דער געפאלענער עפל, די קערלעך וואס די טויב האט געפונען, און דאס לעבן וואס קומט צו זיין פלאץ
נעבן דעם בית המדרש וואו איך דאוון שטייט אן עפל בוים. יעדן טאג גייען דארט דורך אסאך מענטשן. מען גייט אריין אין בית המדרש, מען גייט ארויס, מען איילט צו דער ארבעט און צו אלע ענינים. אינדערצווישן ווערן אויפן בוים צייַטיג שיינע עפל, זיי פאלן אראפ, ווערן צוטרעטן אונטער די פיס, און די גאנצע גאס ווערט אנגעשמיצט. כמעט קיינער הייבט נישט אויף די אויגן צום בוים און בייגט זיך נישט אראפ צו די עפל.
קיינער וויל זיך נישט מטריח זיין זיך אראפצובייגן, אויפהייבן א גאנצן עפל, אים אהיימנעמען, אפוואשן און עסן. חוץ פון מיר. איך בין דער איין משוגענער וואס בייגט זיך אראפ, זוכט צווישן די עפל איינעם וואס איז נישט צוטרעטן, הייבט אים אויף און נעמט אים אהיים. איך וואש אים גוט, מאך א ברכה און עס אים. ער איז פריש, היימיש און זיס. אפילו די שאלעכץ קען מען עסן. מען האט אים נישט געשמירט. עס איז א פשוט'ער עפל וואס איז געוואקסן דא נעבן בית המדרש.
די קערלעך וואס די טויב האט געפונען
איין טאג בין איך דארט דורכגעגאנגען און געזען א טויב שטיין אינעם צוקוועטשטן עפל. זי האט געפיקעט נאכאמאל און נאכאמאל. קודם האב איך זיך געוואונדערט: וואס זוכט זי אין די שמיץ? ביי די מענטשן איז דאס געווען א צוטרעטער עפל, א שמוציגע זאך וואס מען דארף אוועקווארפן. אבער די טויב איז געשטאנען מיט אן ערנסטקייט, געפיקעט און אוועקגערוקט שטיקלעך עפל, כאילו זי ווייסט פונקטליך וואס זי זוכט.
איך האב זיך מתבונן געווען און געזען אז זי זוכט נישט בעיקר דעם פלייש פונעם עפל. זי זוכט די קערלעך אינעווייניג. אין יעדן עפל זענען דא קליינע קערלעך, דא אויסגעשטעלט אינעם הארץ פונעם עפל, און די טויב פיקט אינעם צוקוועטשטן עפל כדי צוצוקומען דוקא צו זיי. וואס ביי מענטשן איז געווען א מיאוסער אוועקגעווארפענער עפל, איז ביי איר געווען א פלאץ מיט גוטע עסן אינעווייניג.
פלוצלינג האב איך נישט געזען בלויז א געפאלענעם עפל, נאר א גאנצן סדר פון לעבן. דער בוים האט ארויסגעגעבן אן עפל, און אינעם עפל זענען געוואקסן קערלעך. דער קערל טראגט אין זיך דעם כוח פון א נייעם בוים. ווען ער וואלט געפאלן אין א פאסיגן פלאץ און זיך איינגעכאפט אין דער ערד, וואלט פון אים געקענט אנהייבן א נייער בוים, מיט נאך עפל און נאך קערלעך. אבער דא איז געקומען די טויב און אויפגעגעסן דעם קערל. דאס לעבן וואס איז געווען באהאלטן אינעם קערל איז יעצט נישט ארויסגעקומען אלס בוים; עס איז אריין אין דער טויב און געווארן א חלק פון איר לעבן.
אפשר דערפאר האט מיך די טויב אזוי שטארק בארירט. זי האט מיך געלערנט אז קיין זאך איז נישט מיאוס מצד עצמה. עס איז דא א זאך וואס האט נאכנישט געפונען איר פלאץ. פארן מענטש אין גאס איז דאס עפל שמוץ; פאר דער טויב איז ער אן אוצר מיט קערלעך; פאר דער ערד איז ער ווי טאפסאול און אזוי ווייטער. די זעלבע זאך קען זיין, פסולת פאר איינעם, און לעבן פארן צווייטן.
פסולת גורן ויקב
דאס איז אויך דער סוד פון דער סוכה. די תורה זאגט: "חג הסוכות תעשה לך שבעת ימים באספך מגרנך ומיקבך". חז"ל לערנען אז דער סכך קומט פון פסולת גורן ויקב, פון די זאכן וואס בלייבן איבער נאכדעם וואס דער מענטש האט צוזאמעקליבן די תבואה און וויין. די חשוב׳ע מאכלים נעמט ער אריין אין שטוב, און די שטרוי, צווייגן און פסולת ווערן סכך פאר א מצוה.
די סוכה איז נישט געבויט פון דעם חלק וואס דער מענטש האט געגעסן און הנאה געהאט. זי איז געבויט פון די שיריים. דער סכך איז נישט קיין מאכל און נישט קיין שיינע כלי, און מענטשן צאלן נישט פאר אים קיין גרויסע געלטער. און דאך ווערט דוקא מיט אים מקיים די מצוה. דער מענטש זיצט אונטער דער פסולת, מאכט דארט ברכות, עסט און שלאפט, און לייגט זיין גאנץ לעבן אונטער דעם פשוט'ן סכך.
דור הולך ודור בא
אין סוכות לייענט מען קהלת. אויפן ערשטן בליק רעדט קהלת פון א וועלט וואו אלעס גייט פארביי: "דור הולך ודור בא"; די זון גייט אויף און אונטער; דער ווינט גייט און קערט זיך צוריק; די טייכן לויפן צום ים און דער ים ווערט נישט פול. דער מענטש ארבעט, בויט, זאמלט און קויפט, און צום סוף גליטשט אלעס ארויס פון זיינע הענט.
אבער אין קהלת ליגט אויך א ברייטערע הסתכלות. דאס לעבן ווערט נישט בלויז פארשווינדן; עס קומט צוריק אין נייע צורות. וואס ס'פארשווינדט פון אונזערע אויגן אין איין פלאץ קומט צוריק ערגעץ אנדערש. מיר האלטן נישט דאס לעבן אין דער האנט, ווייל דאס לעבן איז נישט אונזער אייגנטום. עס איז א תנועה וואס דער אייבערשטער פירט אין זיין וועלט.
דער עפל קומט פונעם בוים און קערט זיך צוריק אינעם סדר החיים. אמאל גייט ער צוריק אין דער ערד. אמאל וואקסט פלוצלינג פונעם קערל א נייער בוים. אמאל עסט די טויב דעם קערל און זיין כוח החיים גייט אריין אין איר. דער עפל בלייבט נישט קיין עפל, דער קערל בלייבט נישט קיין קערל, און דאס לעבן שטייט נישט אויף איין פלאץ. איין צורה גייט פארביי און פון איר קומט אן אנדער צורה.
אליין געבן חשיבות
עס זענען דא מענטשן וואס קענען נישט מחשיב זיין א זאך, ווען אנדערע זענען דאס נישט מחשיב. זיי דארפן זען א שיינעם סטאר, א הויכן פרייז און אסאך קונים. אבער באמת אין דער מענטש ליגט באהאלטן א כוח: אליינס צו געבן חשיבות פאר א זאך. צו זען א זאך וואס ליגט אין א זייט, זיך אראפבייגן, איר אויפהייבן און ארויסנעמען דעם גוטס.
איך קען דעם כוח אויך פון קליידער. אמאל ברענגען מענטשן בעגס און באקסעס פון קליידער וואס זיי ווילן שוין נישט. איך קען זוכן אינעם הויפן און געפינען איין גוטע שיינע בגד. און זייער אסאך מאל קען ער זיין שענער ווי א נייער בגד אין געשעפט.
דער בגד האט זיך נישט געטוישט אין דעם רגע וואס איך האב אים אויפגעהויבן. וואס ס'האט זיך געטוישט איז דער יחס צו אים. איין רגע איז ער געלעגן אין א בעג צווישן זאכן וואס קיינער וויל נישט; א רגע שפעטער איז ער געווארן א בגד פון א מענטש. איך האב אים געגעבן א פלאץ, זיין 'וועליא' איז אנטפלעקט געווארן. אמאל דארף מען נישט ניי שאפן די זאך; מען דארף נאר אז איינער זאל זי זען, אויפהייבן און זאגן: דו האסט נאך א פלאץ אין דער וועלט.
באמת איז דאס א גרויסער חלק פון דער עבודת האדם. דער אייבערשטער גיט אונז נישט אלעמאל זאכן שיין אויסגעשטעלט אין א שוי־ווינדאו. אסאך מאל לייגט ער פאר אונז געפאלענע זאכן: א תפילה וואס ס'האט זיך נישט אזוי געשפירט, א טאג וואס ס'קוקט אויס נישט געלונגען, א געדאנק וואס קיינער האט נישט מחשיב געווען, א מענטש וואס איז נישט אנגענומען, א כוח אין נפש וואס האט נאכנישט געפונען א פלאץ. מיר באשליסן שנעל אז דאס איז פסולת.
מוצאי יום כיפור טאנצט מען מיט גרויס שמחה און מ'זינגט "המבדיל בין קודש לחול". דאס איז א שיינע הייליגע שמחה. אבער דער מענטש מוז נישט ווארטן אז דער גאנצער ציבור זאל טאנצן מיט אים כדי צו וויסן אז ער האט געהאט א גוטן יום כיפור. ער קען זיך אליין פרייען מיט זיין באשעפער. ער קען זאגן: ברוך השם, איך האב געדאוונט. ברוך השם, איך בין געשטאנען אין בית המדרש. ברוך השם, איך האב געזאגט אפאר אמת'ע ווערטער. עפעס טייערס איז דא געווען.
די טויב דארף נישט דעם גאנצן עפל. אפאר קליינע קערלעך זענען גענוג. אויך דער מענטש ווייסט נישט וועלכע קליינע נקודה אין זיין תפילה איז באמת לעבעדיג. ער קוקט אויף דער גאנצער תפילה און זאגט: זי איז געווען צוקוועטשט; איך האב געהאט מחשבות זרות; איך האב נישט געשפירט; איך האב נישט געדאוונט ווי איך האב געוואלט. אבער אפשר איז אינעם גאנצן דאווענען געווען איין קערל פון אמת, איין ווארט, איין קרעכץ, איין רגע וואס ער איז באמת געשטאנען פאר זיין באשעפער.
אויך דער באשעפער איז כביכול בחינם
עס ליגט דא נאך א טיפערער געדאנק. כביכול דער אייבישטשער אויף דער וועלט דא למטה איז זיין נאמען פארשעימט און מחולל. ער טיילט לעבן, ער איז די חיים פון אלעס, ער געבט ליכטיקייט, לופט, וואסער, פירות און כוחות, און אלעס בחינם. דערפאר שפירן מענטשן נישט אלעמאל די וועליו. ווען מען וואלט געדארפט צאלן יעדן אינדערפרי פארן אטעם, וואלט מען געוואוסט ווי טייער ער איז. ווען מען וואלט געדארפט קויפן יעדן שטראל זון, וואלט מען זיך געוואונדערט. אבער דער אייבערשטער געבט און טיילט אן קיין פרייז, און דער מענטש ווערט צוגעוואוינט און גייט ווייטער.
אבער א איד קען זיך אראפבייגן און אויפהייבן. ער קען נעמען אן עפל וואס איז געגעבן געווארן בחינם, אים אפוואשן, מאכן "בורא פרי העץ", און געבן כבוד פאר דעם וואס האט אים באשאפן. מיט איין ברכה ברענגט ער דעם עפל צוריק צו זיין שורש. ביז יעצט זענען מענטשן דורכגעגאנגען און געטרעטן. יעצט קומט איין מענטש און דערקענט: דא איז א בריאה. דא איז א זיסקייט וואס דער אייבערשטער האט צוגעגרייט. דא איז לעבן.
דאס איז אפשר די ספעציעלע שמחה פון חג הסוכות. מיר גייען ארויס פונעם קבועת'דיגן הויז און זיצן אונטער זאכן וואס האבן נישט קיין גרויסע חשיבות אין די אויגן פון דער וועלט. און עס איז נישט קיין דאך פון שטיינער, א שטארקע בנין און א חיצוניות'דיגע פראכט. עס זענען ווענט, סכך פון פסולת גורן ויקב. און דארט זאגן מיר: "זמן שמחתנו".
קהלת לערנט אז די וועלט גייט פארביי. די סוכה לערנט ווי אזוי מען פרייד זיך אין דער וועלט וואס גייט פארביי. מען דארף נישט האלטן יעדע זאך אויף אייביג. מען דארף איר מקבל זיין ווען זי קומט, מאכן א ברכה, געבן כבוד, און לאזן דאס לעבן גיין ווייטער. וואס קומט יעצט צו מיר מוז נישט בלייבן ביי מיר; אבער ווילאנג עס איז אין מיין האנט, קען איך אריינלייגן קדושה.
זינט איך האב געזען די טויב פיקן אינעם צוקוועטשטן עפל, קוק איך אנדערש אויף דער גאס. די עפל פאלן נאך אלץ. מענטשן גייען נאך אלץ פארביי. אבער אינעם שמוץ זע איך א תנועה. איך זע א פרי וואס איז אמאל געווען א בלום. איך זע קערלעך וואס זענען געוואקסן אין אים. איך זע א טויב וואס געפינט זיי און באקומט פון זיי כוח צו לעבן.
און איך זע אויך מיין אייגענעם לעבן. נישט יעדע זאך שטייט שיין אויסגעשטעלט אין געשעפט. עס זענען דא געפאלענע תפילות, אוועקגעשטופטע מחשבות, כוחות וואס האבן נישט באקומען א פלאץ, און טעג וואס האבן אויסגעזען איבריג. אבער אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן כוח זיך אראפצובייגן צו אן עפל אין גאס, אפשר האט ער מיר אויך געגעבן כוח זיך אראפצובייגן צו די פלעצער אין מיר, דורכפיקן דעם צוקוועטשטן חיצוניות און געפינען א קערל פון לעבן.
איך דארף נישט ווארטן אז אנדערע זאלן געבן א פרייז. איך דארף נישט ווארטן אז איינער זאל זאגן אז מיין תפילה איז געווען חשוב, מיין שמחה איז ריכטיג, אדער מיין לעבן איז שיין. איך קען נעמען וואס מ'האט מיר געגעבן, מאכן א ברכה און זיך פרייען. איך קען געבן כבוד אויך פאר א זאך וואס קיינער אנדערש איז נישט מכבד.
אויב מ'קען געבן כבוד פאר א געפאלענעם עפל, קען מען געבן כבוד פאר א געפאלענעם מענטש. אויב מען קען געפינען א גוטע בגד אין א אוועקגעווארפענעם בעג, קען מען געפינען א גוטן כוח אין א נפש וואס איז אוועקגעשטופט. אויב פסולת גורן ויקב קען ווערן סכך פאר א מצוה, קען אויך חלקים פונעם לעבן וואס האבן אויסגעזען ווי פסולת ווערן דער פלאץ וואו די שכינה רוט.
ווייל ביים אייבערשטן איז נישט דא קיין איבעריגע לעבן. עס איז דא לעבן וואס אז נאכנישט אנגעקומען צו זיין פלאץ. עס גייט און גייט, עס איז זיך מתגלגל פון איין צורה צום צווייטן ביז זיין באשטימטע רגע קומט און די חיים ווערט נתגלה. אמאל גייט דער קערל אין דער ערד און ווערט א בוים. אמאל עסט אים א טויב און ער ווערט כוח אין איר גוף. אמאל קומט סוכות, און די פסולת וואס איז געלעגן אונטן גייט ארויף און ווערט סכך איבערן קאפ.
דאן ווערט קלאר אז שמחה געפינט זיך נישט בלויז אין וואס מיר האבן מצליח געווען אריינצוברענגען אין שטוב. עס איז דא שמחה אויך אין דאס וואס איז געבליבן אינדרויסן, אין די פסולת גורן ויקב. אין דעם קען מען אויך מאכן א קביעות. עס איז דא שמחה דוקא אין די פשוט'ע זאכן, אין די בחינם׳דיגע זאכן, אין דער זאך וואס קיינער וויל נישט. ווען דער מענטש דערקענט אז אלעס קומט פונעם באשעפער, און אין אלעס איז זיכער דא חיים. קען ער זיצן אין א סוכת עראי און זיך פרייען מיט א שלימות'דיגע שמחה.
ער ווייסט אז דאס לעבן ווערט נישט פארלוירן. עס גייט בלויז ווייטער. דער עפל גייט פונעם בוים צו דער ערד. דער קערל גייט פונעם עפל צו דער טויב. די פסולת גייט פון גורן צו דער סוכה. די מחשבה גייט פונעם הארץ צו דער תפילה. און די תפילה גייט פונעם מענטש צו זיין באשעפער.
אפשר זענען אלע שיינע עפל וואס קיינער הייבט נישט אויף באשאפן געווארן דערפאר: אז איין טאג זאל דארט דורכגיין א איד, זיך אראפבייגן, אויפהייבן אן עפל, זען א טויב וואס פיקט דוקא נאך די קערלעך, און פון פריש לערנען וויפיל לעבן דער אייבערשטער האט באהאלטן אויך אין וואס די וועלט האט שוין גערופן פסולת.