Skip to content
פרדס יהודה

תשובה אין חודש אלול איז ווי תשובה פון א גאנץ יאר

  • Ki Teitzei
  • 5786
  • Yiddish
View printout

וּבָכְתָה אֶת אָבִיהָ וְאֶת אִמָּהּ יֶרַח יָמִים: (כא יג) עס שטייט אין הייליגן ספר הפלאה אויף די משנה (כתובות דף נ"ז ע"א) נותנים לבתולה כל י"ב חודש [אין די צייטן פון די גמ' איז געווען פריערט קידושין און י"ב חודש שפעטער איז געווען די נישואין] איז דער הפלאה מסביר אז חודש אלול איז די מזל פון בתולה איז פשט: נותנים לבתולה וואס דאס איז חודש אלול, אז אויב א מענטש טוט תשובה אין אלול איז דאס גערעכנט ווי ער האט תשובה געטאן כל י"ב חודש און עס איז גערעכנט אז ער האט נישט געזינדיגט א גאנץ יאר, לפי דעם פשט קען מען מסביר זיין צוויי פסוקים אין די פרשה, ווייל דער הייליגער אריז"ל שרייבט אז די פרשה איז מרומז אויף חודש אלול, דאס מיינט וּבֶכְתָה אֶת אָבִיהָ וְאֶת אִמָּהּ, דער מענטש זאל וויינען און תשובה טאן יֶרַח, אין חודש אלול, און דאס וועט זיין גערעכנט ווי יָמִים, א גאנץ יאר, אזוי ווי עס שטייט וְאִישׁ בֵי יִמְכָר בֵּית מוֹשֵׁב עִיר חוֹמָה וְהָיְתָה גְאֶלָתּוֹ עַד תָם שְׁנַת מִמְכָרָוֹ "יָמִים" תִהְיֶה גְאֶלָתְוֹ: מען קען דאס אויסלייזן ביז א יאר, זעהט מען אז יָמִים מיינט א יאר, און לפי"ז קען מען מסביר זיין דעם פסוק כִּי יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה חֲדָשָׁה לֹא יֵצֵא בַּצָּבָא וגו' נָלִי יִהְיֶה לְבֵיתוֹ שָׁנָה אֶחָת וְשְׂמַח אֶת אִשְׁתּוֹ אֲשֶׁר לָקָח: (כד ה) שטייט אין די הייליגע ספרים אז אויב א מענטש זינדיגט, באשאפט ער א מקטרג אויף אים און ווען עס קומט די הייליגע טעג קומען די מקטרגים אין דעם יום הדין פון ר"ה אין בי"ד של מעלה, און דאס איז א שווערע מלחמה צו געווינען, אבער אויב דער מענטש טוט תשובה אין חודש אלול ווערט אויס מקטרגים אין יום הדין, דאס שטייט אין פסוק כִּי יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה חֲדָשָׁה, אִשָּׁה מיינט מען די בתולה מזל פון חודש אלול, חֲדָשָׁה און ער איז זיך אנטלויפן מחדש, און טוט תשובה דעם חודש, איז לֹא יֵצֵא בַּצָּבָא, וועט דער אויבערשטער אים ריין מאכן פאר דעם גאנצן יאר, און ער וועט נישט דארפן מלחמה האלטן מיט די מקטרגים, ווייל נָלִי יִהְיֶה לְבֵיתוֹ שָׁנָה אֶחָת, די תשובה אין חודש אלול מאכט אים ריין א גאנץ יאר. (אור פני יהושע הגה"ק ר' יהושע בוקסבוים מגאלאנטא)

More in this printout

View the whole printout