין.
די סוכה איז אן אוהל ארעי, די גמרא זאגט (דף ב' ע"א) 'צא מדירת קבע ושב בדירת עראי', דאס איז די סוכה. וואס טייטשט אוהל ארעי? מען צענעמט עס, עס גייט, עס קומט, עס איז נישט קיין בנין, עס איז נישט קיין הויז. 'סוכת הנופלת', יעדע מינוט קען עס איינפאלן. עס איז נישט פשט אז עס איז נפלה, יעצט שטייט די סוכה, איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין די נעקסטע שעה, די נעקסטע טאג, די נעקסטע וואך, עס איז דאך אן אוהל ארעי. זאגט דוד המלך, איך לערן מיך אפ פון סוכה, סוכה איז 'צלא דמהימנותא', שטייט פון צדיקים אז פסח איז 'מיכלא' דמהימנותא. 'צלא דמהימנותא', זאגט דער הייליגער דברי חיים, איז אסאך שטערקער, איך וואוין אין די אמונה, איך בין אונטער די שאטן פון די אמונה. איך עס אמונה, איז א מדרגה, אבער איך בין אונטער די שאָטן, 'כי יצפנני בסכה'. דאס ווייזט דוד המלך, דוד המלך זאגט עס אז עס איז אן אוהל ארעי, 'סוכת הנופלת'. אבער וויאזוי האלט איך מיך? איך גלייב אינעם אייבערשטן, איך האב בטחון אינעם אייבערשטן.
בני היקר והחביב והנחמד כבבת עיני, האט געהאט די מדרגה פון אמונה און בטחון אויפן גרויסן פארנעם.
אמונה ברורה
איך שטיי און איך שטוין, איך זאג באמת'ן, אין די יארן, אין די דרייסיגער יארן, זאל א מענטש זיך אזוי אויפהייבן, האבן אזא ריינע אמונה, די אמונה ברורה, נישט צווייפלען. ער האט דאך געקענט טראכטן, ער איז דאך געווען א קלוגער מענטש, ער האט דאך געזען וואו ער האלט, ער האט פארשטאנען וואו ער האלט, אבער ער איז אנגעגאנגען מיט א תוקף.
כיבוד אב
כ'האב שוין פאריאר יארן געזאגט, ער איז אראפגעקומען פרייטאג צונאכטס, ממש ווי לאנג עוד בו נשמתו, איז ער אראפגעקומען זאגן גוט שבת פאר די עלטערן. ער האט זיך אנגעשטרענגט, ער איז אנגעקומען צו מיר אהיים, ער האט זיך אראפגעלייגט נעבעך דעם קאפ, ער האט נישט געהאט קיין טראפ כח, ער איז געווען שוואך, אבער ער איז אנגעגאנגען מיט א שמייכל און פרובירט אלסדיג.
איך האב שוין געזאגט דאס אויך איינמאל, ער איז געקומען אין בית המדרש שטיין ביים בימה אז דער טאטע זאל נישט דאגה'ן אז ער איז נישט געקומען היינט אין בית המדרש, אז דער טאטע וועט ווערן אויס מענטש און ער וועט זיך זארגן וואו ער איז. ער האט גוט פארשטאנען וואס איך זארג מיך, אבער ער איז געקומען און זיך געשטופט און געשטופט, די מדרגה אין כיבוד אב.
עס קומט יעצט א יארצייט, דארף א איד וויסן און טראכטן וואס מען האט דא פארלוירן, און וואס אונז קענען מיר זיך אפלערנען. דאס וועט זיין א תיקון ועילוי פאר די הייליגע נשמה, צו וויסן אז מען וועט זיך אפלערנען פון דעם, האבן דעם אמונה, דעם ריכטיגן אמונה.
שלא שם חלקינו כהם
דער הייליגער רבי ברענגט פונעם הייליגן חיד"א, אז דער חיד"א פרעגט דאך די קשיא בשם קדמונים, פארוואס אויפן מן און אויפן בְּאֵר האט מען נישט געמאכט קיין זכר, אבער אויף ענני הכבוד האט מען יא געמאכט א זכר? ברענגט דער הייליגער רבי ר' הערש אלימלך בשם רבי ישי זאן, א ספרדישער גדול, זאגט ער א מורא'דיגע זאך: דער מן האט מען זיך אפגערעדט, אז מען האט נישט וואס צו עסן, אונז זענען מיר הונגעריג, דער באר אונז זענען מיר דארשטיג. אזא זאך מאכט מען נישט קיין זכר, אז מען רעדט זיך אפ מאכט מען נישט קיין זכר. די ענני הכבוד האבן אידן נישט געבעטן, דאס האט דער אייבערשטער אליינס געגעבן. און א איד זאל דאנקען דעם אייבערשטן מאכט מען א זכר אויף א זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן, ווייל איך האב מיך פארלאזט אויפן אייבערשטן.
וואס איז די ענני הכבוד? ארומגענומען, וואס היט מיך אפ, איך האב נישט קיין שום דאגה פון די שונאים, פון די מצריים, עס האט מיך אפגעהיטן, עס האט געברענגט אלע השפעות, די ענני הכבוד. 'למען ידעו', נישט נאר מען דארף געדענקען, נאר למען ידעו, איר זאלט עס וויסן תשפ"ו, זאלט איר וויסן, למען ידעו דורותיכם, כי בסוכות 'הושבתי' את בני ישראל. איר זאלט מרגיש זיין אז איך האב ענק אריינגעזעצט. א איד האט נישט וואס צו דאגה'נען פון וואו וועל איך נעמען פרנסה, פון וואו וועל איך האבן דאס, פון וואו וועל איך האבן א שידוך, פון וואו וועל איך האבן אלעס. זאלסט וויסן, עס איז דא א באשעפער. 'שלא שם חלקנו כהם וגורלנו ככל המונם', אונז האמיר א באשעפער וואס אונז האמיר צו אים צו האפן.
נפשי כגמול עלי אמו
עס איז דא א פסוק, א מורא'דיגע פסוק אין סוף פרשת שמות, אולי קען מען זאגן א דבר חדש. אין סוף פרשת שמות שטייט אזוי אין פסוק אין פרשת פקודי (שמות מ, לח) 'כי ענן ה' על המשכן', די וואלקן איז געווען אויפן משכן, 'יומם' בייטאג, דאס איז די ענני הכבוד, 'ואש' און די עמוד
האש 'תהיה לילה', 'לעיני כל בית ישראל בכל מסעיהם, חזק חזק ונתחזק'. וואס פשט אין דעם? איז דא אן אינטערסאנטע רש"י. רש"י זאגט, ווען אידן זענען געגאנגען, איז דער ענן געגאנגען צו דער פלאץ וואו זיי זאלן רוען. דאס טייטשט, ער איז שוין געגאנגען 'ויסעו מסוכות ויחנו ברעמסס', איז דער וואלקן געגאנגען פון סוכות צו רעמסס, מקום חנייתם. איי, פרעגט רש"י א קשיא, פארוואס שטייט 'בכל מסעיהם', עס האט דאך גערוט דארטן. 'וילך למסעיו, אלה מסעי'? זאגט רש"י, 'שהמקום החניה חזרו ונסעו'. זיי האבן דאך געהאלטן אין איין ציען, זיי האבן דאך געדארפט אריינגיין קיין ארץ ישראל עמפטליך. איז די גאנצע זאך געווען געצויגן געצויגן. שטייט 'בכל מסעיהם', אפילו זיי האבן גערוט, אבער ווען זיי האבן גערוט איז אויך געווען א צוועק פונעם ציען. אבער עס איז נאך אלס שווער, זיי זענען טאקע געגאנגען למסעיהם, אבער למעשה האבן זיי גערוט, עס איז געווען א 'ויחנו', ווייל זיי זענען ווייטער געגאנגען איז 'ויחנו, ויסעו'?
קען זיין דער ענין אזוי. עס איז דא א ווארט פון אסיפת מוסר, רבי חיים שמואלעוויטש זצ"ל זאגט זייער א שיינער פשט, כ'האב עס שוין כמה פעמים נאכגעזאגט. די גמרא אין מסכת שבת זאגט (דף ל"א ע"ב) אז די אבות מלאכות, איינס איז 'סותר', מען צעווארפט א זאך, 'סותר על מנת לבנות במקומה', מען דארף אייביג אויפבויען אויף יענע פלאץ, א מלאכה אין די תורה הייסט נאר לגבי שבת, ווען דו צעווארפסט עס דארט אויפצובויען. פרעגט די גמרא, מען לערנט דאך אלעס ארויס פון משכן, און אין משכן האט מען צעווארפן דעם משכן און מען האט גערוט ערגעץ אנדערש, מען האט נישט גערוט אויף דעם פלאץ? ענטפערט די גמרא, עס הייסט אזוי ווי מען האט גערוט אויף דעם פלאץ. פארוואס? כיון דכתיב, ווייל עס שטייט אין פסוק (במדבר ט, יח) 'על פי ה' יסעו ועל פי ה' יחנו', כמאן דנבנה במקומו דמי, סותר על מנת לבנות, ווייל דער אייבערשטער האט געפירט, מען איז נישט געווען קיין אייגענער בעל הבית, איז ממילא, אפילו מען האט גערוט ערגעץ אנדערש, הייסט עס דארטן די זעלבע פלאץ, עד כאן דברי הגמרא.
איז ער מסביר א מורא'דיגע זאך. זאגט ער אזוי, ווען איינער פֿאָרט למשל פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, ער פארט צען מינוט, איז ער צען מינוט אוועק פון וויליאמסבורג. מען פרעגט אים וואו ביזטו? איך בין שוין צען מינוט אוועק, עס איז נאך דא א צוואנציג מינוט אנצוקומען קיין בארא פארק. וואס איז טאמער א קינד זיצט אויף די מאמעס שויס און זי פארט אין א קאר סערוויס. ווען מען וועט רעדן וואו דאס קינד איז, וועט מען נישט זאגן אז דאס קינד איז געווען אין וויליאמסבורג און ער גייט קיין בארא פארק, נאר דאס קינד זיצט אויף די מאמעס שויס! וואו די מאמע איז, איז עס פארבינדן מיטן מאמען, עס האט גארנישט צו טון מיט דא, דארט. זי זיצט אויף די מאמעס שויס.
זאגט רבי חיים ז"ל, נפלא מאוד, דוד המלך איז 'נפשי כגמול עלי אמו, כגמול עלי נפשי', ער זייגט פוונעם מאמע און ער זיצט אויפן מאמעס שויס. דאס איז דוד המלך, ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן. ממילא איז נישט שייך צו זאגן, נאר איך בין אויפן מאמעס שויס, וואו איך בין בין איך אויפן מאמעס שויס.
השלך על ה' יהבך
רבותי, שטייט אין אר"י הק' אז די סוכה ווערט אנגערופן 'אימא עלאה', די אויבערשטע מאמע. דאס איז פשט, ווייל די סוכה לערנט אונז אויס, אונז זעמיר נישט דא, אונז זעמיר נישט דארט, מען פארלאזט זיך אויפן הייליגן באשעפער, אזוי ווי די קינד אויפן מאמען. 'השלך על ה' יהבך', מען ווארפט זיך ארויף אויפן אייבערשטן, דאס איז די סוכה.
אולי קען מען טייטשן מיט דעם זייער שיין. 'כי ענן ה' על המשכן', בייטאג איז געווען די ענן, 'ואש תהיה לילה', איז 'לעיני כל בית ישראל בכל מסעיהם', דאס איז, דארט ציען זיי, מען קען נישט זאגן אז מען רוט דא, מען רוט דארט. מען רוט אין ערגעץ נישט. די מסעות איז אלעס מיטן אייבערשטן, 'נפשי כגמול עלי אמו'.
ווען א איד ווייסט דאס, איז 'חזק חזק ונתחזק'. דו ביסט נישט, עס איז נישט 'אינפלעישן', עס איז נישט שווערע צייטן, 2025, עס איז נישט דא
קיין פרנסה, נישט קיין פייוו נישט, נישט קיין גארנישט, אפילו נישט תשפ"ו אויך נישט. נאר עס איז דא א רבונו של עולם!
כי יצפנני בסוכה
דאס לערנט אונז אויס די סוכה, 'כי יצפנני בסוכה', אפילו עס איז 'ביום רעה', עס גייט אמאל נישט אזוי ווי מען וויל, אבער 'בה' אהלל דבר, באלקים אהלל דבר', 'נפשי כגמול עלי אמו', דאס לערנט אונז אויס דוד המלך. 'הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד' עס איז אן אהל עראי, 'הנופלת', עס האלט אין איין פאלן, אבער 'הוא יקים לנו', 'קום בתולת ישראל', א איד ווערט נישט פארלוירן. דאס לערנט אונז אויס 'למען יזמרך כבוד ולא ידום'.
צלא דמהימנותא
און דאס קען מען זאגן אויף מיין טייערער זון זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן. עס איז מיר זייער שווער צו רעדן די פּאָר ווערטער, גלייבטס מיר אידן, עס קומט מיר אָן זייער שווער. אבער איך וויל דאך טון א טובה פאר די הייליגע נשמה, איך וויל דאך עפעס אויפטון. איך טראכט אז איין איד וועט נתעורר ווערן צו האבן אביסל מער אמונה, 'צלא דמהימנותא', 'צלא דקודשא בריך הוא', מען וועט זיך אביסל מער מאמין זיין אין אייבערשטן, דאס איז שוין כדאי, דאס וועט זיין א זכות.
לעשות נייחא לנשמתו
און פאר מען געזעגנט זיך דא מיט די סעודת הילולא, וויל איך נאכאמאל זאגן און בעטן, טייערע אידן, פארגעסט נישט די נשמה. ווען מען קען כאפן א משנה, מען קען כאפן א קאפיטל תהלים, מען קען זאגן א ברכה לעילוי נשמתו. איין זאך קען איך אייך זאגן, אז דער איד איז קיינמאל נישט שולדיג געבליבן קיינעם. ער איז געווען א מורא'דיגער מורא'דיגער מכיר טובה, זייער 'קארעקט', און ער וועט מטיב זיין פאר יעדן איינעם, 'מיטב שדהו ומיטב כרמו ישלם'.
און די קינדערלעך, זאלסטו נישט פארגעסן - רבי חיים יודל, דיינע לעכטיגע שעפעלעך, האסט איבערגעלאזט דא א שיינע גארטן, בנים
ובנות, יראים ושלמים, לעכטיגע קינדערלעך. מען זעט די חינוך וואס עטס האטס אריינגעלייגט. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ווייטער אנגיין, מען זאל קענען פירן ווייטער די שטוב. די אלע וואס העלפן צו, דער אייבערשטער זאל געבן כח און געזונט פאר יעדן איינעם.
מיר זאלן אלע זוכה זיין בקרוב במהרה מתוך שמחה, עס איז דאך פארט זמן שמחתינו. בה' אהלל דבר באלקים אהלל דבר, כ'בין נישט די מדרגה, אבער עס איז דא אזא זאך, מען דארף זיך פרייען, זמן שמחתנו. זאל דער אייבערשטער העלפן, יעדער זאל געהאלפן ווערן בכל משאלות לבבם לטובה. מען זאל האבן א פרייליכן יום טוב, א לעכטיגן יום טוב. כלל ישראל זאל שוין זיין הושענא למענך גואלינו בפרטיות, גואלינו בכלליות, בביאת הגואל במהרה דידן אמן.