אברהם אבינו שיקט אליעזר מלחמה האלטן
"וַיִּשְׁמַע אַבְרָם... וַיָּרֶק אֶת חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ שְׁמֹנָה עָשָׂר וּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת וַיִּרְדֹּף עַד דָּן" (בראשית יד, יד).
מיר טרעפן אין די וואכעדיגע סדרה אז אברהם אבינו גייט האלטן מלחמה מיט די שטערקסטע מלכים. און וועמען שיקט ער? ער שיקט אליעזר, דער גרויסער ראש ישיבה, וואס איז "דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים". ווי עס שטייט אין פסוק: "וַיָּרֶק אֶת חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ שְׁמֹנָה עָשָׂר וּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת". אברהם אבינו האט אנגעלאדנט מיט 'כלי זיין' דריי הונדערט און אכצן עבדים, ילידי ביתו. "וַיִּרְדֹּף עַד דָּן" – ער איז נאכגעלאפן די מלכים ביז דן.
זאגט רש"י צוויי פשטים: איין פשט כפשוטו, אז עס זענען געווען דריי הונדערט און אכצן יראים וואס האבן געהאלפן אברהם אבינו. אבער רש"י ברענגט אראפ א צווייטן פשט פון די גמרא אין מסכת נדרים (לב, ב): "רבותינו אמרו אליעזר לבדו היה, והוא מנין גימטריא של שמו". עס איז געווען אליעזר אליין, ווייל 'אליעזר' איז בגימטריא דריי הונדערט און אכצן.
דער סוד פון אליעזר
קומט דער הייליגער רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע אין ספר 'דברי סופרים' (אות ט"ז) און ער איז מסביר א דבר נפלא.
לכאורה דארף מען פארשטיין: וואס איז דער ענין אז מיר ווילן דא ארויסברענגען די גימטריא פון דעם נאמען אליעזר?
זאגט דער הייליגער רבי צדוק א מורא'דיגן יסוד. מיר ווייסן אז דער גרעסטער שונא פון א מענטש איז דער מענטש אליין – זיינע מחשבות און הרגשים פון 'יאוש'. צומאל קומט עס ווייל ער הערט וואס אנדערע זאגן, צומאל ווייל ער קוקט אויף דעם עולם החיצוני, און צומאל פארדרייט זיך דער מענטש אליין דעם קאפ. כמובן שפילן דער יצר הרע מיט די סטרא אחרא מיט די מוזיק, און זיי מאכן אז דער מענטש זאל אריינפאלן אין א מורא'דיגן יאוש און זיך זאגן: "עס איז נישט פאר דיר; לערנען, דאווענען און מצוות זענען (ח"ו) אינגאנצן נישט פאר דיין סארט". דאס איז יאוש.
זאגט רבי צדוק: 'יאוש' איז בגימטריא דריי הונדערט און זיבעצן, און מיט'ן כולל איז עס בגימטריא דריי הונדערט און אכצן. זאגט רבי צדוק, מיר ווילן דא מגלה זיין אז 'אליעזר' איז בגימטריא דריי הונדערט און אכצן, כדי דו זאלסט כאפן אז עס איז דא נאך א ווארט מיט די גימטריא, און דאס איז 'יאוש'. אליעזר האט מלחמה געהאלטן קעגן יאוש, און דערפאר האט אברהם אבינו ארויסגעשיקט דוקא אליעזר ווען ער איז געגאנגען מלחמה האלטן מיט די שטערקסטע מלכים.
דער 'סוד' ווי אזוי אליעזר האט מצליח געווען אין דער מלחמה איז ווייל אליעזר עבד אברהם איז דער סימבאל וואס האלט מלחמה קעגן יאוש. דוקא אים שיקט אברהם אבינו צו קעמפן קעגן די מלכים.
די החלטה פון אליעזר: פון נמרוד'ס פאלאץ צו אברהם אבינו'ס הויז
לאמיר טאקע פארשטיין: ווי אזוי האט אליעזר זוכה געווען צו אזא כח צו גיין קעגן יאוש?
לאמיר אביסל צוריקדרייען דעם זייגער... פון וואו קומט אליעזר? ווען האט ער זיך מגייר געווען? וויאזוי איז ער אנגעקומען צו אברהם אבינו?
עס שטייט אין פרקי דרבי אליעזר און נאך, אז אליעזר איז געווען דער "בנו הנחמד" פון נמרוד. ער איז געווען דער באליבסטער זון פון נמרוד און ער האט געדארפט זיין דער 'משנה למלך'. נמרוד, ווי מיר ווייסן, איז געווען דער קעניג פון דער גאנצער וועלט און אלע האבן זיך געבוקט פאר אים – אזוי ווייט אז 'עשיו' האט געגלוסט נאך די בגדים פון נמרוד. אבער ווען אברהם אבינו איז ארויס פון כבשן האש, האט אליעזר דעמאלטס מחליט געווען אז ער גייט ענדערש זיין אן עבד אין די הויז פון אברהם אבינו, ווי איידער צו זיין א משנה למלך און דער יורש וואס וועט איבערנעמען זיין טאטע'ס מלוכה איבער די וועלט.
לאמיר זיך דא אפשטעלן און אריינטראכטן: ווי אזוי האט ער טאקע מחליט געווען אזא החלטה?
דער תירוץ איז, אז ווען אליעזר האט באקומען א התעוררות און א התלהבות זענדיג ווי אברהם אבינו שפאצירט אריין אין כבשן האש מיט אזא שטאלץ, מאכנדיג חוזק פון זיין טאטע נמרוד און פון אלע אומות העולם מיט א 'גאוה דקדושה' און א פרייליכקייט, האט אליעזר מחליט געווען צו נוצן א שליסל וואס איז דער יסוד ווי אזוי א מענטש האלט אויס די מלחמת היצר: ער האט מחליט געווען צו טון א 'פעולה למעשה'. ער איז נישט געבליבן בלויז מיט די התעוררות אליין. ער האט נישט געלאזט די התלהבות פון זען אברהם אבינו'ס מסירות נפש בלייבן נאר אלס א געפיל פאר עטליכע חדשים, נאר ער איז תיכף ומיד געגאנגען טון עפעס למעשה.
איבערמאכן התעוררות צו א פעולה למעשה
דער יסוד איז א זאך וואס מיר טרעפן ביי זיך כסדר א גאנץ יאר. מען גייט דורך די הייליגע טעג, א מענטש ווערט נתעורר און נתלהב, אבער פלוצלינג פאלט ער צוריק. פארוואס? ווייל דו האסט גארנישט געטון מיט דיין התלהבות. ווען א מענטש ווערט נתלהב, צוקאכט אדער נתעורר, דארף ער גלייך עפעס טון.
דאס זענען די ידוע'דיגע ווערטער וואס דער הייליגער 'קדושת לוי' זי"ע ברענגט פונעם רמב"ן אויפ'ן פסוק אין שיר השירים: "אִם תָּעִירוּ וְאִם תְּעוֹרְרוּ אֶת הָאַהֲבָה עַד שֶׁתֶּחְפָּץ". ווען א מענטש באקומט א מורא'דיגע התעוררות פון א סליחות, פון תקיעת שופר, פון מלכיות זכרונות שופרות, פון כל נדרי, פון נעילה, פון די ד' מינים, פון א סוכות מיט די אושפיזין, פון הושענא רבה, שמיני עצרת אדער שמחת תורה – ווען ער באקומט א התעוררות טאנצנדיג ביי די הקפות, דארף ער גלייך מאכן א קבלה און זיך נעמען טון עפעס דערמיט. מען טאר נישט לאזן די התעוררות נאר קאכן אין הארץ פאר אפאר חדשים, מען דארף עפעס טון למעשה.
זאגט דער הייליגער רמב"ן, מען דארף נעמען די התעוררות און די אהבה "עַד שֶׁתֶּחְפָּץ" – דאס ווארט 'תחפץ' קומט פון לשון 'חפץ', א זאך, מען דארף עס אריינלייגן אין א 'כלי' און טון עפעס פראקטיש.
מען דארף עפעס מקבל זיין: "היי יאר גיי איך לערנען חומש רש"י", "היי יאר גיי איך צולייגן א שיעור משניות", "היי יאר גיי איך אויפשטיין פארטאגס געהעריג", אדער "אז איך שטיי שוין אויף, גיי איך אינזין האבן מער ביי ברכת התורה". עס מוז זיך געבן א רוק נאך די הייליגע טעג.
א מענטש טרעפט זיך א גאנץ יאר מיט פארשידענע התעוררות'ן: אמאל גייט ער צו א שבת התוועדות מיט זיין קהילה, מיט זיין רבי'ן אדער מיט זיין ראש ישיבה; עס קומט א חנוכה, א פורים אדער א פסח. א מענטש ווערט נתעורר ביי א חתונה, ווען ער מאכט חתונה א קינד, אדער ווען עס ווערט אים געבוירן א קינד בשעה טובה ומוצלחת און ער מאכט א ברית אדער א קידוש. מען דארף מורא'דיג אויפפאסן אז די אלע התעוררות'ן זאלן נישט בלייבן הענגען אין די לופט... נאר מען דארף גראד עפעס טון למעשה.
"מה שמועה שמע ובא": די לימוד פון יתרו
דער הייליגער לעכאוויטשער זי"ע זאגט: יתרו איז געקומען צו משה רבינו. וואס פעלט אויס אז יתרו זאל קומען צו משה רבינו? פארוואס איז נישט גענוג אז ער זאל בלייבן דארט אין זיין פלאץ? רש"י האט געבאדערט די קשיא, און רש"י ענטפערט אז יתרו גייט אונז דא פארציילן די פראבלעם וואס ער האט געהאט.
זאגט דער הייליגער רש"י: "מה שמועה שמע ובא"? וואסערע בשורה האט ער געהערט וואס האט אים געמאכט מחליט זיין אז ער מוז קומען? זאגט רש"י: "קריעת ים סוף ומלחמת עמלק".
דער הייליגער לעכאוויטשער איז מסביר: יתרו האט געזען אז די אידן ביי קריעת ים סוף האבן זוכה געווען צו "זה קלי ואנוהו", זיי האבן זוכה געווען צו צוויי הונדערט און פופציג נסים. זיי האבן געזען פיל מער נסים ווי ביי יציאת מצרים. די אידן ביים ים סוף האבן זוכה געווען צו א 'ביזת הים' וואס איז געווען פיל גרעסער פונעם רכוש מצרים. אידן ביים ים סוף האבן זוכה געווען צו די גרעסטע השגות.
נאך מער, עס שטייט (שמות טו, יד): "שָׁמְעוּ עַמִּים יִרְגָּזוּן חִיל אָחַז יֹשְׁבֵי פְּלָשֶׁת" – אלע גוים און אלע פעלקער זענען געווען פארציטערט. שפעטער, ווען פנחס מיט כלב זענען געגאנגען שפיאנירן אין יריחו, האט רחב זיי דערציילט: "איר זאלט וויסן אז אלע גוים ציטערן פון די אידישע קינדער זינט קריעת ים סוף".
האט יתרו געהאט א מורא'דיגע קשיא: אויב אלע ציטערן, פארוואס האט עמלק געהאט די חוצפה צו קומען?
רש"י איז דאס מסביר: "מה שמועה שמע ובא" – דו ווייסט פארוואס ער איז געקומען? צוליב "קריעת ים סוף ומלחמת עמלק". ער האט געזען אז פון איין זייט איז געשען קריעת ים סוף, אבער פון די אנדערע זייט איז עמלק גלייך געקומען. אויב "שָׁמְעוּ עַמִּים יִרְגָּזוּן" און אלע גוים ציטערן, ווי אזוי קומט עמלק דא אריין? האט יתרו מחליט געווען אז מיט 'הערן' אליין איז נישט גענוג.
לאמיר יעצט איבערלערנען דעם רש"י: זאגט רש"י, "מה שמועה שמע" – וואסערע זאך האט ער געהערט? "ובא" – ער האט מחליט געווען אז מען מוז קומען און טון א פעולה? זאגט רש"י: "קריעת ים סוף ומלחמת עמלק". יתרו האט געזען אז הערן וועגן קריעת ים סוף איז נישט גענוג, ווייל כאטש עס שטייט "שָׁמְעוּ עַמִּים יִרְגָּזוּן", האבן זיי טאקע אלע געהערט און זענען פארציטערט געווארן, אבער זיי זענען געבליבן בלויז ביים הערן און ביים ציטערן... זיי האבן גארנישט געטון 'למעשה'. ממילא איז געקומען עמלק.
האט יתרו געזאגט: די עצה איז, "שמע" – מען הערט א התעוררות, "ובא" – מען דארף קומען און טון עפעס תכלית'דיג.
סיכום: האלטן מלחמה קעגן יאוש דורך קליינע פעולות
לאמיר יעצט צוריקגיין צו אליעזר עבד אברהם. אליעזר האט געזען א מורא'דיגע התעוררות ווען אברהם אבינו איז געגאנגען צום כבשן האש. ער איז געגאנגען קעגן אלע אומות העולם מיט אזא שטאלץ און פרייד; ער איז אריינגעשפאצירט אין פייער און ארויסגעשפאצירט גאנץ. אליעזר האט באקומען א מורא'דיגע התעוררות, אבער ער האט געזאגט:
"איך גיי נישט בלייבן בלויז מיט די התעוררות, איך דארף עפעס טון!"
דעריבער האט אליעזר מחליט געווען אריינצוקומען אין די שטוב פון אברהם אבינו.
דאס איז דער יסוד ווי אזוי מען שלאגט זיך מיט יאוש. דער יסוד איז, אז ווען א מענטש באקומט א התעוררות, זאל ער גלייך עפעס טון. עס קען זיין א קליינע פעולה. האסט באקומען א התעוררות פון א שמחה, פון א דערהויבענעם שבת אדער א יום טוב? לייג גלייך צו א כוונה יתירה ביי קריאת שמע שעל המיטה, מאך גלייך א פעולה קטנה, אדער א כוונה יתירה ביי ברכת התורה די נעקסטע אינדערפרי – אבער --- טו עפעס!
דאס האט אליעזר געטון, און אזוי האלט מען מלחמה קעגן דעם יאוש.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו האלטן מלחמה מיט'ן יאוש, נתעורר צו ווערן, מאכן א פעולה קטנה, ובשם ה' נעשה ונצליח!