Skip to content
דורשי יחודך רימ"ש

יאמץ לבך

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שטעלט אייך פאר, א קייסער זאגט א פשוט'ן מענטש, 'איך האב דיר אזוי ליב - איך וויל מאכן מיט דיר א סעודה צוזאמען'... – דאס ווייזט דאך אויף א געוואלדיגע 'אהבה'!

דער אויבערשטער בעט - יעדער איד איז מחוייב צו מאכן א יום-טוב, 'לאכול ולשתות ולשמוח ולהתענג בזיו השכינה'.

דער יום־טוב זאגט אונז אז מיר זענען זייער שטארק מקושר צום אויבערשטן – ווייל מען מאכט א יום־טוב צוזאמען מיט דעם אויבערשטן.

און אפילו מען שפירט נישט, אבער מען זעט דאך, 'כלל ישראל – אפילו אם אינם נביאים בני נביאים הם', מען זעט וואס עס טוט זיך פאר א יום־טוב, עס טוט זיך, אידן לויפן אויפשטעלן סוכות, נוי סוכה, ד' מינים, מען קויפט איין וויפיל מען קען אז עס זאל זיין א סעודה וואס עס זאל זיך דערקענען אז עס איז א סעודה לכבוד דעם אויבערשטן; דאס אלץ איז א זֵכר אז דער אויבערשטער איז מיט אונז און ער האט אונז נישט פארגעסן.

(מול מקום המוקדש חוה"מ סוכות שנת תשע"ה לפ"ק)

More in this printout

View the whole printout