Skip to content
פרדס יהודה

דער הייליגער רבי דוד מלעלוב ארבעט אז א צדיק נסתר זאל נתגלה ווערן

  • Ki Teitzei
  • 5786
  • Yiddish
View printout

דער שטעטל שטשעקאצין Szczekociny אין דרום פוילן, איז געווען נאנט צום שטאט לעלוב Lelów. איינמאל האט הרה"צ רבי ליפא פון שטשעקאצין געמאכט א ברית פאר זיין זון און האט מכבד געווען הרה"ק רבי דוד מלעלוב אלס סנדק, עס איז דארט אויך געווען דער צדיק נסתר רבי משה שמואל פון שטשעקאצין.

די צוויי חשובע געסט זענען געבליבן ביי א סעודת מצוה מיט גרויס שמחה, עס איז שוין געווארן שפעט און הרה"ק רבי דוד מלעלוב האט זיך געוואנדן צו רבי משה שמואל און אים געזאגט שטילערהייט: "רבי משה שמואל, קום לאמיר גיין דאווענען מעריב אין שול."

יענע צייט איז געווען א מלחמה פון פראנקרייך און דייטשלאנד און אין שטאט שטשעקאצין איז געווען א בריק וואס האט געדינט אלס א גרעניץ, איין זייט פאר פראנקרייך, און די אנדערע זייט פאר דייטשלאנד, און עס איז געווען אוממעגלאך אריבערצוגיין פון איין זייט צום צווייטן אן אן אפיציעלן געדרוקטן רשות-בריוו. דער בית המדרש האט זיך געפונען אויף דעם אנדערן זייט פון בריק, און די זעלנער וועלן זיי בשום אופן נישט לאזן דורכגיין אן די געהעריגע פאפירן, האט רבי דוד זיך אויסגעדרייט צו רבי משה שמואל און אים געזאגט: האפ אן מיין גארטל און מיר וועלן דורכגיין בשלום! רבי משה שמואל האט זיך אנגעכאפט אין גארטל, און זיי זענען אריבערגעגאנגען דעם בריק בשלום, זיי זענען אנגעקומען נאנט צום בית המדרש וואו עס זענען געווען אסאך מענטשן, און רבי משה שמואל האט נישט געוואלט אריינגיין אין שול, מורא האבנדיג אז מען וועט באמערקן זיין דאווענען, און איז געבליבן אינדרויסן. און רבי דוד איז אריין אליין אין בית המדרש און געדאווענט פאר א האלבע שעה. ווען רבי דוד איז ארויסגעקומען צוריק האט ער זיך אנגערופן: "משה שמואל, פארוואס האסטו נישט געוואלט אריינגיין מיט מיר? האסטו זיך דערשראקן אז מען וועט זיך דערוויסן פון דיר און דו וועסט זיך אנטפלעקן? וויסן זאלסטו, אז צום סוף וועט דאך קומען די צייט וואס דו וועסט זיך מוזן אנטפלעקן!

איך וועל דיר דערציילן א מעשה:" "איינמאל איז געווען א דארפס-איד איינע פון די ל"ו צדיקים נסתרים, וואס האט געוואוינט אין א דארף, און קיינער האט ניט געוואוסט פון זיין גרויסקייט. איין טאג האט דער נסתר געהערט א קול פון הימל: עס איז געקומען די צייט אז דו זאלסט זיך אנטפלעקן פאר די וועלט! אבער דער איד האט נישט געוואלט קיין פרסום און האט זיך אנטזאגט, האט ער געהערט א קול מן השמים: אז דו ווילסט זיך ניט אנטפלעקן ברצון, וועט דיין סוף זיין אז דו וועסט ווערן פארשעמט ברבים! אבער דער צדיק איז נאך אלץ געבליבן מיט זיין באשלוס און האט זיך ניט געוואלט מגלה זיין.

עס זענען דורכגעגאנגען עטליכע טעג, און פלוצלינג האט זיך פארשפרייט א קלאנג אין שטאט, אז דער דארפס-איד האט אפגעטאן א גאר גרויסע עבירה, דאס איז געווען עטליכע טעג פאר א תענית, דער רב פון שטאט הערנדיג דעם קלאנג, האט געשיקט א שליח צום איד אין דארף ער זאל קומען אין שטאט אריין דאווענען מנחה אין בית המדרש. דער איד איז געקומען, דער רב האט אויפגערופן דער דארפס-איד ביי קריאת התורה, אבער ווען ער האט זיך געגרייט צו מאכן די ברכה, האט דער רב אויפגעשטעלט פארן גאנצן עולם און אויסגעשריגן מיט כעס: רשע! דו האסט אפגעטאן אזא גרויסע עבירה, און דו האסט נאך די חוצפה צו מאכן א ברכה פארן אויבערשטן? דער רב האט זיך ניט באנוגנט מיט רייד, נאר אויך דערלאנגט א פאטש פארן דארפס-איד, וואס האט נישט געענטפערט, נאר רואיג געמאכט די ברכה אויף די תורה, און גלייך ארויסגעגאנגען פון בית המדרש און איז פארשוואונדן.

יענע נאכט איז דער טאטע פון רב געקומען צו אים אין חלום און געזאגט מיט א ציטערדיגן קול: וויסן זאלסטו אז אין הימל האט מען אויסגערופן אז דו מוזט שטארבן ווייל דו האסט פארשעמט א גרויסער צדיק נסתר וואס האט חלילה ניט געטאן קיין עבירה! און די קלאנג איז נאר געווען א בלבול פונעם הימל ווייל ער האט זיך אנטזאגט זיך צו אנטפלעקן, דעריבער שטיי אויף גלייך אינדערפרי און גיי צו אים אין שטוב און בעט אים מחילה מיט מסירות נפש, אנדערש וועסטו ניט איבערלעבן דעם טאג!

דער רב האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף ציטערנדיג פאר פחד, זיין גייסט איז געווען אומרואיג און זיין הארץ האט געקלאפט, ער האט איינגעזען די גרויסע עוולה וואס ער האט אפגעטאן, סיי פאר מבייש זיין א איד ברבים און סיי פאר אים שלאגן, און ווי נאר דער טאג האט אויפגעשיינט, האט דער רב פארזאמלט צען אידן און זיי זענען גלייך געפארן צום דארף צו פייסן זיין דעם צדיק.

ווען זיי זענען אנגעקומען צו זיין שטוב, איז דער צדיק נסתר נישט געווען אין שטוב ווייל ער האט מורגש געווען ברוח הקודש אז זיי קומען, און ער איז אנטלאפן אין פעלד, די אורחים האבן געפרעגט זיין ווייב: וואו איז דיין מאן? האט זי געענטפערט מיט א ביטערע הארץ: "וואס איז? איר זענט ווייטער געקומען אים שלאגן און פארשעמען?"

האבן זיי געענטפערט: חס ושלום! מיר זענען נאר געקומען אים בעטן מחילה, ווייל מיר האבן ניט געוואוסט אז ער איז א גרויסער צדיק, און ווען דער קלאנג איז ארויס האבן מיר אים בטעות חושד געווען, האט זי געזאגט זאלן זיי ווארטן ביז ער קומט צוריק אהיים אבער א שטיק צייט איז אריבער און ער איז נישט אנגעקומען, זעענדיג דאס, זענען זיי ארויס געגאנגען זוכן אין די פעלדער. דער צדיק האט באמערקט אז זיי קומען נאך אים, איז ער אנטלאפן צו אן אנדער פלאץ און האט זיך באהאלטן עטליכע טעג, ביז ענדע איז ער צוריק געקומען אהיים. ווען דער רב וואס איז געבליבן אין דער נאנט מיטן מנין האבן געהערט אז דער צדיק איז יעצט אינדערהיים, זענען זיי גלייך געגאנגען צו אים, און דער רב האט זיך געווארפן אויף זיינע פיס, און מיט טרערן אים איבער געבעטן מיט א צעבראכענער הארץ ער זאל אים מוחל זיין פאר זיין גאר גרויסן טעות.

דער נסתר האט זיך אנגערופן צו זיי: גייט צוריק צו אייער שטאט, איך בין אייך אינגאנצן מוחל, און אויך די גאנצע שטאט און עס זאל נישט פאסירן קיין שום שלעכטס אדער שאדן פארן שטאט, אבער פארן רב אליין וועט יא געשען א קליינער שאדן. זיי האבן זיך געזעגנט פון אים מיט שלום און זיך ארויס געלאזט אויפן וועג אהיים. אין מארק אינמיטן וועג איז פלוצלינג אראפגעפאלן א ראד פון וואגן, די וואגן האט זיך איבערגעקערט, און דער רב האט צובראכן זיין פוס!

נאכדעם וואס רבי דוד מלעלוב האט געענדיגט דערציילן די מעשה, האט ער זיך אויסגעדרייט צו רבי משה שמואל און אים געזאגט מיט ליבשאפט: "דעריבער, משה שמואל, זאלסטו וויסן: דו וועסט זיך סייווי מוזן אנטפלעקן, איז בעסער אז דו זאלסט דאס טאן ברצון." און טאקע שפעטער האט רבי משה שמואל זיך אביסל אנטפלעקט פאר די וועלט, צוליב דעם הייליגן ציווי פון זיין רבי'ן, רבי דוד מלעלוב זצוק"ל

פאר זיין הסתלקות, האט רבי משה שמואל דערציילט די גאנצע מעשה פאר זיינע קינדער, און ער האט זיך אנגערופן פון הארצן: "דער רבי האט געוואלט מאכן פון מיר א גרויסע כלי און א טייערע צירונג פארן וועלט. אבער איך האב זיך אנטזאגט און ניט געוואלט. און איך האב חרטה אויף דעם וואס איך האב נישט געפאלגט זיין הייליגן ווארט." זיע"א. (ספר מגדל דוד לעלוב)

More in this printout

View the whole printout