דער אויסגעוועלטער ים און די ברכה פון שבט נפתלי
בעזה"י, מיר גייען יעצט ארויף קיין עיר הקודש טבריא, צום "ים כנרת". מיר וועלן זען פלא'דיגע זאכן וואס ווערן געברענגט אין חז"ל איבער די געוואלדיגע גרויסקייט פונעם ים כנרת.
אין פרקי דרבי אליעזר (פרק יח), און אויך אין מדרש תהלים (מזמור צב), זאגט דער הייליגער רבי אליעזר הגדול אזוי: "שבעה ימים ברא הקדוש ברוך הוא" – דער אייבערשטער האט באשאפן זיבן ימים אויף דער וועלט, "ומכולם לא בחר אלא ים כנרת" – אבער דער אייבערשטער האט אויסגעוועלט דעם ים כנרת. עס איז כביכול באליבט ביים אייבערשטן מער ווי אלע אנדערע ימים. זאגט ווייטער דער פרקי דרבי אליעזר: "והנחילו לשבט נפתלי" – ער האט עס מנחיל געווען פאר שבט נפתלי; עס איז אריינגעפאלן אין דעם חלק פון נפתלי ביי חלוקת הארץ.
(זעה באריכות אין פרק "דער חלזון פיש" איבער די סתירה אין דברי חז"ל: אין איין פלאץ איז משמע אז די כנרת איז אינעם חלק פון נפתלי, און אין א צווייטן פלאץ שטייט אז עס איז אינעם חלק פון זבולון).
"שנאמר" – אזוי שטייט אין פסוק (דברים לג, כג): "נַפְתָּלִי שְׂבַע רָצוֹן וּמָלֵא בִּרְכַּת ה' יָם וְדָרוֹם יְרָשָׁה". דער רד"ל איז מסביר דארט, אז וויבאלד עס שטייט דא "נפתלי שבע רצון", מיינט עס אז נפתלי איז צופרידן, ווייל אזוי ווי דער רבוש"ע האט אויסגעוועלט דעם ים כנרת, איז ער אויך זעלבסטפארשטענדליך "שבע רצון" דערמיט. "ומלא ברכת ה'" – עס איז פול מיט די ברכה פון ה', ווייל אז דער אייבערשטער האט עס אזוי אויסגעוועלט, איז עס פול מיט ברכה. סיי די פעלדער אין די חלק פון נפתלי איז פול מיט פירות און וויינגערטנער, ווי אויך די ים כנרת איז געבענטשט מיט א מערהייט פון אלע ערליי פיש'ן, ווי מיר וועלן באלד זעהן פונעם פסיקתא און ירושלמי.
עס קען זיין אז "ומלא ברכת ה'" באציט זיך אויף דעם וואס מיר ווייסן אז די 'בארה של מרים' איז נגנז געווארן אינעם ים פון טבריא, און דאס איז דער פשט פון "ומלא ברכת ה'".
דער קאפ פון לויתן לעתיד לבוא אזוי ווי די טעם פון די פיש אין ים כנרת
עס גייט אזוי ווייט, אז אין פסיקתא (בבא קמא פ"ח) שטייט אז די כנרת איז געבענטשט געווארן מיט א געוואלד מיט פיש. די פסיקתא זאגט אז די פיש פונעם ים טבריא האבן אין זיך א ספעציעלן טעם, און די פסיקתא נוצט אזא לשון: "נוטל הקדוש ברוך הוא אורו של לויתן ועושה סוכה לצדיקים, ואומר כל מי שעשה מצות יבא ויטול ויאכל מראשו".
דאס מיינט, אז ווען משיח וועט קומען, זאגט דער אייבערשטער אז די צדיקים וועלן זיצן אין א סוכה געמאכט פונעם הויט פונעם לויתן, און דער אייבערשטער וועט זיי געבן צו עסן פונעם קאפ פונעם לויתן. זאגט ווייטער די פסיקתא: "וטעמו יהא כטעם ראש של דג שבים טבריא" – דער טעם פונעם לויתן וועט זיין פונקט ווי דער טעם פון די פיש אין טבריא. קומט אויס אז די פיש פון טבריא האבן עפעס א גן-עדן'דיגן טעם, אז מען זאגט אז דער לויתן וועט האבן דעם זעלבן טעם. דאס איז דער פשט פון "מלא ברכת ה'".
דער כנרת פול מיט פיש
אין ירושלמי (מס' שקלים פ"ו, ה"ב) שטייט: "מימיה של טבריא נתברכו לגדל דגים הרבה" – די וואסערן פון טבריא האבן א ברכה אז עס וואקסן דארט אן א שיעור פיש. דאס איז אויך א פשט אין "ומלא ברכת ה'". דער 'בן איש חי' זאגט טאקע דעם פשט, אז די ברכה קומט צוליב די בארה של מרים.
וואס איז דער ביאור הענין?
אבער בעצם, 'רב הנסתר על הנגלה', וואס איז טאקע דער ביאור הענין אז דער אייבערשטער האט פון אלע ימים "לא בחר אלא ים כנרת"? בפשטות איז עס ווייל דער ים כנרת געפינט זיך אין 'ארץ ישראל'. אבער מיר וועלן זען א געוואלד מיט מאמרים פונעם זוהר הקדוש, וואו דער זוהר זאגט אז דער ים כנרת איז מרמז אויף די שכינה הקדושה, עס איז מרמז אויפ'ן כינור פון דוד המלך, אויפ'ן כסא הכבוד, און דערפאר קומט ארויס דער חלזון פונעם כנרת, ווי מיר וועלן באלד זען אינעם הייליגן זוהר.
פאר מיר גייען ווייטער, ווילן מיר נאר דא אנצייכענען אז מיר האבן יעצט קלאר געזען אין פרקי דרבי אליעזר, ווי אויך אין מדרש תהלים, אין דער תוספתא אין בבא קמא פרק ח', וואו עס שטייט קלאר אז די כנרת איז אינעם חלק פון נפתלי. דאס דארף מען געדענקען, ווייל באלד וועלן מיר זען אינעם זוהר הקדוש און אין נאך פלעצער אז די כנרת איז אינעם חלק פון זבולון. בעז"ה וועלן מיר באלד צוקומען צו פארענטפערן די סתירה.
ווי אזוי יהושע בן נון האט געמעגט מאכן די "תקנות"
מיר וועלן קודם צוצייכענען די גמרא אין מסכת בבא קמא (פא, ב), וואס זאגט אויך אז די גאנצע כנרת איז געווען געבענטשט מיט פיש, און ווי מיר האבן געזאגט, איז דאס לכאורה דער פשטות פון "ומלא ברכת ה'". מיר וועלן יעצט זען אין דער גמרא אין בבא קמא א ספעציעלע הלכה וואס איז געווען בנוגע דעם ים כנרת.
די גמרא זאגט דארט: "תנו רבנן, עשרה תנאים התנה יהושע" – צען תנאים האט יהושע בן נון אויסגעשטעלט. ווי עס שטייט אין רמב"ם (הל' נזקי ממון פ"ה ה"ג), האבן יהושע בן נון און זיין בית דין געמאכט צען תנאים בשעת'ן טיילן דאס לאנד, כדי מען זאל זיך קענען אויסקומען.
די מפרשים מוטשענען זיך ווי אזוי די 'תנאים' דערפון זענען צוגעגאנגען, און עס זענען דא צוויי מהלכים. דער 'עין יעקב' זאגט א פשט, אז וויבאלד אין פסוק (יהושע יא, כג) שטייט: "וַיִּקַּח יְהוֹשֻׁעַ אֶת כָּל הָאָרֶץ" – יהושע האט איינגענומען ארץ ישראל, און דערנאך "וַיִּתְּנָהּ יְהוֹשֻׁעַ לְנַחֲלָה לְיִשְׂרָאֵל כְּמַחְלְקֹתָם לְשִׁבְטֵיהֶם" – ער האט עס איבערגעגעבן פאר כלל ישראל, קומט עס אויס אזוי ווי יעדער וואס קויפט א חפץ און פארקויפט עס פאר א צווייטן. זאגט דער 'בונה' אין עין יעקב, אז וויבאלד יהושע האט איינגענומען ארץ ישראל, איז ער דאך דער 'בעל הבית', ממילא האט ער געקענט מאכן אלע תנאים.
נאך א מהלך איז דא על פי דעם רמב"ן סוף פרשת בחוקותי, אז יהושע האט געהאט א דין פון א 'מלך', און א מלך האט די כח ארויסצוגעבן תקנות פאר'ן פאלק.
די תקנה פון יהושע בן נון וועגן די פיש אין טבריא
די גמרא רעכנט דארט אויס אלע תקנות פון יהושע בן נון. לדוגמה, אז מען מעג פאשענען בהמות אין די וועלדער, אדער אז א שיירא וואס גייט אויפ'ן וועג מעג קלויבן העלצלעך ארום דעם פלאץ וואו זיי רוען. וכו'.
זאגט די גמרא, אז איינע פון די זאכן וואס יהושע בן נון האט מתקן געווען, די זעקסטע תקנה, איז "ומתחמין בימה של טבריא" – אז מען מעג גיין כאפן פיש אינעם ים פון טבריא. פון דא זעען מיר אז דער ים פון טבריא איז געווען געבענטשט און פול מיט פיש.
אבער, "ובלבד שלא יפרוס קלע" – דאס הייסט, מען טאר נישט אויסשפרייטן א נעץ וואס איז געמאכט פון קאנעס. פארוואס? ווייל "ויעמיד את הספינה" – אויב מען נוצט אזא נעץ, שטעלט עס אפ די שיפן, און אנדערע שיפן קענען נישט דורכפארן. "אבל צדין ברשתות ובמכמרות" – אבער מען מעג נוצן אנדערע נעצן, אפילו א 'מכמור', וואס דער מלבי"ם זאגט אז דאס איז א ריזיגע נעץ; וויבאלד דאס שטעלט נישט אפ די אנדערע שיפן פון פארן, מעג מען נוצן אזא מין נעץ און כאפן וויפיל פיש מען וויל.
און די גמרא ברענגט דארט אראפ: "תנו רבנן, ימה של טבריא בחלקו של נפתלי היתה" – דאס הייסט אז דער ים כנרת איז געווען אינעם חלק פון נפתלי. "ולא עוד אלא שנטל מלא חבל חרם", ער האט אויך באקומען א שטיקל ערד לעבן דעם ים אויף די דרום זייט. דער ראב"ד איז מסביר, אז דאס איז געווען כדי מען זאל קענען ניצן די נעצן; וויבאלד די נעצן זענען זייער לאנג, דארף מען האבן א פלאץ וואו מען קען זיי אויסשפרייטן און דערנאך אריינשלעפן אין ים און צוריק ארויסשלעפן.
דאס אלעס איז "לקיים מה שנאמר", צו מקיים זיין די ברכה וואס משה רבינו האט געגעבן פאר נפתלי (דברים שם): "וּלְנַפְתָּלִי אָמַר נַפְתָּלִי שְׂבַע רָצוֹן וּמָלֵא בִּרְכַּת ה' יָם וְדָרוֹם יְרָשָׁה". דאס מיינט אז ער וועט יורש זיין סיי דעם ים - די כנרת - און סיי דעם דרום, דעם ברעג לעבן דעם ים אויף די דרום זייט. אזוי איז רש"י מסביר דעם פסוק אין חומש.
זאגט די גמרא, אז הגם נפתלי האט באקומען טבריא, האט יהושע בן נון פונדעסטוועגן מתקן געווען אז יעדער זאל מעגן דארט כאפן פיש.
די זיבן ימים און פיר נהרות ארום ארץ ישראל
די גמרא אין מסכת בבא בתרא (עד, ב) זאגט דעם זעלבן יסוד וואס מיר האבן פריער געזען אין פרקי דרבי אליעזר: עס זענען דא זיבן 'ימים' אויף די וועלט, און איינע פון זיי איז די כנרת. די גמרא לייגט צו, אז אויסער דעם זענען דא פיר 'נהרות'. דער אייבערשטער האט ארומגערינגלט ארץ ישראל מיט די אלע זיבן ימים.
דאס שטימט מיט דעם וואס די גמרא זאגט אז ארץ ישראל און ירושלים זענען 'טבורו של עולם', דער צענטער פון די וועלט, און די גמרא איז מסביר ווי אלע ימים און נהרות פון די וועלט נעמען ארום ארץ ישראל.
זאגט די גמרא: "כי אתא רב דימי", ווען רב דימי איז געקומען פון ארץ ישראל קיין בבל, האט ער געזאגט בשם רבי יוחנן (וואס איז געווען א תנא אין ארץ ישראל און האט געוואוינט אין טבריא): "מאי דכתיב", וואס מיינט דער פסוק (תהלים כד, ב) "כִּי הוּא עַל יַמִּים יְסָדָהּ וְעַל נְהָרוֹת יְכוֹנְנֶהָ"? דאס מיינט אז דער אייבערשטער האט אוועקגעשטעלט און ארומגערינגלט ארץ ישראל מיט ימים און נהרות. זאגט די גמרא: "אלו שבעה ימים וארבעה נהרות שמקיפין את ארץ ישראל". די זיבן ימים זענען: דער ערשטער און די חשוב'סטע איז "ימה של טבריה". ווי מיר האבן געזען אין פרקי דרבי אליעזר און אין מדרש תהלים, האט דער אייבערשטער אויסגעקליבן דעם ים כנרת פון אלע ימים אין די וועלט.
דער צווייטער ים איז "ימה של סדום", וואס דאס איז דער "ים המלח". עס הייסט ימה של סדום ווייל די שטאט סדום, וואס איז איבערגעקערט געווארן צו זאלץ, געפינט זיך דארט לעבן דעם ים.
דער דריטער ים איז "ימה של חילת". עס איז דא א גרויסע מחלוקת אין די מפרשים וואס דאס איז. טייל זאגן אז מען דארף טוישן די ח' צו א', און דאס איז "אילת", וואס ווערט היינט אנגערופן "מפרץ אילת". אנדערע האלטן אז דאס איז נישט אילת, נאר א צווייטע פלאץ, ווייל אינעם ירושלמי (שם) איז די גירסא "ימא דשוליאס".
אין 'דקדוקי סופרים' ברענגט ער אן ענליכע גירסא: "ימא של שחלת". אינעם מדרש שוחר טוב איז די גירסא "שיריאס". עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז א ים וואס ווערט אנגערופן 'עלטבי', וואס געפינט זיך בערך 24 קילאמעטער מזרח פון דמשק אין סיריע.
לאמיר גיין ווייטער אין די גמרא: "וימה של חילתא", דאס איז דער פערטער ים. וואו איז דאס? טייל זאגן אז דאס איז די 'פיאלי ים', וואס געפינט זיך בערך 17 קילאמעטער מזרח פון די 'בניאס', וואס היינט רופט מען עס 'ברכת רם' און די אראבער רופן עס 'בלדה לחולי'. אנדערע זאגן אז דאס איז דער ים פון 'אנטיוכיא', וואס איז לעבן די שטאט חלב אין סיריע.
דער פינפטער ים איז "ימה של סבכי".
דער זעקסטער איז "ים אספמיא". אינעם ירושלמי איז די גירסא "ימא דאפמיא". דער דקדוקי סופרים שרייבט אז אין אלע אלטע גרסאות פון די גמרא איז געשטאנען 'אפמיא' אזוי ווי אינעם ירושלמי, און דאס איז לכאורה די ריכטיגע גירסא. אפמיא איז א ים אין סיריע וואס איז נאנט צו ארץ ישראל, און עס ווערט טאקע דערמאנט אין די משנה סוף מסכת חלה אלס א שטאט וואס דארט איז אמאל געווען א ים. דאס שטימט בעסער ווי 'אספמיא', ווייל די גמרא אין בבא בתרא (לח, א) זאגט אז אספמיא איז א מהלך פון א יאר צייט פון ארץ ישראל, און דא רעכענען מיר אויס זיבן ימים וואס זענען ממש ארום ארץ ישראל.
די גמרא זאגט ווייטער אז דער זיבעטער ים איז "ים הגדול". דאס זענען די זיבן ימים ארום ארץ ישראל.
דערנאך זאגט די גמרא: "ואלו הן ארבע נהרות". א נהר איז א קלענערער טייך. דער ערשטער איז דער "ירדן", וואס איז באקאנט ביזן היינטיגן טאג. דער צווייטער איז דער "ירמוך", וואס געפינט זיך ביים דרום גרעניץ פון 'רמת הגולן'. ער פליסט פון מזרח צו מערב אריין אינעם ירדן דרום פונעם ים כנרת. דער דריטער טייך איז "קרמיון". און דער פערטער איז "פיגא".
לויט'ן ספר 'הערוך' זענען די צוויי טייכן, קרמיון און פיגא, די זעלבע ווי די טייכן 'אמנה' און 'פרפר', וואס זענען באקאנטע נהרות לעבן דמשק. היינטיגע צייטן ווערט דער קרמיון אנגערופן דער 'באראדי טייך', און דער פיגא ווערט אנגערופן דער 'פידזשי טייך', וואס איז טאקע זייער ענליך צום נאמען 'פגא' וואס שטייט אין די גמרא.
דער מדרש תלפיות ברענגט אראפ א רמ"ק. ער זאגט אזוי: פארוואס האט דער אייבערשטער ארומגערינגלט ארץ ישראל מיט זיבן ימ'ען און פיר טייכן? וואס איז די כוונה דערפון? ער ברענגט בשם דעם רמ"ק, אז וויבאלד חז"ל האבן דאך גוזר געווען טומאה אויף ארץ העמים, און בכלל, ווען מען קומט פון ארץ העמים און מען טרעט יעצט אריין אין ארץ הקודש - און די גמרא זאגט דאך אין מסכת כלים אז ארץ ישראל איז "מקודשת מכל הארצות" - ממילא האט דער אייבערשטער אזוי אויסגעשטעלט, אז פון וועלכע זייט וועלט דו קומסט קיין ארץ ישראל, זאלסטו האבן א ים אדער א טייך וואו דו קענסט זיך טובל'ען, כדי דו זאלסט אריינקומען אין ארץ ישראל מיט קדושה וטהרה.
די געוואלדיגע נסים אינעם ים כנרת; דער ערשטער - די וואסער פון ירדן און כנרת מישן זיך נישט אויס
בעזה"י, וועלן מיר אצינד זען געוואלדיגע נסים וואס עס זענען דא אינעם ים כנרת. מיר פאנגען אן מיט דעם מדרש רבה אין בראשית (ד, ה). זאגט דער מדרש, "אמר רבי יונה" - רבי יונה האט געזאגט: "אל תתמה", זאלסט זיך נישט וואונדערן אז די וואלקענס מאכן זיכער צו זויגן די פייכטקייט פונעם ים, און זיי זויגן נאר די זיסע וואסער און נישט די געזאלצענע וואסער. דער מדרש איז דארט מאריך אז דאס איז ממש א מעשה נסים.
זאגט רבי יונה: איך גיי דיר ווייזן נאך א פלאץ אויף דער וועלט וואו די געזאלצענע וואסער מיט די זיסע וואסער מישן זיך נישט צוזאמען. זאגט רבי יונה: זאלסטו זיך נישט וואונדערן ווי אזוי די וואלקענס ארבעטן, נאר גיי קוק אויף די וואסער פונעם ירדן וואס גייט אריין אין "ימה של טבריא". ווי דער 'עץ יוסף' זענען מסביר, איז דאס וואסער פונעם ירדן זיס, בשעת די ימה של טבריא איז געזאלצן, און דאך "ולא מתערב בה" - עס מישט זיך נישט אויס. ביזן היינטיגן טאג קען מען עס זען, ווי די וואסער וואס קומט אריין פון די צפון זייט אריין אין דרום אינעם ים טבריא, זעט מען קלאר צוויי אנדערע קאלירן!
זאגט דער מדרש: "מעשה נסים יש בדבר" - עס איז א מעשה נסים. וואס טייטש? אלעס איז א מעשה נסים, די גאנצע בריאה איז א נס, 'טבע' איז דאך בגימטריא 'אלקים'. די טבע, וואס זעט אויס ווי נאטור, איז באמת מיט די השגחה פונעם אייבערשטן, עס איז נאר באהאלטן. אבער דא קען מען זען בחוש דעם חלק הנס, סיי ביי דעם ירדן וואס גייט אריין אין ימה של טבריא, און אויף דעם זאגט רבי יונה אז ממילא פארשטייסטו שוין ווי אזוי די וואלקענס ארבעטן, אז זיי נעמען נאר די זיסע וואסער און נישט די געזאלצענע. עס קומט אויס אז עס איז דא א מורא'דיגער נס ביי ימה של טבריא, אז די ירדן-וואסער קומט אריין און עס מישט זיך נישט אויס, און מען קען טאקע זען צוויי אנדערע קאלירן. דאס איז דער ערשטער נס וואס מען זעט דא ביי די כנרת.
(עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן וואס מיר האבן פריער אראפגעברענגט פונעם מדרש, אז זאלציגע וואסער מיט זיסע וואסער מישן זיך נישט אויס, און מען ברענגט א ראיה פונעם ירדן מיט'ן ים כנרת. די מפרשים אויפ'ן פלאץ זאגן - ווי דער עץ יוסף ועוד - אז דאס וואסער פונעם ירדן איז זיס און דאס וואסער פון כנרת איז זאלציג. למעשה אבער, אין זוהר הקדוש שטייט קלאר אז די וואסער פון די כנרת איז זייער זיס. ווי אויך אין ספר 'טבור הארץ' פון הרה"ק רבי משה קליערס זי"ע - רב פון טבריא - ברענגט ער פון עטליכע מאמרי חז"ל און ראשונים אז די כנרת "מימיו מתוקים". ווי אויך אין די 'מסעות של רבי יעקב' (וואס איז געווען איינער פון די ראשונים), טרעפט מען אז דאס וואסער פון כנרת איז זיס. זיין לשון איז: "המים של הכנרת מתוקה מאד, והם ממש טועמים בהם טעם מתיקות שאין בעולם כמוהו" – עס איז נישטא נאך אזא זיסע וואסער אין דער וועלט).
מעשה אבות סימן לבנים
דער צווייטער נס וואס איז דא ביי די כנרת איז א נס וואס איז נישט אזוי מפורסם. דאס שטייט אין מדרש רבה אין פרשת וישלח (עו, ה). דער מדרש ברענגט דארט א מימרא פון "רבי יהודה ברבי סימון בשם רבי יוחנן".
אין פסוק (בראשית לב, יא) שטייט אז יעקב אבינו זאגט: "קָטֹנְתִּי מִכֹּל הַחֲסָדִים וּמִכָּל הָאֱמֶת אֲשֶׁר עָשִׂיתָ אֶת עַבְדֶּךָ, כִּי בְמַקְלִי עָבַרְתִּי אֶת הַיַּרְדֵּן הַזֶּה וְעַתָּה הָיִיתִי לִשְׁנֵי מַחֲנוֹת". בפשטות מיינט "דער ירדן" דעם באקאנטן טייך ירדן, און לויט די שיטה פון רבי יוחנן זאגט יעקב אבינו אז ער האט געשפאלטן דעם ירדן.
יעקב אבינו זאגט יעצט: "רבוש"ע, איך האב מורא אז איך האב שוין אויסגענוצט מיינע זכותים, ווייל איך האב שוין איין מאל געשפאלטן דעם ירדן". ווען האט יעקב אבינו געשפאלטן דעם ירדן? ווען עשיו איז אים נאכגעלאפן און ער איז געגאנגען קיין חרן, דעמאלטס האט ער געשפאלטן דעם ירדן. זאגט רבי יוחנן, אז דורך דעם וואס יעקב אבינו האט געשפאלטן דעם ירדן, איז עס געווען א "מעשה אבות סימן לבנים" פאר די שפעטערדיגע דורות אז דער ירדן גייט זיך שפאלטן.
זאגט דער מדרש אזוי: "רבי יהודה ברבי סימון בשם רבי יוחנן אמר, בתורה, בנביאים, בכתובים, מצינו שלא עברו ישראל את הירדן" - אידישע קינדער זענען נישט אריבער דעם ירדן - "אלא בזכותו של יעקב", נאר אינעם זכות פון יעקב אבינו.
אין תורה: "כִּי בְמַקְלִי עָבַרְתִּי אֶת הַיַּרְדֵּן הַזֶּה". דער עץ יוסף איז מסביר, אז דורך דעם וואס יעקב אבינו האט געשפאלטן דעם ירדן, דערמאנט עס אונז די תורה הקדושה אלס א "מעשה אבות סימן לבנים" פאר דעם וואס וועט פאסירן שפעטער ווען די אידישע קינדער וועלן אריינקומען אין ארץ ישראל, אז אלעס איז בזכות יעקב אבינו.
אין נביאים (יהושע ד, כב): "וְהוֹדַעְתֶּם אֶת בְּנֵיכֶם לֵאמֹר בַּיַּבָּשָׁה עָבַר יִשְׂרָאֵל אֶת הַיַּרְדֵּן הַזֶּה", אז מען וועט פארציילן פאר די שפעטערדיגע דורות, אז ווען מען איז אריין אין ארץ ישראל איז מען דורכגעגאנגען דעם ירדן, וואס כידוע זענען דארט געווען מורא'דיגע נסים ווען דער ירדן האט זיך געשפאלטן. עס שטייט אין פסוק "ביבשה עבר ישראל", און דער מדרש דרש'נט בשם רבי יוחנן אז 'ישראל' מיינט 'ישראל סבא', דאס גייט ארויף אויף יעקב אבינו, אז ער האט געשפאלטן דעם ירדן אלס "מעשה אבות סימן לבנים" פאר די אידן שפעטער.
דער דריטער פלאץ איז אין כתובים (תהלים, קיד): "מַה לְּךָ הַיָּם כִּי תָנוּס" - וואס ביסטו אנטלאפן? דאס מיינט קריעת ים סוף. "הַיַּרְדֵּן תִּסֹּב לְאָחוֹר" - דאס גייט ארויף אויף ווען די אידן זענען אריין אין ארץ ישראל. עס שטייט ווייטער אין פסוק, פארוואס האט זיך דער ירדן געשפאלטן? "מִלִּפְנֵי אֱלוֹהַּ יַעֲקֹב", ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן. דער עץ יוסף מסביר, אז עס שטייט נישט "מלפני אלוקי אברהם" אדער "אלוקי יצחק", נאר "מלפני אלוה יעקב", כדי מרמז צו זיין דעם זכות פון יעקב אבינו, אז ווען ער האט געשפאלטן דעם ירדן איז עס געבליבן אלס סימן פאר די שפעטערדיגע דורות.
דער צווייטער נס: יעקב אבינו ביי די חמי טבריא
ביז אהער איז די שיטה פון רבי יוחנן, אז יעקב אבינו איז אריבער דעם ירדן און האט אים געשפאלטן מיט זיין שטעקן. יעצט קומט א צווייטע דעה אין מדרש, רבי לוי, וועלכער האלט אז די מעשה מיט יעקב אבינו איז געשען ביי די כנרת, ביי ימה של טבריא. דארט וואו עס געפינען זיך חמי טבריא, "פתחו של גיהנם" און די וואסערן פונעם מבול, און ממילא איז דאס וואסער געווען קאכעדיג הייס. עס ווערט אנגערופן "ירדן" ווייל, ווי מיר האבן שוין געשמועסט, דער ירדן פליסט אריין אין ימה של טבריא, און דארט איז געשען דער נס אז יעקב אבינו האט געשפאלטן דעם ירדן און איז ארויס בשלום.
וואס איז דארט געווען דער נס? דער מדרש פארציילט, "אמר רבי לוי: אתר הוא תמן מצווח" - דער פלאץ שרייט נאך אלץ ביזן היינטיגן טאג: "ירדן בחמי טבריא". ווען דער ירדן קומט אריין אין חמי טבריא שרייט עס, און מען קען עס נאך זען ביז היינט; ווען דער ירדן פליסט אריין אין חמי טבריא איז דא א געוויסער גערויש, ווייל עס איז אזוי ווי צוויי סארט וואסערן וואס טרעפן זיך.
זאגט יעצט רבי לוי: דער פלאץ שרייט היינט, און עס האט דעמאלטס אויך געשריגן. וואס איז דארט געווען? דער מדרש פארציילט: "בבהלה נכנס אבינו יעקב לשם" - ווען יעקב אבינו איז אנטלאפן פון עשו, איז ער אריינגעגאנגען דארט מיט א בהלה. "ונעל בפניו עשו" - עשיו האט זיך געשטעלט אויף אזא וועג אז יעקב אבינו זאל נישט קענען דורכגיין. דער איינציגסטער וועג וואו ער האט געקענט גיין איז געווען טיפער אריין אין חמי טבריא, וואס איז געווען קאכעדיג הייס, און חלילה וואלט פאר יעקב אבינו געקענט פאסירן א שרעקליכע זאך.
דער מדרש דערציילט: "וחתר לו הקדוש ברוך הוא חתירה במקום אחר ויצא". דער אייבערשטער האט געמאכט א נס און האט געגראבן א וועג פאר יעקב אבינו ער זאל קענען ארויסגיין. דער עץ יוסף זאגט בשם דעם 'יפה תואר': ווי אזוי איז דער נס געשען? דורך דעם וואס יעקב אבינו האט גענוצט זיין שטעקן, און דער שטעקן האט געמאכט א נייע וועג דורך וועלכע ער איז אנטלאפן.
דער מדרש פירט אויס: "הדא הוא דכתיב (ישעיה מג, ב): כִּי תַעֲבֹר בַּמַּיִם אִתְּךָ אָנִי, וּבַנְּהָרוֹת לֹא יִשְׁטְפוּךָ". דאס מיינט אז ווען דו וועסט דורכגיין דאס וואסער וועל איך זיין מיט דיר, און די טייכן וועלן דיך נישט קענען שווענקען. מיט'ן ווארט "נהרות" (טייכן) מיינט די תורה צוויי טייכן: די כנרת און דעם ירדן. אדער איז דער פשט אז "במים" גייט ארויף אויף די כנרת, וואס איז איינע פון די זיבן ימים, און "נהרות" גייט ארויף אויף דעם ירדן, ווייל דער ירדן ווערט פאררעכנט אלס א נהר. אויף דעם זאגט דער פסוק אז דער רבוש"ע פארזיכערט אז דאס וואסער וועט דיך נישט קענען שווענקען.
דער עץ יוסף לייגט צו אז אין פסוק שטייט ווייטער: "כִּי תֵלֵךְ בְּמוֹ אֵשׁ לֹא תִכָּוֶה, וְלֶהָבָה לֹא תִבְעַר בָּךְ" – אז דו וועסט אריינגיין אין פייער וועסטו נישט פארברענט ווערן און די פלאם וועט דיך נישט אפבריען. דאס גייט אויך ארויף אויף יענעם פאל, ווייל די וואסערן וואס ער איז דארט אדורכגעגאנגען זענען געווען הייס ווי פייער, היות דאס זענען געווען די "חמי טבריא". קומט אויס לויט דעם מדרש, אז דא זענען געשען מורא'דיגע נסים פאר יעקב אבינו.
דער דריטער נס: בארה של מרים
די דריטע זאך, א נס וואס איז דא געשען און געפינט זיך נאך היינט אינעם ים פון טבריא, איז די 'בארה של מרים'. די בארה של מרים איז דא נגנז געווארן, און איר וואסער מישט זיך נישט אויס מיט די וואסערן פון טבריא.
דער פערטער נס: לעתיד לבוא
עס איז פארהאן נאך א פערטע נס דא אין ימה של טבריא, וואס מיר האבן שוין פריער דערמאנט אז מיר וועלן רעדן איבער דעם וואס עס וועט זיין לעתיד לבוא, ווען משיח וועט קומען, און עס וועט זיין גאר גרויסע נסים ביי די ים כנרת.
דער ירושלמי אין מסכת שקלים (ו, ב) ברענגט אראפ די נבואה פון יחזקאל הנביא, די גמרא ברענגט אראפ א פסוק אין זכריה (יד, ח): "וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יֵצְאוּ מַיִם חַיִּים מִירוּשָׁלִַם". לעתיד לבוא וועט ארויסגיין א טייך פונעם בית המקדש, און די גמרא דרש'נט דארט די פסוקים.
אינעם פסוק שטייט ווייטער: "וְיָרְדוּ עַל הָעֲרָבָה", זאגט דער ירושלמי: "זה ים של טבריא". דאס מיינט אז דער נחל פונעם בית המקדש וועט אראפפליסן ביז'ן ים פון טבריא. "וּבָאוּ הַיָּמָּה" – דאס מיינט דעם ים המלח; דער נחל וועט אויך אנקומען צום ים המלח. "אל הים המציעים" – דאס מיינט דעם ים הגדול.
פרעגט די גמרא: פארוואס ווערן דער ים המלח און דער ים הגדול אנגערופן 'מציעים'? ענטפערט די גמרא: "כנגד שני פעמים שיצאו" – צוליב די צוויי מאל וואס די ימים זענען ארויסגעגאנגען פון זייערע גרעניצן. איין מאל איז געווען אין דור אנוש. אנוש איז געווען אן אייניקל פון אדם הראשון (אדם האט געהאט שת, און שת האט געהאט אנוש), און יענע דורות האבן געדינט עבודה זרה אויף א שרעקליכן אופן. רש"י ברענגט עס אראפ אין חומש (בראשית ד, כו). די גמרא אין מסכת שבת (קיח, א) זאגט אז ווען א מענטש היט שבת, אפילו ער דינט עבודה זרה כדור אנוש, ווערט אים מוחל געווען. דעמאלטס איז געווען אן עונש אז דער גאנצער ים אקיינוס איז ארויפגעגאנגען, און רש"י זאגט אז עס האט פארפלייצט א דריטל פון דער וועלט. דאס איז איין סיבה פארוואס עס הייסט 'מציעים', ווייל עס איז ארויס 'אינדרויסן'.
דאס צווייטע מאל איז געווען ביי דור הפלגה, ווען דער אייבערשטער האט פארמישט זייערע שפראכן און זיי צעשפרייט איבער דער גאנצער ערד. דער מדרש רבה (לח, י) זאגט אז דעמאלטס איז דער ים אקיינוס אויך ארויסגעגאנגען פון זיינע ברעגעס, און דעריבער הייסט עס 'מציעים'.
אלנפאלס, ווען משיח וועט קומען וועט ארויסגיין דאס וואסער פונעם נחל און עס וועט פליסן צום ים פון טבריא, צום ים המלח, און צום ים הגדול.
פרעגט דער ירושלמי: עס איז פארשטענדליך פארוואס דאס וואסער דארף גיין צום ים הגדול און צום ים המלח, כדי זיי צו "מתקן" זיין און מאכן דאס וואסער זיס, ווייל אין נביא (יחזקאל מז, ח) שטייט "וְנִרְפְּאוּ הַמָּיִם" – אז דאס וואסער זאל אויסגעהיילט ווערן און ווערן זיס אנשטאט זאלציג. אבער פארוואס דארף דאס וואסער פונעם נחל אנקומען צום ים פון טבריא? דאס וואסער פון טבריא איז דאך שוין זיס! (אגב, פון דא זעט מען טאקע ווי די שיטה פון זוהר הקדוש און מסעות פון רבי יעקב, אז די ים פון טבריא איז זיסע וואסער, נישט ווי דער עץ יוסף האט געלערנט).
פארוואס דארף מען לעתיד לבוא אריינברענגען דעם נחל אין טבריא אויב עס איז שוין זיס?
ענטפערט דער ירושלמי: "לרבות דגתם" – כדי די פיש זאלן זיך דארט שטארק פארמערן. דער פסוק אין נביא זאגט ווייטער: "לְמִינָה תִּהְיֶה דְגָתָם כִּדְגַת הַיָּם הַגָּדוֹל רַבָּה מְאֹד", דאס מיינט אז אין כנרת וועט זיין אזויפיל פיש ווי אינעם ים הגדול. דער ירושלמי פירט אויס: "למיני מינים תהיה דגתם" – עס וועלן זיך דארט פארמערן גאר אסאך סארטן פיש.
דער ירושלמי זאגט ווייטער, אז יעדע זאך וואס גייט זיין לעתיד לבוא, האבן מיר שוין א דוגמא דערפון אויף דער וועלט. אזוי ווי די גמרא אין מסכת שבת ברענגט אראפ אז רבי יוחנן האט געוויזן פאר זיינע תלמידים אז לעתיד לבוא וועלן וואקסן קליידער אויף די ביימער, און ער האט זיי געוויזן "כלי מילת" וואס וואקסן שוין יעצט.
האט רבי שמעון בן גמליאל געזאגט: אין דער וועלט איז שוין דא אזא זאך, "מעשה ששלחתי לציידא והביאו לפני יותר משלוש מאות מיני דגים בתמחוי אחד" – מען האט אים געברענגט מער ווי דריי הונדערט מינים פיש אין איין שיסל. דאס קומט אונז מסביר זיין אז 'אין כל חדש תחת השמש', אזוי ווי די גמרא אין שבת (ל, ב) זאגט, אז יעדע זאך וואס גייט זיין לעתיד לבוא איז שוין אמאל געשען אדער עקזיסטירט שוין מעין זה.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו די אלע סגולות און נסים פונעם כנרת!