ווען מען האט יעקב גערופן אין דער אוקראינישער ארמיי, האט ער איבערגעלאזט אין שטוב א ווייב מיט קינדער און איז ארויס מיט א שווער הארץ. ער איז נישט געווען קיין מענטש פון מלחמה. ער האט געארבעט פאר פרנסה, געדאוונט אין שול און זיך משתדל געווען אויפצוציען די קינדער מיט נחת. אבער די מלחמה איז אנגעקומען, ער האט זיך געדארפט שטעלן. אנהייב איז אים געווען קלאר פארוואס ער שטייט דארט. ער וויל באשיצן זיין לאנד, שטוב און משפחה. אבער די יארן זענען אריבער, די מלחמה איז אריין אין איר פינעפטע יאר, און דער כוח וואס ער האט געהאט אין אנהייב האט זיך אלץ מער און מער אפגעשוואכט.
אמאל, ווען ער איז געשטאנען מיט נאך אפאר סאלדאטן אויפן פראנט, האבן זיי פלוצלינג געהערט דעם זשומען פון א דראון וואס קומט צו זיי. ער האט געהערט געשרייען מ'זאל לויפן זיך באהאלטן. יעקב האט נאך באוויזן זיך אראפצואווארפן אונטער א אראפגעפאלענע וואנט, און א רגע שפעטער האט געפלאצט א שטארקע אויפרייס ממש נעבן אים. ערד און שטיינער זענען געפאלן אויף אים, פאר אפאר מינוט האט ער כמעט גארנישט געהערט. ווען ער ארומגעקוקט, האט ער באטראכט וואו דער דראון האט געטראפן. ס'האט אים פארפעלט מיט אפאר טריט. אנטאן, זיין חבר, איז צוגעקומען און געפרעגט צי ער איז פארוואונדעט. יעקב האט זיך באטראכט, ס'קוקט אויס אז נישט האט ער געזאגט. אבער זיינע הענט האבן נאך געציטערט אויך נאכדעם וואס זיי זענען שוין געווען אויף א זיכער פלאץ.
אזעלכע פאסירונגען זענען געווארן א טייל פון זיין לעבן. עס זענען געווען נעכט
איז
אויפגעשטאנען
און
פון באמבאדירונגען, לאנגע שעות וואס מ'האט געדארפט בלייבן באהאלטן צוליב די דראונס. אסאך מאל האט מען געווארט מיט שרעק צו הערן וואס איז געשען מיט א חבר וואס איז ארויס און נישט צוריקגעקומען אין דער באשטימטער צייט. עס זענען געווען חברים וואס זענען פארוואונדעט געווארן, און אנדערע וואס זענען בכלל נישט צוריקגעקומען. יעקב האט זיך שוין צוגעוואוינט דערצו, ליידער.
אנטאן איז געווען אן אוקראינישער גוי, וואס האט אויך איבערגעלאזט א משפחה אין שטוב. מיט דער צייט זענען זיי געווארן חברים. זיי האבן צוזאמען געהיטן, זיך געטיילט מיט וואס עס איז געקומען פון שטוב און געהאלפן איינער דעם צווייטן אין די שווערע שעות. אנטאן האט געקענט יעקב׳ס מנהגים, און ווען ער האט געקענט האט ער אים געהאלפן מיט דעם. אמאל, נאך א שווערן טאג, זענען זיי געזעסן צוזאמען אינעם באהעלטעניש, געטרונקען עפעס און געשמועסט פון דער היים. אנטאן האט דערציילט פון זיינע קינדער, און יעקב פון זיינע. אמאל האבן זיי נישט געהאט קיין כוח צו רעדן און זענען שטיל געזעסן איינער נעבן צווייטן.
אנטאן איז געווען געוואוינט נאכצופאלגן די נייעס. אין יעדער פרייער מינוט האט ער געקוקט אויפן טעלעפאן וואס די פירער האבן געזאגט, צי עס קומט הילף, און וואס מען האלט אין
שיסערייען
און
אנדערע לענדער פון דער מלחמה. אמאל האט ער דערציילט פאר יעקב וועגן דעם וויכוח צווישן טראמפ און זעלענסקי אינעם ווייסן הויז. ״האסט געהערט וואס ער האט אים געזאגט? אז ער האט נישט קיין קארטן אין דער האנט. אז מיר געווינען נישט.״ יעקב האט געפרעגט וואס מען האט נאך דארט געזאגט, אבער אנטאן האט שוין נישט געוואלט מאריך זיין. ״אויב אפילו דער מענטש אויף וועמענס הילף מיר ווארטן רעדט אזוי, וואס דארפן מיר טראכטן?״ האט ער ביטער געפרעגט.
אן אנדערש מאל האט אים אנטאן דערציילט פון א ווידעא וואס ער האט געזען, וואו מען האט געשפעט פון די אוקראינער וואס בעטן הילף. יעדעס מאל וואס מען האט געלאזט הערן א בקשה פאר הילף, האט מען צוגעלייגט דעם קלאנג פון א מטבע וואס פאלט אריין אין א גלעזל. אנטאן האט נאכגעמאכט דעם קלאנג און ביטער געלאכט. ״אזוי קוקן זיי אויף אונז,״ האט ער געזאגט. ״מיר שטייען מיט אויסגעשטרעקטע הענט און בעטן.״ יעקב האט אביסל געשמייכלט. אבער שפעטער, ווען די הילף פון אויסלאנד איז אנגעקומען, האט ער זיך פלוצלינג דערמאנט אין דעם קלאנג וואס אנטאן האט נאכגעמאכט. ביז דעמאלט איז ער געווען פרייליך צו באקומען די הילף. יעצט האט זיך אריינגעמישט אויך א געפיל פון בושה, כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום סיבה זיך צו שעמען.
יעקב האט נישט געשפירט אז די שמועסן האבן אויף אים א באזונדערע השפעה. די מלחמה אליין איז דאך געווען אזוי שווער. די דראונס האבן געקענט אנקומען אויך ווען עס האט אויסגעזען אז אלעס איז שטיל, און חברים וואס זענען נעכטן געווען נעבן אים זענען היינט שוין נישט געווען מיט אים. וואס איז דער חידוש אז ער איז מיד און באזארגט? אבער אמאל, נאכן זיצן מיט אנטאן און הערן פון אים נאך דברי לעג אויף אוקריינער, איז ער אויפגעשטאנען מיט א שווערע געפיל. ער האט זיך נישט אפגעשטעלט צופיל טראכטן. אבער עפעס האט אים באנומען א שוואכקייט פון דעם וואס יענער מאכט מיר אוועק. די מלחמה פון אוועקמאכן און אפלאכן איז שוין באלד שווערער ווי די מלחמה פון דראונס, האט ער געטראכט צו זיך.
פאר סוכות האט יעקב באקומען רשות אהיימצופארן אויף א קורצע אורלויב. ווען ער איז אנגעקומען, זענען די קינדער אים אקעגן געלאפן, און זיין ווייב איז געשטאנען הינטער זיי און געקוקט אויף אים. אין סוכה זענען שוין געהאנגען די נוי סוכה וואס די קינדער האבן געמאכט. זיין זון האט אים געוויזן א ברעט וואס ער האט נישט געקענט גוט קאנעקטן, און יעקב האט גענומען א דריל און עס פארראכטן. דערנאך האט ער זיך אראפגעזעצט, מיד פון וועג, און אויסגעהערט ווי די קינדער קריגן זיך ווער עס וועט זיצן נעבן טאטי. ער איז געווען פרייליך צו זיין אין שטוב, אבער ער איז נישט גלייך געווארן רואיג. די ערשטע נאכט האט ער זיך אפאר מאל אויפגעוועקט, און ביי דער סעודה זענען זיינע מחשבות צוריק צו די חברים וואס זענען געבליבן ביים פראנט.
ערשט דעם אנדערן טאג האט ער אנגעהויבן שפירן אביסל מנוחה. נאך דער סעודה איז ער געבליבן זיצן אין סוכה, און זיין זון האט זיך אראפגעזעצט נעבן אים און אנגעהויבן דערציילן א גאנצע מעשה וואס איז געשען מיט אים און זיינע חברים. אין אנהייב זענען יעקב׳ס מחשבות געווען ערגעץ אנדערש ווי. דאס קינד האט זיך אפגעשטעלט און געפרעגט: ״טאטע, דו הערסט?״ יעקב האט געשמייכלט און אים געבעטן איבערצוזאגן. דאס מאל האט ער אויסגעהערט ביזן סוף און דערנאך עפעס געפרעגט. דאס קינד האט מיט א גרויסן חשק נאכאמאל אנגעהויבן מסביר זיין. דערנאך איז געקומען נאך א קינד און זיך אנגעשלאסן אינעם שמועס. יעקב איז געזעסן און זיי אויסגעהערט, און עס איז אים געווען גוט. שוין לאנג וואס ער האט נישט געשפירט אזא תענוג פון א פשוטן שמועס.
אין די טעג פון זיין וויקעישן זענען די זארגן נישט אוועק. ער האט גוט געוואוסט וואוהין ער דארף צוריקגיין, און די פחד פון שיסערייען און דראונס איז נישט אוועק. אבער ווען ער איז געזעסן אין סוכה מיט זיינע בני בית, האט ער ווידער אנגעהויבן שפירן, וואס איז אים געווען קלאר אין אנהייב פון דער מלחמה. ער האט א שטוב, ער האט טייערע מענטשן, און ער האט פאר וועמען זיך צו פלאגן.
ווען ער איז צוריק צום פראנט, האט זיך אנטאן געפרייט אים צו זען. יעקב האט ארויסגענומען עסן וואס ער האט געברענגט פון שטוב, און זיי זענען געזעסן צוזאמען. אנטאן האט געפרעגט פון די קינדער און דערנאך דערציילט וואס די חברים זענען אריבער בשעת ער איז נישט געווען. עס איז נישט לאנג אריבער און אנטן האט אנגעהויבן דערציילן אויך פון די נייעס און פון א נייעם ווידעא וואס ער האט געזען, וואו מען האט ווידער געשפעט פון דער הילף וואס אוקראינע בעט. יעקב האט אויסגעהערט ווי געווענליך. ער איז אויך געווען גוט באזארגט פון די מצב. אבער ווען יעקב איז אויפגעשטאנען פונעם שמועס, האט ער געשפירט ווי די זעלבע ביטערקייט פון פאר זיין וויקעישן קומט צוריק.
אין די קומענדיגע טעג איז צוריקגעקומען דער שווערער סדר. איינמאל נאכן זיין באהאלטן פאר לאנגע שעות, ווען זיי זענען ארויס, זענען זיי ביידע געווען זייער מיד. יענע נאכט האט אנטאן דערציילט פון זיין קליינעם זון, פון א מאדנע זאך וואס ער האט געזאגט און די משפחה האט געלאכט. ס'האט געמאכט יעקב פילען אביסל בעסער. עס איז אים געווען געשמאק צו הערן פון שטוב און פון קינדער, און צו שפירן אז עס איז נאך דא א לעבן אויסער דער מלחמה.
אמאל האבן זיי געהאט א פארהעלטנמעסיג שטילן טאג. עס זענען נישט געווען קיין שיסערייען פונדערנאנט, מ'האט נישט געדארפט לויפן זיך באהאלטן. ביינאכט ווען זיי זענען געזעסן צוזאמען, האט אנטאן ווידער אנגעהויבן דערציילן פון די דברי לעג און יאוש וואס ער האט געהערט אין די נייעס און אין די ווידעאס. שפעטער, האט יעקב געשפירט זייער אויסגעמאטערט. ער האט זיך געוואונדערט. דווקא היינט איז דאך נישט געווען אזוי שווער. פארוואס שפירט ער זיך יעצט שווערער ווי יענע טאג וואס זיי האבן זיך געדארפט באהאלטן?
ער האט אנגעהויבן צו כאפן אז נישט אלע שמועסן מיט אנטאן לאזן אים איבער מיטן זעלבן געפיל. ווען מען האט געשמועסט פון שטוב און פון קינדער, איז אים געווען גוט. און ווען מען איז צוריק צו די דברי לעג און יאוש, איז ער אויפגעשטאנען שווער און מיואש. ביז יעצט האט ער אלעס צוגעשריבן צו דער מלחמה אליין. יעצט האט ער אנגעהויבן פארשטיין אז צו די פחד, מידקייט און צרות, קומט אויך מיט די געפילן וואס מ'באקומט, די באמערקונגען וואס גייען אריין אין הארץ.
אנטאן איז טאקע א גוטע חבר. אויך ער ליידט און האט מורא. אנטאן האט פשוט געוואלט מיטטיילן מיט אים, ס'איז אים נישט בייגעפאלן אז עס שוואכט אפ זיין חבר. יעקב האט אריינגענומען זיינע ווערטער אן קיין סאך טראכטן. אבער יעצט האט ער אנגעהויבן פארשטיין אז מען קען זיין א גוטער חבר, אויסהערן יענעם, און אויך וויסן ווען ס'איז נישטא קיין תועלת אין שמועסן וואס חזר׳ן איבער די זעלבע דברי יאוש.
יעקב האט אנגעהויבן פארשטיין וואס ער גייט אריבער. ער האט אנגעהויבן שפירן ווי אפאר ווערטער וואס ער האט געהערט ביינאכט בלייבן מיט אים אויך מארגן, אויף אזוי ווייט אז אפילו זיין גוף ווערט אים שווער און יעדע זאך קאסט אים כוחות.
ער האט גטראכט צו זיך, אויב אזוי געשעט צו אים, וואס טוען אזעלכע דיבורים ווען זיי גייען פון איין סאלדאט צום צווייטן? מען קען דאך דערמיט אפשוואכן א גאנצע מחנה. צומאל דארפן מען וויסן, אבער צו חזר׳ן נאכאמאל און נאכאמאל אז עס איז נישטא קיין האפענונג — פון דעם דארף מען זיך היטן. אויך ווען עס קומט אריין אין קאפ אליינס, מוז מען עס נישט אריינלאזן.
אפאר טעג שפעטער האט זיך אנטאן אראפגעזעצט און ווידער אנגעהויבן דערציילן. ״דו ווייסט נישט וואס זיי האבן יעצט געזאגט אויף אונז,״ האט ער געזאגט, און אנגעהויבן איבערזאגן די דברי לעג. יעקב האט אביסל אויסגעהערט און דערנאך געלייגט זיין האנט אויף אנטאן׳ס ארעם. ״דאס לאמיר היינט איבערלאזן,״ האט ער שטיל געזאגט. ״איך האב שוין גענוג געהערט פון זייער געלעכטער.״ אנטאן האט געקוקט אויף אים מיט וואונדער. ״וואס ווילסטו דען? מיר זאלן נישט וויסן וואס עס גייט פאר?״ האט ער געפרעגט. ״אוודאי דארף מען וויסן,״ האט יעקב געענטפערט, ״אבער איך שפיר אז נאך די אלע דיבורים ווערט מיר שווערער.״
אנטאן איז שטיל געווארן. ער האט נאך פריער נישט געטראכט דערפון אויף דעם אופן. זיי האבן אנגעפאנגן רעדן פון די משפחה פון די קינדער. יעקב האט אים געפרעגט צי ער האט שוין גערעדט מיט זיין זון, וואס איז געווען קראנק אפאר טעג פריער. אנטאן׳ס פנים האט זיך אביסל געטוישט. ״יא,״ האט ער געזאגט. ״איך האב גערעדט נעכטן. עס איז אים שוין בעסער.״ ער האט אנגעהויבן דערציילן וואס דער אינגל האט אים געזאגט אויפן טעלעפאן, און ווי ער ווארט אז זיין טאטע זאל אהיימקומען. אזוי האבן זיי געשמועסט געמיטלך, איינער האט געפרעגט, דער צווייטער האט פארציילט. מ'האט זיך דערמאכט אלטע זאכן פון אנפאנג ווען זיי האבן זיך ווען זיי האבן זיך באקענט.
צופרי זענען זיי ביידע אויפגעשטאנען צוריק צו די קולות פון מלחמה. גארנישט פון די גרויסע צרות איז יענעם אוונט געלייזט געווארן. אבער יעקב האט זיך געפרייט מיטן שמועס וואס זיי האבן געהאט. יענעם צופרי האבן זיי געדארפט פארן צו א אנדערע געגענט, אויפן וועג האט אים יעקב פארציילט ווי ער איז געזעסן אין סוכה מיט זיינע קינדער, און ווי זיין זון האט אים נישט אפגעלאזט ביז ער האט געענדיגט אלעס וואס ער האט געוואלט זאגן. אנטאן האט געשמייכלט און דערציילט אז זיין זון טוט אויך אזוי. זיי האבן ווייטער געשמועסט, און יעקב האט זיך דערמאנט אין יענער מינוט אין סוכה, ווען זיין זון האט געפרעגט: ״טאטע, דו הערסט?״ ער האט געשמייכלט צו זיך און ווייטער אויסגעהערט אנטאן.