Skip to content
עולת שבת מונקאטש - אידיש

פרשת וירא

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ויׁרָא אׁל יו ד׳ בְאׁלֹ ני מ מ רא ו הּוא י האֹ ה ל כְחֹם ה יֹום.

שׁבֶּפּ תַח

(יח, א)

״לפיכך נגלה לו בחלקו״

רש״י הקדוש זאגט אויפ’ן פסוק: ״באלוני ממרא - הוא שנתן לו עצה על המילה, לפיכך נגלה עליו בחלקו״. ממרא איז געווען דער וואס האט געגעבן פאר אברהם אבינו די עצה זיך צו מל’ן, דערפאר האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו אברהם אבינו דוקא אין זיין חלק.

דארף מען פארשטיין, וואס איז די שייכות צווישן דעם וואס ממרא האט געגעבן די עצה איבער די ברית מילה, און דעם וואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו דוקא אין זיין חלק?

דער מדרש תנחומא (וירא, סימן ג) דערציילט, אז אברהם אבינו האט אויך געפרעגט אן עצה ביי ענר און אשכול איבער די ברית מילה. זיי האבן איהם אבער געראטן זיך נישט צו מל’ן, צוליב די סכנה וואס דאס האט געקענט מיטברענגען. נאר ממרא האט איהם געראטן זיך יא צו מל’ן, און נישט מורא צו האבן פון די סכנה.

דאס דארף מען אויך ריכטיג פארשטיין: אברהם אבינו האט דאך אליינס געהאט א ספק וואס צו טון, ביז ער האט געדארפט פרעגן אן עצה ביי זיינע פריינט. אויב אזוי, פון וואנעט האט ער געוואוסט אז דוקא די עצה פון ממרא איז די ריכטיגע, און אז דאס איז וואס דער אויבערשטער וויל, און נישט די עצה פון ענר און אשכול?

״כביכול״ – מיט די כ״ב אותיות התורה

מען קען דאס אלעס מבאר זיין לויט די הייליגע ווערטער פונעם נועם אלימלך, וואס ער איז מפרש אין אונזער פרשה דעם פסוק ״וירא אליו ד׳ באלוני ממרא״:

עס איז דא א גרויסער יסוד אין תורת הקבלה, וואס ווערט אנגערופן דער סוד הצמצום (עיין זוהר הקדוש חלק ג רד, ב ובספר עץ חיים שער א ענף ב).

מיר וועלן נישט מאריך זיין דא אין דעם און נישט אריינגיין אין אלע פרטים דערפון, נאר עס בקיצור אראפברענגען וויפיל עס פעילט אויס פאר אונז, לויט ווי דער הייליגער נועם אלימלך זי״ע ברענגט עס אראפ.

“כשעלה ברצונו יתברך לברוא העולם״ – ווען דער באשעפער האט געוואלט באשאפן די וועלט – איז דער ’ אֹור אֵין סֹוף’ ברוך הוא געווען אלעס, און אנגעפילט אלעס אן קיין שיעור און אן קיין גרעניץ. אין אזא מצב וואלט נישט געווען קיין פלאץ פאר די וועלט און די באשעפענישן צו האבן אן אייגענע מציאות, ווייל אלעס וואלט געווען אינגאנצן בטל אינעם ’ אור אין סוף’. דערפאר האט דער אויבערשטער מצמצם געווען זיין ’ אור אין סוף’, דאס הייסט, ער האט באהאלטן און פארדעקט זיין אור, כדי עס זאל קענען ווערן באשאפן א וועלט.

אבער דא דארף מען פארשטיין: וואו האט דער אויבערשטער באהאלטן זיין הייליגן אור? אין וואס האט ער איינגעקליידט דעם אור פון זיין קדושה?

אויף דעם ברענגט דער הייליגער נועם אלימלך זי״ע, אז ער האט געהערט פון זיין רבי’ן, דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זי״ע, אז דער אויבערשטער האט זיך מצמצם געווען אין די אותיות פון די הייליגע תורה, מיט וועלכע ער האט באשאפן די וועלט.

לויט דעם איז דער מעזריטשער מגיד זי״ע מסביר דעם לשון חז״ל, וואס מיר געפינען אין עטליכע פלעצער, ווען חז״ל רעדן פונעם אויבערשטן און זאגן ״כביכול״ ברוך הוא (עיין עירובין כב, א ועוד). דער מגיד זי״ע זאגט, אז דאס ווארט ״כביכול״ איז צוזאמגעשטעלט פון די ווערטער ״כ״ב יכול ״, וואס מיינט צו זאגן, אז דורך די כ״ב אותיות התורה קען דער אויבערשטער זיין אויף דער וועלט.

ווייל אין די אותיות התורה ליגט באהאלטן דער ’אור אין סוף’ ברוך הוא, און אין זיי האט דער אויבערשטער זיך אנגעקליידט. דורך די אותיות האט ער באשאפן די וועלט, און דערמיט האלט ער אלעס אויף די גאנצע צייט, יעדע מינוט און יעדע רגע.

לויט די ווערטער פונעם מעזריטשער מגיד זי״ע, לייגט דער הייליגער נועם אלימלך זי״ע צו נאך א יסוד. אז יעדע צדיק וואס איז עוסק בתורה לשמה, מיט קדושה, טהרה און דביקות, איז דורך זיין לערנען ממשיך דעם אויבערשטן אין די אותיות פון די הייליגע תורה, אזוי ווי ס’איז געווען ביים אנהויב פון בריאת העולם. די דברי תורה וואס דער צדיק רעדט ארויס פון זיין מויל, ווערן א כלי פאר דעם אויבערשטן צו קומען רוען אין זיי, און דורך זיי ווערט די שכינה נתגלה אויף דער וועלט.

מיט דעם איז דער הייליגער נועם אלימלך זי״ע מפרש דעם פסוק ״וירא אליו ד׳ באלוני ממרא ״. ווייל ״ממרא״ איז מלשון אמירה, וואס מיינט רעדן און זאגן, און ״באלוני״ איז מלשון ״אילן״, א בוים, וואס איז מרמז אויף די הייליגע תורה, פון וועלכער די מצוות צעשפרייטן זיך ווי צווייגן פונעם בוים.

דאס איז דער פשט פון ״באלוני ממרא״ – דער בוים פון די אמירות, דהיינו די דברי תורה, דורך וועלכע דער צדיק איז ממשיך דעם אויבערשטן אין די אותיות התורה.

און אזוי איז געווען ביי אברהם אבינו. דורך די הייליגע דברי תורה וואס ער האט געלערנט, האט ער ממשיך געווען דעם אויבערשטן אין די אותיות התורה, און זוכה געווען צו השראת השכינה.

דאס איז וואס דער פסוק זאגט: ״וירא אליו ד׳ באלוני ממרא״ – דורך דעם בוים פון זיינע הייליגע אמירות, דורך די דברי תורה וואס ער האט גערעדט בקדושה, האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו איהם.

אן עצה וואס דערין איז שורה דער רצון ד׳

לויט די הייליגע ווערטער קען מען פארשטיין די שייכות צווישן די עצה וואס ממרא האט געגעבן פאר אברהם אבינו, און דעם וואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן דוקא אין זיין חלק, און אויך וויאזוי אברהם אבינו האט דערקענט אז די עצה פון ממרא איז טאקע די ריכטיגע עצה, וואס דער אויבערשטער וויל.

די עצה פון ממרא איז נישט געווען סתם א קלוגערע עצה פון א חבר, וואס האט מער איבערגעצייגט אברהם אבינו ווי די עצות פון די אנדערע חברים. נאר וויבאלד ממרא’ס עצה איז געווען לויט’ן אמת’ן רצון ד׳, איז דאס געווען ווי דברי תורה, אין וועמענס אותיות דער אויבערשטער איז באהאלטן.

דערפאר האט אברהם אבינו דערקענט אז ממרא’ס עצה איז די ריכטיגע עצה, ווייל ער האט אין דעם דערקענט דעם אויבערשטן, און פארשטאנען אז דאס איז טאקע וואס דער אויבערשטער וויל.

און דאס איז וואס רש״י הקדוש זאגט: ״הוא שנתן לו עצה על המילה, לפיכך נגלה עליו בחלקו״. ווייל דורך דעם וואס ממרא האט געגעבן די ריכטיגע עצה, וואס איז געווען ווי תורה און אין דעם האט זיך דער אויבערשטער באוויזן, האט ממרא זוכה געווען אז זיין חלק זאל ווערן אן ארט פאר השראת השכינה, און דארט האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו אברהם אבינו.

די שכינה איז שורה אין דברי תורה

לויט דעם קען מען אויך פארשטיין די ווערטער פון רש״י אויפ’ן פסוק ״והוא ישב״.

רש״י הקדוש זאגט: ״ישב כתיב, ביקש לעמוד, אמר לו הקב״ה: שב ואני אעמוד. ואתה סימן לבניך, שעתיד אני להתייצב בעדת הדיינין והן יושבין, שנאמר (תהלים פב, א) ׳אלקים נצב בעדת א-ל׳״.

אברהם אבינו האט געוואלט אויפשטיין, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט: ״זיץ, און איך וועל שטיין. און דו וועסט זיין א סימן פאר דיינע קינדער, ווייל אין דער צוקונפט וועל איך שטיין צווישן די דיינים בשעת זיי זיצן״, ווי עס שטייט אין פסוק: ״אלקים נצב בעדת א-ל״.

דארף מען פארשטיין, וואס איז די שייכות צווישן דעם וואס דער אויבערשטער איז געשטאנען ביי אברהם אבינו, און דעם וואס דער אויבערשטער שטייט צווישן די דיינים בשעת זיי פסק’ענען א דין?

נאר לויט וואס מיר האבן פריער מבאר געווען, קען מען פארשטיין, אז דאס וואס דער אויבערשטער איז געשטאנען ביי אברהם אבינו, איז געווען ווייל דורך די הייליגע דברי תורה און עצת ד׳, אין וועלכע עס געפונט זיך דער אויבערשטער, איז נתגלה געווארן דארט די שכינה הקדושה. און דאס איז געווארן א סימן פאר זיינע קינדער, אז אזוי וועט זיין אויך אין אלע קומענדיגע דורות: ווען דיינים זיצן צוזאמען און זענען עוסק אין די הייליגע תורה, און זענען מברר דעם דין על פי תורת אמת, רוהט די שכינה צווישן זיי, ווייל אין די ווערטער פון זייער תורה געפונט זיך דער אויבערשטער.

ווען דיינים זיצן צוזאמען און זענען מברר דעם דין לויט די הייליגע תורה, איז דאס נישט סתם א געווענליכע זאך פון אויסהערן און באשליסן. זיי זענען עוסק אין די ווערטער פון די תורה, אין וועלכע זיי זענען ממשיך דעם אויבערשטער, און דורכדעם ווערט זייער בית דין אן ארט פאר השראת השכינה.

דאס איז וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו: ״שב ואני אעמוד, ואתה סימן לבניך ״. דאס וואס דער אויבערשטער איז געשטאנען ביי אברהם אבינו איז געווארן א סימן פאר אלע קומענדיגע דורות, אז אומעטום וואו אידן זענען עוסק בתורה לשמה און זענען מברר דעם אמת פון די תורה, איז דער אויבערשטער דארט מיט זיי און די שכינה רוהט אין זייערע דברי תורה.

און דאס איז דער פשט פון ״אלקים נצב בעדת א-ל ״ – דער אויבערשטער שטייט צווישן די דיינים וואס זענען עוסק אין מברר זיין דעם דין על פי תורת אמת, און די שכינה רוהט אויף זיי

און אודאי איז דער לימוד נישט נאר פאר דיינים, נאר פאר יעדן איד. איבעראל וואו אידן לערנען תורה מיט התמדה, מיט קדושה וטהרה, מיט אן אמת’ן רצון צו פארשטיין דעם דבר ד׳, קענען זייערע דברי תורה ווערן אן ארט פאר דעם באשעפער כביכול אליין. סיי אין בית המדרש און סיי אין א אידישן שטוב, ווען מען לערנט תורה באמת און מיט דביקות, קען דער באהאלטענער אור פונעם אויבערשטן דארט נתגלה ווערן.

די מעלה פון דברי תורה אין שבת קודש

לויט דעם קען מען אויך פארשטיין די גרויסע מעלה פון רעדן דברי תורה אין שבת קודש.

אויפ’ן פסוק (ישעיה נח, יג) ״וקראת לשבת עונג וגו׳ וכבדתו מעשות דרכיך ממצוא חפצך ודבר דבר״, דרש’נן חז”ל (שבת קיג, ב): ״שלא יהא דבורך של שבת כדבורך של חול״ – אז די רייד וואס א מענטש רעדט אום שבת זאלן נישט זיין אזוי ווי זיינע רייד אין די וואכן טעג.

ווייל שבת קודש איז א הייליגער און געבענטשטער טאג, און די קדושה פונעם טאג איז אויך משפיע אויף די ווערטער פונעם מענטש. ממילא, ווען אידן זענען עוסק בתורה אין שבת, האבן זייערע דברי תורה א ספעציעלע מעלה, ווייל די דברי תורה ווערן מער געהייליגט מיט דער קדושה פונעם טאג, און זענען א כלי פאר השראת השכינה.

דערפאר האבן חז״ל אונז געלערנט און געווארענט אז די רייד אין שבת זאלן נישט זיין ווי אין א געווענליכן וואכן טאג, נאר מען זאל זעהן צו רעדן זאכן וואס זענען פאסיג פאר דעם הייליגן טאג, און אויסנוצן די קדושה פון שבת צו מרבה זיין אין דברי תורה.

און דערפאר האבן חז״ל אויך געזאגט (שבת קיח, א): ״כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים״ - ווער עס איז מענג דעם שבת, גיבט מען איהם א נחלה אן קיין גרעניצן.

אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רצ סעיף ב)ווערט געברענגט די גרויסע מעלה פון מענג זיין דעם שבת דורך לערנען תורה. און לויט דעם קען מען זאגן, אז דער וואס איז מענג דעם שבת מיט דברי תורה, איז זוכה צו דער הבטחה פון ״נחלה בלי מצרים ״. ווייל דורך די דברי תורה וואס ער רעדט און לערענט אין דעם קדושה פון שבת, ווערט נמשך אין זיי דער אור אין סוף ברוך הוא , וואס האט נישט קיין גרעניץ און קיין מאס, און דערמיט איז ער זוכה צו דער מעלה פון ״נחלה בלי מצרים״

מיט דעם קען מען אויך פארשטיין דעם מנהג פון צדיקים, אז זיי זענען מרבה צו זאגן דברי תורה אין שבת קודש, און זענען מער משפיע פון זייער תורה פאר’ן ציבור דוקא אין דעם הייליגן טאג. ווייל די תורה וואס דער צדיק זאגט אין שבת, ווען זיינע ווערטער און אותיות זענען געהייליגט מיט די קדושה פונעם טאג, ווערט א כלי פאר השראת השכינה, און דורך זיינע ווערטער ווערט דער אור פונעם אויבערשטן אריינגעברענגט און איינגעווארצעלט אין די הערצער פון די אלע וואס הערן אויס יעדעס ווארט און יעדעס אות.

און אויף דעם שטייט אין פסוק (ישעיה מ, ח): ״ודבר אלקינו - יקום לעולם ״. ווייל דברי תורה, וואס אין זיי געפונט זיך דער אויבערשטער, זענען נישט קיין רייד וואס גייען פארביי און פארשווינדן, נאר זייער קדושה בלייבט אויף אייביג.

און געוויס איז דאס אויך שייך ביי יעדן אידישן שבת טיש. סיי ווען מען זאגט א ווארט אויף דער פרשה, און סיי ווען א קליין קינד ברענגט אהיים פון חדר א פשוט’ע שאלה צעטל אויף די פרשה. ווייל ווען מען רעדט דברי תורה אין שבת קודש מיט’ן אמת און מיט’ן רצון צו פארשטיין דעם דבר ד׳, ווערן די ווערטער א חלק פון ״דבר אלקינו ״ – ווערטער וואס טראגן מיט זיך דעם אויבערשטן, און ברענגען די שכינה אריין אין דעם אידישן שטוב און אין די הערצער פון די וואס הערן זיי, און בלייבן אויף שטענדיג.

ויהי רצון מלפני אבינו שבשמים, אז אונזערע רייד זאלן זיין לרצון פארן אדון כל, און מיר זאלן זוכה זיין צו רעדן דברי תורה וואס וועלן בלייבן אויף אייביג און ברענגען א נחת רוח פארן אויבערשטן, אויפציוועקן אונזערע הערצער צו דינען דעם אויבערשטן באמת ובתמים, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלמה בביאת בן דוד במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו.

דאס אויך שייך ביי יעדן אידישן שבת טיש. סיי ווען מען זאגט א ווארט אויף דער פרשה, און סיי ווען א קליין קינד ברענגט אהיים פון חדר א פשוט‘ע שאלה צעטל אויף די פרשה. ווייל ווען מען רעדט דברי תורה אין שבת קודש מיט‘ן אמת און מיט‘ן רצון צו פארשטיין דעם דבר ד׳, ווערן די ווערטער א חלק פון ״דבר אלקינו״, און ברענגען די שכינה אריין אין דעם אידישן שטוב און אין די הערצער פון די וואס הערן זיי, און בלייבן אויף שטענדיג.

More in this printout

View the whole printout