Skip to content
א קוואל פון חיזוק - אידיש

ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור פון "פינף מינוט"?

  • Lech-Lecha
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די גדלות פון הגאון רבי יונתן שטייף זי"ע

דער גרויסער גאון און פוסק הדור רבי יונתן שטייף זי"ע, וואס איז געווען א שר התורה און מרא דכולא תלמודא נאך אינדערהיים אין אייראפע, ווען עס איז נאך געווען א דור דעה פון גדולים וענקי רוח, איז ער געווען ראש בית דין אין פעסט און האט פארנומען א גרויס ארט צווישן די פוסקי הדור.

עס איז באקאנט אז דער הייליגער 'מנחת אלעזר' פון מונקאטש זי"ע, אין זיינע לעצטע יארן ווען די דאקטוירים האבן געוואלט אז ער זאל נישט פאסטן יום כיפור, האט ער נאר מסכים געווען אויב דער ראש בית דין פון פעסט, רבי יונתן, וועט זיך אונטערנעמען די אחריות פון דעם פסק.

ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, איז ער געווען פון די יחידי סגולה מיט וועמען דער הייליגער סאטמאר'ער רב זי"ע פלעגט רעדן אין 'קבלה'. עס איז באקאנט אז עס דא א הספד נורא וואס דער סאטמארער רב האט אים מספיד געווען, וואו ער האט אויף אים געזאגט דעם פסוק (שמואל ב א, כז): "צַר לִי עָלֶיךָ, אָחִי יְהוֹנָתָן".

דער גרויסער גאון און פוסק הדור רבי משה פיינשטיין זי"ע אין זיין תשובות (שו"ת אגרות משה), באטיטלט זייער ווייניג יחידים מיט דעם טיטל "הגאון הגדול". רבי שלמה זלמן אויערבאך באקומט דעם טיטל "הגאון הגדול", און רבי יונתן שטייף באקומט אויך דעם טיטל "הגאון הגדול".

די שטוב מענטשן פון רבי משה האבן מעיד געווען, אז ווען רבי יונתן שטייף פלעגט רעדן מיט רבי משה פיינשטיין אויפן טעלעפאון, פלעגט רבי משה פיינשטיין זיך אויפשטעלן 'מלא קומתו'.

די מעשה פון די "פינף מינוט"

עס איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס ברענגט ארויס ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו זיין דער גדול הדור, און וואס מיר קענען נאכגיין אין זיינע וועגן.

עס איז געווען נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווען די חדרים האבן זיך צוריק אנגעפאנגען און די קינדער זענען נתחנך געווארן נאך מיט דעם חינוך פון דער אלטער היים. איין טאג האט זיך א פלומעניק פון רבי יונתן אויפגעוועקט אביסל שפעט; דער חדר האט זיך אנגעפאנגען ניין אזייגער, און ער איז געווען אביסל שפעט. ער האט זיך אבער געשעמט – ווי מיר האבן געשמועסט, איז דאס דעמאלטס געווען אן אנדערער דור. ער האט זיך אזוי געשעמט, אז ער האט נישט געוואלט גיין אין חדר דורך די געהעריגע גאסן, האט ער געמאכט אן אומוועג.

אבער צו זיין מזל האט ער אנגעטראפן זיין מומע, און זי האט אים געפרעגט וואס עס גייט פאר. האט ער געזאגט בלית ברירה אז ער האט זיך פארשלאפן. האט זי אים געזאגט: "מארגן וויל איך דיך דא זען ניין אזייגער פונקטליך, איך וויל נישט אז מארגן זאלסטו נאכאמאל פארשפעטיגן".

דעם נעקסטן טאג, האט די מומע טאקע געווארט אויפן גאס און זיכער געמאכט אז ער איז אין צייט, אבער זי האט אים פארציילט א מעשה וואס איז געבליבן לדורות. זי האט אים געזאגט: "איך וויל דיר פארציילן, מיין ברודער רבי יונתן, דו ווייסט ווי אזוי ער איז אויסגעוואקסן אזא גדול הדור? איך וועל דיר זאגן". און זי האט אים פארציילט דעם פאלגענדיגן סיפור:

"אלס קינד, ווען די מאמע האט געגעבן נאכטמאל און עס איז געווען הייס, פלעגט רבי יונתן זאגן אזוי: 'מאמע, דאס עסן איז הייס, און אין די פינף מינוט ביז דאס עסן וועט זיך אפקילן, וועל איך גיין לערנען'. ער האט ארויסגענומען א ספר און געלערנט יענע פינף מינוט. אנשטאט שמועסן ביים טיש און ווארטן ביז דאס עסן קילט זיך אפ, האט ער אריינגעכאפט פינף מינוט לערנען. פון די דאזיגע פינף מינוט איז ער אויפגעוואקסן דער גדול הדור".

די זעלבע זאך זאגט מען אויפן הייליגן 'חתם סופר' זי"ע. די תלמידים זאגן אז דער הייליגער חתם סופר האט מעיד געווען אויף זיך אליין און געזאגט: "פון די דאזיגע מינוטן בין איך געווארן א גאון".

ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור פון "פינף מינוט?"

לכאורה דארף מען פארשטיין: ווי אזוי קען מען פון פינף מינוט ווערן א גדול הדור?

דער תירוץ שטייט אין ספר 'חובת הלבבות'. דער חובת הלבבות זאגט אז דער רבוש"ע פאדערט נישט פון א מענטש מער וויפיל ער קען באמת טון. אויב א מענטש וועט טון זיין מאקסימום, און נאכדעם וועט ער דאווענען און משתוקק זיין צו גיין העכער, זאגט דער חובת הלבבות אז דער רבוש"ע וועט אים אויפמאכן טויערן און שערים וואס זענען פיל העכער פון זיין טבע.

רבי יונתן שטייף האט געטון זיין מאקסימום און אויסגענוצט יעדע פינף מינוט.

און ווען מען נוצט אויס יעדע פינף מינוט, זאגט דער רבוש"ע: "איך גיי דיר אויפמאכן נייע טויערן!"

יעדער איינער פון אונז אויף זיין מדרגה, אויב מיר וועלן אויסנוצן יעדע מינוט, וועט אונז דער רבוש"ע אויפמאכן נייע שערים און טויערן וואס זענען פיל העכער פון אונזער טבע.

More in this printout

View the whole printout