כִּי יִקְרָא קֵן צִפּוֹר לְפָנֶיךְ בַּדֶּרֶךְ בְּכָל עֵץ אָוֹ עַל הָאָרֶץ אֶפְרֹחִים אָוֹ בֵיצִים וְהָאֵם רֹבֶצֶת עַל הָאֶפְרֹחִים אָוֹ עַל הַבֵּיצִים לֹא תְקַח הָאֵם עַל הַבָּנִים: (כב ו)
די גמ' (חולין קל"ט ע"ב) ברענגט אז די מענטשן פון שטאט פפונאי האבן געפרעגט רבי מתנא אז עס שטייט אין פסוק כִּי יִקְרֵא קֵן צִפּוֹר לְפָנֶיךְ וגו' אוֹ עַל הָאָרֶץ, איז ווי וועט זיין דער דין אז א נעסט וועט זיך שטעלן אויפן קאפ פון א מענטש הייסט דאס עַל הָאָרֶץ, און מען איז מחוייב בשילוח הקן, אדער ניין? האט רבי מתנא געענטפערט אז עס שטייט אין פסוק (שמואל ב' ט"ו ל"ב) וַאֲדָמָה עַל רֹאשׁוֹ, און רש"י איז מסביר אז מען זעהט אז די קאפ פון א מענטש הייסט אֲדָמָה, איז א ראיה אז דאס הייסט עַל הָאָרֶץ און מען איז מחוייב בשילוח הקן עכ"ד הגמ', מען וואלט געקענט מפרש זיין די גמ' בדרך מליצה, ווייל מען טרעפט אין די הייליגע תורה ווען יוֹסֵף האט פותר חלום געווען פון דער שָׂר הָאֹפִים (בראשית מ טז-יח) אַף אֲנִי בַּחֲלוֹמִי וְהִנֵּה שְׁלֹשָׁה סַלֵי חֹרֵי עַל־רֹאשִׁי: וּבַפַּל הֶעֶלְיוֹן מִכָּל מַאֲכַל פַּרְעָה מַעֲשֵׂה אֹפֶה וְהָעֹוֹף אֹכֵל אֹתָם מִן הַפֶּל מֵעַל רֹאשִׁי: וַיַּעַן יוֹסֵף האט יוֹסֵף געזאגט וַיֹּאמֶר זֶה פִּתְרֹנָוֹ שְׁלֹשֶׁת הַסַלִים שְׁלְשֶׁת יָמִים הֵם: בְּעוֹד שְׁלֹשֶׁת יָמִים יִשָּׂא פַרְעָה אֶת רֹאשְׁךְ מֵעָלֶיךְ וְתָלָה אִוֹתְךָ עַל עֵץ וְאָכַל הָעָוֹף אֶת בְּשָׂרְךָ מֵעָלֶיךְ, וואס לכאורה איז שווער וואו איז מרומז דעם פתרון אין דעם חלום? נאָר דער ענין איז מיט א משל: עס איז געווען א מאָלער וואָס האָט געמאָלען א שיינעם בילד פון טרויבן אויף אַ גפן, און אַ מענטש שטייט לעבן גפן און עסט פון די טרויבן, און דער מאָלער האָט דאָס אויף געהאַנגען פארענט פון זיין הויז צו ווייזן זיין קונסטליכע ארבעט, און די פויגלען האבן טאקע געמיינט אַז דאָס זענען עכטע טרויבן, און האָבן געהאַקט מיט זייערע שנאבל אויף די טרויבן, א מומחה האָט געזען אַז די טרויבן זענען געמאַכט מיטן גרעסטן שלימות, אָבער די פויגלען קומען נאָך אַלץ עסן, האָט ער פארשטאַנען אַז עס איז נישט בשלימות, ווייל אויב דער מענטש וואָלט געמאָלט ווי עס דאַרף צו זיין, וואָלטן די פויגלען זיך ניט געוואַגט זיך צו דערנענטערן, ווייל דער טבע פון פויגלען איז צו אנטלויפן ווען זיי זעהען אַ מענטש, און דאס איז אויך געווען ביים חלום פון שָׂר הָאֹפִים וואס האט דערציילט אז וְהָעוֹף אֹכֵל אֹתָם מִן הַפֶּל מֵעַל רֹאשִׁי: דער עוף עסט פון קאָרב אויפן קאָפּ", האָט יוֹסֵף פארשטאנען אַז דער צֶלֶם אֱלֹקִים איז שוין אוועק פון אים, ווייל עס שטייט אויב א מענטש האט דער צֶלֶם אֱלֹקִים, שטייט וּמוֹרָאֲכֶם וְחִתְּכֶם יִהְיֶה עַל כָּל חַיַּת הָאָרֶץ וְעַל כָּל עָוֹף הַשָּׁמָיִם (בראשית ט ב) און אז דער עוף האט נישט מורא געהאט פון שָׂר הָאֹפִים איז א סימן אז ער גייט באלד שטארבן, ווייל דער צֶלֶם אֱלֹקִים איז אוועק פון אים, ממילא אויב פויגלען מאַכן אַ נֶעסט אויפ'ן קאָפּ פון אַ מענטש, ווייזט דאָס אַז זיין חיות איז אָפגעשניטן, און ער הייסט עַל הָאָרֶץ, און דעריבער שרעקט זיך נישט דער פויגל פון אים, און מען איז מחויב מיט שילוח הקן. (מגד מדור העובדות ירחים ח"ב ר' יוסף ווייס בשם בעל ברך משה בצעירותו שנת תרפ"ז)More in this printout
- תשובה אין חודש אלול איז ווי תשובה פון א גאנץ יארדער ארטיקל ערקלערט ווי תשובה אין חודש אלול איז גלייך צו תשובה פון א גאנץ יאר, לויט די הפלאה און אריז"ל. עס באשרייבט ווי תשובה אין אלול באשיצט פון מקטרגים ביי רא
- דער הייליגער רבי דוד מלעלוב ארבעט אז א צדיק נסתר זאל נתגלה ווערןא וואונדערליכע חסידישע מעשה ווי דער הייליגער רבי דוד מלעלוב האט געפועל'ט ביי דעם צדיק נסתר רבי משה שמואל פון שטשעקאצין ער זאל זיך אנטפלעקן פאר דער וועלט.