מאמר נ"ח
ח"י תשדי שנת תשס"א לפ"ק
'עולם' 'שנה' 'נפש'
ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתך. ברשות רבותי, חברי וידידי. עס איז דאך ידוע, די וועלט, דער בנין העולם, איז מורכב פון דריי זאכן: 'עולם' 'שנה' 'נפש' [א]. 'עולם' דאס איז דער 'מקום', 'שָׁנה' דאס איז דער 'זמן', און 'נפש' דאס איז די 'נפשות' וואס יעדער איינער געפינט זיך אויף דעם 'מקום' און אין דעם 'זמן'.
השי"ת האט אונז מנחיל געווען א ידיעה פון 'המבדיל בין קודש לחול' און 'בין קודש לקודש' מבחינת 'זמן', און 'בין ישראל לעמים' מבחינת 'נפש'.
כפי וואס עס שטייט פון אר"י הקדוש, איז אדם הראשון דורכ'ן חטא עץ הדעת וואס איז געווען כלול פון אלע שרעקליכע חטאים אין דער וועלט, האט ער מוריד געווען מיט דעם די בריאה א שרעקליכן מרחק. ער האט משקיע געווען די בריאה - דער גאנצער עולם העשיה - אין דער מדור הקליפות, אז עס איז געווארן אזא מין ריבוי פון 'זהמת הנחש', און פון 'להט החרב המתהפכת'. און דאס איז אריין אין אלע מוחין, און דאס האט אנגעמאכט אזא מין בלבול, ממש אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט אין דער הייליגער מעשה פון דעם "בן המלך ובן השפחה שנתחלפו" [ב], אז מען קען נישט אליין דערקענען ווער עס איז דער 'בן המלך' און ווער עס איז דער 'בן השפחה'; נאר - "טוב להודות לה'" דורך דער תורה הקדושה שבכתב ושבעל־פה המסורה לנו מסיני [ג].
אוודאי, עס איז געווען צדיקים מיוחדים במשך די דורות וואס עס האט זיי געשיינט דער 'אור הגנוז', וואס זיי האבן געזען אלעס קלאר, "עֵינֵי ה' אֶל צַדִּיקִים" [ד], אפילו בתוך הגלות והבלבול.
די זעלבע זאך, דער אויבערשטער האט מבדיל געווען בהבדלה 'בין מקום למקום'. אזוי ווי מיר לערנען אין ערשטן פרק פון סדר טהרות [ה]: "עשר קדושות הן, ארץ ישראל מקודשת מכל הארצות", און אזוי ווייטער ביז 'קודש הקדשים' - אויף וואס יעקב אבינו האט געזאגט [ו]: "מַה גּוֹרָא הַמָּקוֹם הַזֶּה".
און אויך אין חוץ לארץ האט דער אויבערשטער מבטיח געווען יחזקאל הנביא'ן [ז]: "וָאֱהִי לָהֶם לְמִקְדָּשׁ מְעַט בָּאֲרָצוֹת אֲשֶׁר בָּאוּ שָׁם"; דער אויבערשטער האט צוגעזאגט יחזקאל הנביא'ן אז עס וועט שיינען דער קדושת המקום אויך אין חוץ לארץ. אזוי ווי די גמרא זאגט אין מגילה [ח]: "אמר רב יצחק, אלו בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל".
דאס איז נאר א דוגמא - 'בבל'; ווייל דעמאלס האט מען גאר אסאך געלערנט אין בבל, דעמאלס האט מען געלערנט כמה דורות מיט התמדה רבה אין בבל דורך די מקבלי התורה וואס מען האט דארט אויפגעבויעט דער תורה, וואס פון דארט איז עס נתפשט געווארן בכל העולם עד היום הזה; אבער אוודאי גייט עס ארויף אויף אלע 'ארצות', אזוי ווי עס שטייט דאך "בארצות אשר באו שם".
מען קען זאגן, עס איז טאקע תלוי זה בזה; אין וואספארא מקומות אידן האבן זיך געפונען, און עס איז געווען דארט מער זכויות, האט דער אויבערשטער אריינגעשיינט דארט דער 'קדושת המקום' מערער, און מער די בחינה פון "ואהי להם למקדש מעט" [ט]. און בכח זה איז געווארן א התעוררות אז מען האט געבויעט בתי כנסיות ובתי מדרשות, און מען האט געלערנט בהתלהבות, און מען האט עוסק געווען בתורה, און איבערגעגעבן די תורה ווייטער לדורות, כפי דער קדושת המקום וואס דער אויבערשטער האט אריינגעשיינט.
סוד שורש נשמות ישראל
מיר דאנקען דעם בורא עולם וואס מיר געפינען זיך ערשט אין דעם 'זמן שמחתנו', און אין א מקום פון "בסוכות תשבו", און אויך אין דעם מקום פון ירושלים 'עיר הקודש והמקדש', און טאקע במסיבת מרעים, בהתאספות נפשות, ביים יארצייט, ביי דער הילולא פון דעם הייליגן רבי'ן - "נַחַל נֹבֵעַ מְקוֹר חָכְמָה" [י] - דער 'נפש החכם' שבקדושה.
וואס בכח וואס דער הייליגער רבי האט געוואוסט די גרויסקייט פון 'עַם ישראל' און פון 'קדושת ישראל' - "מֵאַיִן הם לקוחים" - דאס איז א לשון פון הייליגן רבי'ן אין דער תורה "כי מרחמם ינהגם" [יא], צווישן נאך לשונות פון רבי'ן פון דער גרויסקייט פון אידן, וואס אז מען בארעכנט זיך אין די לשונות, איז דאס 'מרפסין איגרא'!
בכח אט די ידיעה האט דער הייליגער רבי געוואוסט צו מרומם זיין און צו מעודד זיין און צו מחזק זיין צו מחזיק מעמד זיין זיך צו האלטן אין השי"ת ביי די גרעסטע רוחות סערות אין דער וועלט, בבחינת "אֲחַזְתִּיו וְלֹא אַרְפֶּנּוּ", פאר אלע נפשות ישראל, אין אלע מקומות, און אין אלע זמנים. און אט דער הייליגער קול דקדושה האט חודר געווען אין דער וועלט 'ביודעים ובלא יודעים' אז מיר זאלן זיך קענען האלטן אין בורא עולם! [יב].
שני מיני אהבות
אין סימן ל"ג אין ליקוטי מוהר"ן זאגט דער רבי [יג]: די אהבה וואס דער רבונו של עולם האט מיט כלל ישראל איז דא אין צוויי בחינות. איין בחינה רופט זיך, 'אהבה שבמידות'. און איין בחינה רופט זיך, 'אהבה שבדעת'.
זאגט דארט דער רבי, אין 'אהבה שבמידות' האבן מיר נאך אַן השגה, ווייל א מידה איז א מאס (צמצום). למשל, 'אהבת האב על הבן', דאס פארשטייען מיר נאך, "בְּנִי בְכֹרִי יִשְׂרָאֵל" [יד], מיר זענען באליבט ביים אויבערשטן 'כאהבת האב על הבן'.
אבער דער קשר נפלא וואס איז דא 'בין ישראל לאביהם שבשמים' בבחינת 'אהבה שבדעת', בשעת דער 'בֵּן' איז נאך נכלל אין מוח האב, אט דאס איז למעלה מהשגת שכל אנושי [טו].
אט דאס איז פון די הייליגע השגות וואס דער הייליגער רבי האט משיג געווען אין דעם חז"ל [טז] פון 'ישראל עלה במחשבה תחילה' - 'במחשבה קדומה', אין 'עתיקא סתימאה'.
דער הייליגער רבי זאגט אין סימן ק"ה [יז], אז דארטן טאקע אויף דעם פלאץ (בעתיקא סתימאה), איז דא אזעלכע מיני רחמים וואס עס איז נישטא קיין חטא, קיין עון, קיין פשע, און קיין פגם, וואס איז חוצץ צו די רחמים - אזעלכע רחמים איז דארטן דא!
דארטן איז דער מקור פון דעם קשר 'בין ישראל לאביהם שבשמים' בשורש שרשים!
דאס הייסט, דער אויבערשטער האט אזעלכע ישועות, נישט נאר ישועות פון למעלה מן הטבע בגשמיות, נאר למעלה מן הטבע ברוחניות, אז אפילו חטאים ועוונות ופשעים קענען נישט חוצץ זיין אזא מין קשר נפלא וואס דער בורא עולם האט צו כלל ישראל [יח].
טאקע, 'ולא בכדי', האט רבי נתן - וואס האט ארויסגעהאט קלאר פון רבי'ן אט די דיבורי התחזקות - אזויפיל געפלאקערט אין דעם ענין פון מחזק זיין אלע נפשות. ווייל רבי נתן האט געוואוסט מיט וואספארא קלארקייט דער הייליגער רבי האט דאס געזען, מיט וואספארא קלארקייט דער הייליגער רבי האט דאס משיג געווען, און פון וואספארא 'גבהי מרומים' דער הייליגער רבי האט ממשיך געווען אט די דיבורי חיזוק ואמונה אין כלל ישראל, אין כל אחד ואחד מישראל.
רבי נתן גיט אזעלכע חיזוק אז אפילו אין 'שאול תחתיות ומתחתיו' וואס עס קען זיך דאכטן דעם מענטש וואס ער ליגט דארטן אז עס איז 'אפס נצחתו ותקותו מה', 'אפס תקוה' לגמרי לגמרי, עס איז נישט טבעי, נישט בגשמיות נישט ברוחניות, האט רבי נתן דערלאנגט דארטן (- אריינגעשיינט) דעם קשר וואס דער הייליגער רבי האט געוואוסט אז דער אויבערשטער האט מיט 'כל אחד ואחד מישראל'!
דער רבי האט ממשיך געווען (- אריינגעשיינט) די גרויסקייט פון אידן, 'בֵּין' ביים גאנצן כלל ישראל, און 'בֵּין' ביי 'כל אחד ואחד מישראל'.
ארויסגעהאט די רעטעניש פון דער בריאה
מען זעט אין דער הייליגער סיפורי מעשיות, וואס דאס איז מעשיות נפלאות ונוראות, זעט מען אז דער הייליגער רבי האט אוחז געווען אין דעם פתרון פון דער חידה פון דער בריאה.
די בריאה איז א חידה, א שרעקליכע חידה; דער הייליגער רבי האט אוחז געווען אין די זרועות פון דעם פתרון פון דער חידה.
מען זעט אין סיפורי מעשיות אז דער הייליגער רבי ווייסט דעם סוד פנימיות הבריאה 'מתחילתו ועד סופו', און ער האט דאס מלביש געווען מיט א חכמה שאין לתאר, אין אזעלכע מעשיות נפלאים, מיט אזא מין לשון צח, מיט אזא מין סדר נכון.
און דער אויספיר פון יעדער מעשה איז - דער יחוד הנפלא וואס עס וועט זיין צווישן דעם בורא עולם מיט'ן כלל ישראל; אט דער יחוד נפלא - דאס איז דער אויספיר.
דער רבי דערציילט דער מעשה 'מתחילתו ועד סופו', פון אנפאנג בריאה ביז סוף בריאה. וואס אט דער יחוד נפלא וואס איז געווען ביי קבלת התורה, וואס "פָּנִים בְּפָנִים דִּבֶּר ה' עִמָּכֶם", און וואס מרוב כלות הנפש, מרוב אהבה, יצתה נשמתן, און זיי האבן געהאלטן אין איין מקבל זיין 'טל תחיה' [יט], אט דער יחוד, דאס איז געווען א הכנה צו דעם יחוד הנפלא וואס עס וועט זיין לעתיד.
דער תכלית פון א קשיא
אינ'אמת'ן, רש"י הקדוש זאגט דאס אויך אין שיר השירים ברמז. די זאכן איז דאך בלי סוף צו דערציילן. אבער רש"י הקדוש רעדט דארט פון דער נעימות העריבות וואס כלל ישראל האט געשפירט בשעת דער בורא עולם האט מיט זיי גערעדט 'פנים בפנים', מיט אזא מין שטארקן יחוד.
זאגט רש"י [כ]: אידן זענען מובטח פון בורא עולם "אשר יופיע עוד עליהם", אזוי ווי ביי קבלת התורה, 'פנים בפנים', און ער וועט זיי מגלה זיין "סוד טעמיה ומסתר צפונותיה" פון דער הייליגער תורה. דאס הייסט, דער יחוד לעתיד וועט זיין פנימי דפנימי, מער און מער [כא].
אין ליקוטי מוהר"ן תורה מ"ט [כב] ברענגט דער רבי א תיקוני זוהר [כג]: 'ניסן ותשרי' איז 'תרין דרועין דמלכא' (- שני זרועות המלך); 'ניסן' איז 'חסד' (- זרוע ימין), און 'תשרי' איז 'גבורה' (- זרוע שמאל).
אבער מען דארף וויסן, אז מען איז ממתיק די גבורות, איז דאס הפלא ופלא, דאס איז ממשיך די גרעסטע ישועות, דאס איז די גרעסטע 'שמחה וששון' אז מען איז ממתיק די גבורות. און דאס וויל דער בורא עולם, אז מען זאל ממתיק זיין די גבורות.
אפילו די דינים וואס ווערט נמשך חס ושלום פון די גבורות, אז דער אויבערשטער העלפט אז מען איז דאס ממתיק, ווערט איבערגעדרייט די צרה, אז בפועל זעט מען אז די צרה ווערט גאר א ישועה, ממש א ישועה, וואס מען ווערט נשתומם ווי די צרה ווערט די גרעסטע ישועה בשעת מען איז ממתיק די דינים [כד].
דער אויבערשטער וויל אז מען זאל ממתיק זיין די דינים. דער תכלית פון א קשיא אין א סוגיא איז, עס זאל ווערן אזא מין בהירות אין דער סוגיא, וואס אָן די קשיא וואלט מען נישט געקענט האבן אט דעם בהירות.
דער תכלית פונעם ריחוק, פון אלע מיני ריחוקים, איז, אז עס זאל ווערן אזא מין סארט קירוב, וואס אָן אזא ריחוק וואלט נישט געקענט ווערן אזא מין קירוב [כה].
אזוי ווי דער רבי גיבט א משל [כו]: א שטיין פאלט אויף אראפ, ווייל דער שורש פון א 'דבר גשמי' איז דער כדור הארץ, דערפאר פאלט א שטיין אויף אראפ; עם־כל־זה, זעט מען, אז א שטיין פאלט אראפ פון א בענקל צו פון א טיש, פאלט ער אראפ; אבער טאמער דער שטיין קומט פון א 'מקום רחוק מאד', פון 'גבהי מרומים' - און עס פאלט אראפ, גייט ער מיט אזא מין זרם, מיט אזא מין השתוקקות - אז שרעקליך אין דער וועלט.
פארוואס?
ווייל וואס מער דער ריחוק איז, איז אז עס גייט אוועק די מסכים המבדילים, עס גייט אוועק דער יאוש און עס הויבט זיך אָן די תקוה און ער הויבט אָן שפירן דעם שורש, איז לויפט ער מיט אזא מין שטארקקייט, וואס אָן דער ריחוק וואלט ער נישט געהאט אזא מין קשר [כז].
בכלל, א חלק הארי פון דער גאולה איז, 'המתקת הדינים', דאס איז א חלק הארי פון דער גאולה [כח]. און דאס איז דער סוד וואס לעתיד וועט זיין 'הלכה כבית שמאי', און לעתיד וועלן די לויים זיין כהנים, און נאך כהנה. ווייל אז די 'גבורות' ווערט נמתק, איז דאס אזא מין 'נועם', אסאך מער ווי 'חסדים' [כט]. נאכמער, אפילו די חסדים אליין ווערן אויך נתעלה. אזא תיקון ווערט אז מען איז ממתיק דינים און אז מען איז ממתיק 'גבורות'.
ער קוקט גוט
מען זעט טאקע, דוד מלך ישראל, ער איז דאך די גאולה, די גאולה איז דוד מלך ישראל. עס איז פארהאן א פסוק: "הֲלֹא לָכֶם לָדַעַת כִּי ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל נָתַן מַמְלָכָה לְדָוִיד עַל יִשְׂרָאֵל לוֹ וּלְבָנָיו לְעוֹלָם בְּרִית מֶלַח" - אין דברי הימים [ל]. די גאולה איז דוד.
מען זעט, בשעת שמואל איז געגאנגען קרוינען דוד'ן, האט ער געזאגט דעם בורא עולם [לא]: "וְהוּא אַדְמוֹנִי" - ער האט דאך שרעקליכע דינים, שרעקליכע גבורות, זעה וואספארא גבורות איז דא אין אים, 'אדמוני', 'תוקף הדין' [לב].
האט דער אויבערשטער אים געזאגט: "יְפֶה עֵינַיִם וְטוֹב רֹאִי". ווערט געברענגט, 'ער קוקט גוט', ער ווייסט אז אלץ איז פון בורא עולם.
אויב ער קוקט אזוי גוט, ער ווייסט אז אלץ איז פון מיר, "אין עוד מלבדו", וועט ער דאס ממתיק זיין בתכלית ההמתקה.
אט דאס איז טאקע געווען די ארבעט פון 'דוד מלך ישראל', אלע יארן איז נאר געווען תפילות מיט שירה וזמרה, "הללוהו בתוף ומחול, הללוהו בנבל וכינור, הללוהו במינים ועוגב", תפילה מיט שירה, המתקת הדינים.
מען זעט וואספארא סארט דינים עס איז געווען אויף דוד המלך; ער האט גאר קיין לעבן נישט געהאט, אינגאנצן נישט געהאט קיין לעבן, ער האט געדארפט זיין א נפל רחמנא ליצלן [לג], ער האט נישט געהאט קיין לעבן אינגאנצן; אבער בכח התפילה, בכח ההודאה, בכח האמונה פון "תּפלּה לאל חיּי", איז ער דער איינציגער וואס מען רופט אויס אויף אים: "דוד מלך ישראל חי וקים"! [לד] 'סלה אהללך' [לה].
די זעלבע זאך, מען זעט ביי דוד המלך, 'חשדוהו לממזר' [לו] 'פסלוהו בקהל' [לז], ווער? "אבּיר הרעים"! [לח] און מיט זיינע תפילות האט ער זוכה געווען אז דער גרעסטער יחוס איז אז מען שטאמט פון 'דוד מלך ישראל'!
עס איז נישטא נאך א מענטש אין דער וועלט - אין גאנץ תנ"ך - וואס מען דערציילט אויף אים אזויפיל סיפורים מיט מעברים, אזויפיל סיפורים מיט מעברים ווי מען דערציילט אויף דוד המלך. און מיט וואס האט ער עס ממתיק געווען? ער האט עס ממתיק געווען מיט תפילה, מיט שמחה, מיט שירה, מיט נגינה.
דער זוהר אין תרומה זאגט [לט], ווער עס האט געזען דוד המלך, איז געווארן גאר פרייליך! מרוב המתקת הדינים וואס ער האט כסדר ממתיק געווען, האט שורה געווען אויף אים אזא מין שמחה, אז דער זוהר הקדוש זאגט, דוד המלך איז דער 'בדחנא דמלכא' - דער 'משמח את המלך'!
דאס הייסט, נאך המתקת הדינים קומט אזא מין שמחה, אז נישט נאר ער אליין איז פרייליך, נאר ביי דער גאנצער פמליא של מעלה איז ער דער בדחן, ער איז דער משמח!
דאס איז דער אויספיר פון המתקת הדינים, דאס איז דער אויספיר פון המתקת הגבורות - תכלית השמחה, תכלית הנגינה!
'ירח האיתנים' - שאיתן במצוות
מען זעט טאקע, די גמרא זאגט [מ], פארוואס רופט זיך תשרי 'ירח האיתנים'? 'שאיתן במצוות'. דער אויבערשטער האט מרבה געווען אין דעם חודש מצוות מער ווי אין אלע חדשים.
ראש השנה איז דאך א טאג פון 'ממליך זיין דעם אויבערשטן' - וואס דאס אליין איז א געוואלדיגע מצוה; און אינמיטן איז דא 'תקיעת שופר' - א מצוה; און דאס עסן ערב יום כיפור איז א 'מצות עשה' וואס איז חשוב אזוי ווי מען וואלט געפאסט יום כיפור; און יום כיפור, דאס עצם קדושת היום איז א מצוה; און דאס פאסטן איז א מצוה; און די גאנצע פיר טעג פון יום כיפור ביז סוכות, די טירדא דמצוה פון כלל ישראל - הפלא ופלא וואס מען איז עוסק בטירדא דמצוה אויף בניית הסוכה, אויף סכך, אויף שמחת יום טוב, אויף נוי סוכה, אויף לולבים, אויף אתרוגים, אויף הדסים, אויף ערבות, אזויפיל טירדא דמצוה וואס איז דא ביי כלל ישראל; אט דאס איז ממתיק אלע מיני דינים; און דערנאך די מצוה פון סוכה; און שמחת תורה, און די אלע מצוות שביום.
די אלע מצוות וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן איז כדי צו ממתיק זיין די גבורות פון תשרי. ווייל המתקת הדינים, דאס איז דער תכלית השמחה, דער תכלית הגאולה.
דער זוהר הקדוש זאגט, עס שטייט אין תיקוני זוהר [מא], יצחק האט געזאגט [מב]: "עֲשֵׂה לִי מַטְעַמִּים כַּאֲשֶׁר אָהַבְתִּי", זאגט דער זוהר, 'מפקודין דעשה'.
דער שורש פון אלע 'רמ"ח מצוות עשה' איז, 'אהבה' - אהבת ה'. און דער שורש פון אלע 'מצוות לא תעשה' איז, 'יראה'. איז "עשה לי מטעמים", געשמאקע מצוות, "כאשר אהבתי", דאס גייט ארויף אויף 'פקודין דעשה'.
די תורה גייט דאך הויכע ענינים; וואס איז דא די פנימיות הדברים? יצחק איז גבורה, גבורה דקדושה, אבער ער בעט, "עשה לי מטעמים כאשר אהבתי", טוט מצות עשה, זייט מיר ממתיק, זייט מיר ממתיק מיט מצות עשה, וועט איר מיר מרומם זיין אז אלע ישועות וועט נשפע ווערן מיט דעם וואס דו ביסט ממתיק די דינים.
'וימינו תחבקני'
מצות סוכה, זאגט דער הייליגער רבי אין ליקוטי מוהר"ן אין סימן מ"ח [מג], סוכה איז 'חיבוק דקדושה'. דער בורא עולם איז מחבק דעם כלל ישראל באהבה, "אָהַבְתִּי אֶתְכֶם אָמַר ה'", "אוֹהֵב עַמּוֹ יִשְׂרָאֵל". ווייל נאכדעם וואס מען האט ממתיק געווען די דינים פון תשרי, גייט אהבה, גייט דביקות, דביקות צו השי"ת.
עס שטייט אין אריז"ל [מד], וואס איז דער סוד פון "שתים כהלכתן ושלישית אפילו טפח" [מה]? [- דאס איז דאך אלץ לשונות מסיני]; זאגט דער אר"י הקדוש, דער אויבערשטער איז מחבק דעם כלל ישראל. און 'חיבוק' איז דאך בסוד 'יד'. וואס איז שייך ביים אויבערשטן 'יד'? עס איז מלובש אין די מצוות. א יַד האט צוויי גאנצע פרקים, דער זרוע מיט דער קנה. און נאכער דער פיסת היד, דאס איז א טפח. זאגט דער אריז"ל, "שתים כהלכתן ושלישית אפילו טפח", דאס איז דער יד השם, וואס מיט דער הלכה (פון סוכה) איז דער בורא עולם מחבק דעם כלל ישראל 'באהבה' [מו].
בסוכות אנו זוכים לתשובה מאהבה
עס ווערט טאקע געברענגט, 'סוכות' איז 'תשובה מאהבה'.
אלע רעדן דאך, עס שטייט [מז]: "וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן" - 'ראשון לחשבון עוונות' [מח]. וואס איז דער פשט? ווייל כל זמן עס איז געווען 'תשובה מתוך יראה', האט מען משמיט געווען די עוונות. אבער סוכות איז 'תשובה מאהבה', תשובה מיט דביקות, ממילא ווערט פון די עוונות 'זכויות' - אזעלכע תיקונים איז דא ביים בורא עולם!
דאס איז דער פשט, 'ראשון לחשבון עוונות' - ערשט מאכט מען א חשבון פון אלע עוונות - פון אלע עוונות זאל ווערן מצוות [מט], פון אלע עוונות זאל ווערן 'מצוות עשה דאורייתות'! [נ].
דאס איז ממש א גרעסערע התקרבות יותר ויותר!
לו זדונות זכיות וכל זית נבלה שאכל הוה ליה כאילו אכל קרבן פסח בירושלים וכדומה; גם עיין 'ליקוטי הלכות' הל' ספר תורה ה"ב אות ח', וז"ל: עיקר הסוכה הוא הסכך שהוא בחינת אמא דמסככא על בנין. ועיקר הסכך הוא מפסולת גורן ויקב. ובזה אנו מראין גודל כוחנו ועוצם חסדי ה' יתברך, כי בזה אנו ראין שמחל לנו ה' יתברך כל עוונותינו ונתהפכו כל העוונות לזכיות ונעשו מעוונות ישראל תורה, כי זה אנו ראין על ידי מצות סוכה שמפסולת דייקא נעשה הסוכה שזהו בחינת שמעוונות ישראל נעשה תורה ... כי על ידי כח הסוכה אנו בטוחים בה' יתברך שנהיה סמוכים ודבקים בו יתברך תמיד לעולם ועד. ואין שום דבר שירחיקנו ממנו יתברך, כי אנו נסתרים בצל סוכה העליונה שהוא קדושה גבוה כל כך עד ששם נתהפכין כל העוונות לזכיות, ובכח החסד הזה שוב אין אנו מתייראים משום הרחקה שבעולם, כי בודאי תמיד נשוב אליו יתברך וסוף כל סוף נהיה נשארים דבוקים וכלולים בו יתברך.
נ. עיין 'קדושת לוי' פר' האזינו: איתא בגמרא ולקחתם לכם ביום הראשון, וכי ראשון הוא וכו', אלא ראשון לחשבון עונות. שלכאורה אין לו ביאור כאשר האריכו למעניתם המפרשים הקדמונים. והנראה, כי באמת נכון הדבר שבימים האלו מראש השנה עד יום הכפורים כל איש ואיש בודאי עיניו פקוחות על כל דרכיו לשוב אל ה' איש לפי שכלו יהולל ולפי מדריגתו מפחד ה' ומהדר גאונו בקומו לשפוט הארץ כי קרוב יום ה' ומי יכול להצטדק בדין ומי הגבר אשר לא תעונה, כי יבא להיות נשפט לפני שופט כל הארץ על כל מעשיו, הלא החרד על דבר ה' יעשה במרום הר שכלו לתקן את אשר עוות. והתשובה נקרא תשובה מיראה. ואחר יום הכפורים כשעוסקין במצות סוכה ולולב וד' מינים וצדקה כיד ה' הטובה בנדבה וחובה לעבוד את עבודת ה' בשמחה וטוב לב, אזי התשובה הזאת תשובה מאהבה. וידוע מאמר חכמינו ז"ל שעל ידי תשובה מיראה הזדונות נהפכו לשגגות ועל ידי תשובה מאהבה הזדונות נהפכו לזכיות כאשר איתא שם. והקדוש ברוך הוא ברוב רחמיו וחסדיו הרוצה בתקנות השבים לפניו באמת ובאהבה כאמור ולא תחפוץ במות המת כי אם בשובו מחטאיו וחיה. על כן בחג הזה שאנו באים לחסות בצל שדי על ידי מצות ומעשים טובים מאהבת השם יתברך אז מונה העונות לידע כמה מצות יהיה חילוף העונות, מה שאין כן עד סוכות דהוא מיראה אזי לא ימנה כלל שעדיין הם שגגות. אמנם בסוכות שאז הוא מאהבת השם אז השם יתברך מונה וסופר העונות כדי שיתהפכו לזכיות ויהיו מליצים טובים על ישראל. וזהו פירוש ראשון, הוא שנקרא החג הזה ראשון כי לו משפט להקרא ראשון על שיש בו מעלות חשבון העונות ואזי הוא משפיע לנו טובה וברכה כאשר רצונו יתברך להשפיע תמיד, כי יותר ממה שהעגל רוצה לינק פרה רוצה כו'; גם עיין 'דרשות חת"ס' לסוכות, שנת תקצ"ג, ד"ה ולקחתם, וז"ל: י"ל דביום הכיפורים השליך כל העוונות על ראש השעיר המשתלח ולא חשב כמה הם ואיך ומה הם כיון שסוף סוף רוצה לכפר וליתנם בראש שעיר המשתלח מה לנו ולחשבונם כלל. אך בימים שאחר יום הכיפורים מכינים ליו"ט הקדוש וביום הקדוש שמחים בה' ובעבודתו ויהפכו עוונות לזכיות אז מחשב העוונות כמה היה כדי להפכם לטוב ולזכות, על כן 'ושמחתם לפני ה' אלקיכם'.
גוט פארזיגלט
מיר שטייען ערשט 'בין חתימה לחתימה', 'בין חתימה טובה' פון 'יום כיפור', 'לגמר חתימה טובה' פון 'הושענא רבא'. מיר דארפן וויסן, אוודאי, די לשונות 'כתיבה' 'חתימה' דאס איז בפשטות, אז דער אויבערשטער זאל אונז געבן א גוטע יאר, א געבענטשטע יאר, א 'כתיבה וחתימה טובה'.
אבער עס איז דא אין דעם ענינים נצחיים גבוה מעל גבוה, דאס איז דאך לשונות חז"ל, די תורה איז 'מריש כל דרגין עד סוף כל דרגין'; און מיט דעם וואס מען איז מקושר צום אויבערשטן מיט קיום התורה דא, איז מען מקושר 'עד אין סוף ועד אין תכלית' צום בורא עולם אליין, וואס פון דארטן קומט די מצוות.
אינ'אמת'ן, 'חתימה' האט אסאך ביאורים. [טאקע אין דעם היינטיגן 'עמוד היומי' אליין פון ליקוטי מוהר"ן [נא], זאגט דער רבי, 'תורה שבכתב' איז 'יד כותבת', און 'תורה שבעל פה' איז 'יד חותמת'].
בפשטות, 'חתימה' איז א צייכן, א צייכן אז מען זאל נישט פארגעסן. אזוי אויך - א שלאס, דאס איז 'חתימה'. א שלאס באהיט אויף דער גאנצער שטוב. אזוי אויך א 'מבצר' רופט זיך 'חתימה'. טאקע אין סיפורי מעשיות [נב] רופט דער רבי א 'מבצר' - 'א שלאָס', ווייל דאס גיט אכטונג אויף אלעס וואס געפינט זיך אין דעם מבצר.
אפילו א חתימה פון א שטר, א שטר קען מען דאך שרייען אז עס איז מזוייף - ווער גיט אכטונג אויפ'ן שטר? א חתימה פון אַן 'עד נאמן' - דאס באשיצט דעם שטר אז מען זאל נישט שרייען 'מזוייף' - און אז עס זאל ארויסגעבן די זכויות וואס איז דא אין דעם שטר, אט דאס איז דער ענין פון 'חתימה'.
שלמה המלך זאגט בשם כנסת ישראל [נג]: "שִׂימֵנִי כַחוֹתָם עַל לִבֶּךָ, כַּחוֹתָם עַל זְרוֹעֶךָ". דער אלשיך [נד] און אלע מפרשים זאגן אז דער טייטש דערפון איז, "שימני כחותם", אז עס זאל זיין א חתימה, אז די אהבה וואס דער אויבערשטער האט צו אונז זאל זיין 'חתום', קיינער זאל נישט מקטרג זיין אויף דעם, קיינער זאל נישט מערער זיין אויף דעם, קיינער זאל נישט ארויפלייגן אויף דעם קיין קטרוגים פון קיין חטאים ועוונות, עס זאל זיין 'חתום', דער אויבערשטער זאל נישט צולאזן קיין ערעור אויף דעם כתב.
"כחותם על לבך, כחותם על זרועך" דאס איז די 'אהבה פנימית' וואס דער אויבערשטער האט צום כלל ישראל, און די 'אהבה חיצונית' וואס דער אויבערשטער האט צום כלל ישראל.
אבער אין תיקוני זוהר שטייט [נה]; אזוי ווי דער פשוט'ער פשט איז, "שימני כחותם על לבך, כחותם על זרועך", אז מיר זאלן זיין 'חתום', פארשטעמפלט, מיט אַן 'אהבה חתומה' וואס קיינער זאל נישט שולט זיין אויף דעם לעולם ועד, כביכול "על לבך ועל זרועך" פון בורא עולם; איז אין "תיקוני זוהר" טייטשט ער גאר פארקערט, ווייל דאס איז זיכער אז מיר זענען 'חתום על זרועו ועל לבו של הקב"ה בחתימה חזקה לא תמוט לעולם'; נאר מיר בעטן דעם אויבערשטן, "שימני כחותם", אזוי ווי דער חותם וואס דו האסט, אזוי זאל זיין ביי אונז אין הארצן; אזוי ווי דער 'חותם' וואס איז דא 'על זרועך', אזוי זאל דאס זיין ביי אונז אויך, אז מיר זאלן האבן 'אהבה פנימית' מיט 'אהבה חיצונית' צו הקב"ה.
דער "שימני כחותם" וואס איז דא ביי דיר, דאס זאל זיין ביי מיר, אז מיר זאלן אויך האבן אט דעם זעלבן 'חותם'; עס זאל זיין "אֲנִי לְדוֹדִי וְעָלַי תְּשׁוּקָתוֹ" [נו].
ער גיבט א נוסח אויף דעם - דער זוהר [נז], אז די צוויי 'חותמות' איז אַן ענין וואס מען זאגט ביי א סיום פון א מסכתא: "לא תתנשי מינן" - דו זאלסט זיך קיינמאל נישט פארגעסן פון אונז, "ולא נתנשי מינך" - מיר זאלן זיך קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז די צוויי חותמות זאל ווערן פארשטארקט און דערהויבן און מחוזק, און מען זאל שפירן דעם "כחותם על לבך, כחותם על זרועך" ביים בורא עולם, און דעם "כחותם על לבך, כחותם על זרועך" - ביי אונז.
'נעימות בימינך נצח'
עס ווערט געברענגט אין תיקוני זוהר [נח], אזוי ווי עס איז דא היכלות וואס עפנט זיך נישט נאר מיט טרערן, מיט בכיה, אזוי איז דא אזעלכע היכלות וואס עפנט זיך נישט נאר מיט נגינה.
דער היינטיגער טאג איז דאך 'נצח'; אין זוהר גיבט ער א סימן אויף דעם: "לַמְנַצֵחַ בְּנְגִינוֹת" - פון 'נצח' קומט 'נגינות'.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין "בספר חיים ברכה ושלום ופרנסה טובה וגזירות טובות ישועות ונחמות נזכר ונחתם לגמר חתימה טובה אנחנו וכל עמך בית ישראל לחיים טובים ולשלום".