הבא ליטהר מסייעין אותו * הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים * מי יעלה בהר ה'
הבא ליטהר מסייעין אותו
מוצאי שבת הייבט מען אן צו בעטן סליחות, די הערצער זענען אנגעפילט מיט התעוררות, עס הערשט אן ערנסטער געפיל, מען איז מתקן די מעשים און מען טוט תשובה, און מען בעט זיך אויס פארן בורא כל עולמים סליחה וכפרה, אז מיר זאלן זיין גרייט פאר'ן יום הדין הבאים לקראתנו לשלום.
די סליחות טעג איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן צו קענען בעטן סליחה וכפרה פאר אונזער זינד, און אויסרייניגן אונזער נשמה אין די הערצער צום ריכטיגן וועג, און זיך צוריק-קערן בתשובה שלימה צו השי"ת. אפילו מיר זענען נישט קיין גרויסע בעלי השגות, דאך האט אונזער סליחות-זאגן א געוואלדיגע חשיבות, און עס האט א גרויסע כח אין הימל צו מתקן זיין אונזער מעשים.
דער עיקר עבודה וואס עס פאדערט זיך אין די טעג פון סליחות איז: אן אמת'ע רצון, א שטארקע ווילן און חשק צו תשובה טון. ווען א איד וויל באמת מיט'ן גאנצן הארץ זיין גוט, איז די רצון גורם אז ער זאל קענען תשובה טון בשלימות, און די רצון אליין דערהייבט אים צו גאר הויכע מדריגות.
חז"ל (מכות י:) לערנען אונז דער גרויסער יסוד איבער דעם רצון און שאיפה פון יעדער מענטש בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, אין די וועג וואס א מענטש וויל גיין, פירט מען אים. און דורך די רצון קען מען שטייגן פון איין מדריגה צום צווייטן און אזוי ווערט מען כסדר נענטער צום באשעפער.
דער מהרש"א איז מסביר די גמרא מיט א שיינע געדאנק, דער מהרש"א שטעלט זיך אויף דעם וואס עס שטייט נישט אין גמרא 'מוליך אותו', אז דער אויבערשטער פירט אים, נאר עס שטייט 'מוליכין אותו', 'זיי' פירן אים. ווער איז דער 'זיי'? זאגט דער מהרש"א אז דאס מיינט יעדע מחשבה דיבור ומעשה פון דעם מענטש באשאפט א מלאך, לויט די מהות פון די מחשבה אדער די רייד אדער די פעולה וואס דער מענטש האט געטון, אויב דער מענטש האט געטון, גערעדט, אדער געטראכט א גוטע זאך, באשאפט ער דורכדעם א גוטע מלאך, און אויב חלילה פארקערט באשאפט ער מיט דעם חס ושלום א נישט גוטע מלאך. נישט נאר די מצות ומעשים טובים וואס א מענטש מאכט באשאפט אים מלאכים, נאר אפילו די מחשבות טובות באשאפן מלאכים וואס העלפן אים אויספירן זיין רצון.
און די גוטע מלאכים וואס ווערן באשאפן פון זיינע גוטע מעשים 'פירן אים' צום גוטן ריכטונג וואו ער וויל אנקומען, און זיי - 'די מלאכים' העלפן אים אנצוקומען צו א גוטע און בעסערע אויפפירונג און זיי ברענגען אים נאנטער צום באשעפער, די מלאכים וואס ווערן באשאפן פון די מחשבות פונעם מענטש, זיי פירן דעם מענטש אז ער זאל אויספירן למעשה זיינע רצונות, און אויב די מלאכים זענען גוטע מלאכים ווייל דער מענטש האט געטראכט צו טון גוטע זאכן, דעמאלט פירן זיי דעם מענטש אינעם גוטן וועג, און אויב חלילה פארקערט פירן זיי דעם מענטש אין נישט גוטע וועגן.
דער מהרש"א איז מסביר ווי אזוי דאס איז מרומז אינעם פסוק (ישעיהו מח יז) וואס די גמרא ברענגט אויף דעם: כה אמר ה' גאלך קדוש ישראל, אני ה' אלקיך מלמדך להועיל, מדריכך בדרך תלך, אזוי האט השי"ת דיין אויסלייזער פון די אידן געזאגט: איך דיין גאט לערן דיר, כדי אז עס זאל זיין פאר דיר א נוצן, דיין וועגווייזער וואס ווייזט דיר די וועג וואו דו זאלסט גיין. מיר זען אין די פסוק אז דער רבונו של עולם לערנט נאר אויס פאר די אידן וואס עס איז ריכטיג צו טון, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק 'אני ה' אלקיך מלמדך להועיל' דער אויבערשטער לערנט נאר אויס, און די צווייטע חלק גייט ארויף אויפ'ן מלאך וואס ווערט באשאפן דורך די מחשבות און די מעשים פונעם מענטש, מדריכך, 'דיין' מדריך, דער מלאך וואס ער איז דיינס ווייל ער פירט דיר לויט די וועג וואס דו ווילסט גיין אין דעם.
מיר זעען דערפון, אז די שורש און די עיקר פון אלעס איז די אמת'ע רצון, ווייל ווען א מענטש האט א גוטע רצון פירן אים זיינע מלאכים אין די גוטע וועג, און לויט ווי שטארק זיין רצון איז, אלס מער און שטערקערע מלאכים האט ער, אבער אויב דער מענטש האט חס ושלום נישט קיין גוטע רצון, אדער אויב זיין רצון איז נאר צוליב קנאה וכבוד וכדומה, דעמאלט פעלט אים די מלאכים וואס זאלן אים פירן אינעם גוטן וועג, ווייל ער אליין צילט נישט אהין.
הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים
יעדער איד האט די כח צו בוחר זיין צו האבן א גוטע רצון. אזוי ווי עס שטייט אין גמרא (ברכות לג:) הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, אלעס ווערט געפירט פון אויבן אין הימל, דאס מיינט אז דער באשעפער קאנטראלירט אלעס, חוץ פון יראת שמים, וואס אויף דעם האבן די מענטשן א פולע קאנטראל, אויב א מענטש וויל האבן יראת שמים קען ער דאס שטענדיג דערגרייכן ווען אימער, און אויב א מענטש וויל נישט צוקומען צו האבן יראת שמים קען ער בוחר זיין דאס צו פארלירן אין א רגע. און די מהות פון יראת שמים, איז די רצון צו טון די ווילן פון השי"ת.
דער חתם סופר פרעגט (דברים ח יז) אויף דעם וואס עס שטייט אין גמרא (ברכות לג:) 'הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים'. באמת איז פשוט אז א מענטש קען נישט צוקומען צו קיין שום מדריגה אין עבודת ה' אנדעם וואס דער אויבערשטער זאל אים ארויסהעלפן, נאר איינציגע מענטשן האבן זוכה געווען צו דינען דעם באשעפער בשלימות מיט די אייגענע התעוררות, די אבות הקדושים און משה רבינו, אויב אזוי וואס איז פשט פון דעם וואס עס שטייט אין גמרא אז כדי צו האבן 'יראת שמים' איז מען נישט אנגעוויזן אין הימל, נאר דער בחירה ליגט אויף דער מענטש אליין?
ענטפערט דער חתם סופר, אז דאס וואס די גמרא זאגט יראת שמים, דאס מיינט די תשוקה און די רצון צו דינען דעם באשעפער, און דאס איז די בחירה פונעם מענטש, און די בחירה איז טאקע געווארן אינגאנצן איבערגעגעבן פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים ל יט) ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע וגו' ובחרת בחיים. די יסודות'דיגע יראת שמים וואס דאס איז די רצון און תשוקה צו דינען דעם באשעפער, דאס איז טאקע נישט בידי שמים, נאר דאס איז אינגאנצן אין די הענט פון די מענטשן, און מיט דעם קען מען פארשטיין פשט אין פסוק וואס שטייט נאך מתן תורה (דברים ה כו) מי יתן והיה לבבם זה להם ליראה אתי, הלוואי זאלן זיי האבן אזא הארץ אז זיי זאלן מורא האבן פון מיר. דאס מיינט אז די אידן זאלן האבן אזא הארץ וואס גלוסט מורא צו האבן פון באשעפער, עס שטייט נישט אין פסוק 'הלוואי זאלן זיי מורא האבן פון מיר', נאר הלוואי אז די הארץ זאל זיין אזא סארט הארץ וואס מיט דעם קען מען צוקומען צו מורא האבן פון באשעפער, און דער חתם סופר פירט אויס, אז כאטש די תשוקה וואס דאס איז יראת שמים איז נישט בידי שמים, אבער דער וואס גלוסט און וויל האבן יראת שמים, וועט מען אים געבן פון הימל יראת שמים.
דאס איז א חיוב וואס ליגט אויף יעדן איד באזונדער, זיך צו מעורר זיין אין די טעג, און צו אנערקענען און געדענקען אז די תשוקה און די רצון צו דינען דעם באשעפער און צו מורא האבן פון אים - איז נישט בידי שמים נאר אינגאנצן אין די הענט פון די מענטש. און די יעצטיגע טעג פון סליחות, איז א גרויסע געלעגנהייט קונה צו זיין מיט א שלימות אן אמת'ע תשוקה זיך אומצוקערן צו השי"ת, ווייל די טעג פון סליחות איז אן 'עת רצון', א צייט פון 'רצון', ווען מען קען באנייען די רצון צו דינען דעם באשעפער און האבן יראת שמים בשלימות.
מי יעלה בהר ה'
עס איז באקאנט אז עבודת השם ווערט צוטיילט צווישן צוויי סארטן צייטן, איין סארט זמן אין עבודת השם איז ווען א איד איז זוכה זיך צו דערנענטערן צו השי"ת, און זיך דערהייבן ברוחניות סיי מיט סור מרע און סיי מיט עשה טוב, און די צווייטע סארט זמן איז ווען דער איד ווערט געפרוואווט מיט נסיונות ווען דער יצר הרע פראבירט אים אראפצוקלאפן און שטערט אים דינען דעם באשעפער, די צוויי סארטן תקופות זענען מרומז אין תהלים (כד ג) מי יעלה בהר ה', ומי יקום במקום קדשו. 'מי יעלה בהר ה'' ווייזט אויף די זמן ווען מען הייבט זיך אויף צום באשעפער, און 'ומי יקום במקום קדשו' ווייזט אויף די זמן ווען דער איד שטרענגט זיך אן צו בלייבן שטיין אויף זיין מדריגה אין עבודת ה' און נישט חס ושלום אראפ פאלן.
אין די טעג פון די ימים נוראים זענען אלע זיך מעורר זיך אומצוקערן צו באשעפער און מען נעמט זיך אונטער פרישער קבלות טובות, אבער אזוי ווי שטענדיג נאך יעדע התעוררות, קומט נאכדעם זמנים פון הסתר פנים און שוועריקייטן, ווען מען דארף זיך אנשטרענגען צו בלייבן שטיין און נישט אראפצופאלן אין עבודת ה', טראץ דעם וואס דער יצר פראבירט מיט אלע זיינע כוחות אראפ צו קלאפן דער מענטש, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין גמרא (חגיגה ה.) אויפן פסוק (דברים לא יז) והסתרתי פני מהם, אז אויב עס מאכט זיך נישט זמנים וואס דער באשעפער איז באהאלטן פון אים, איז דאס א סימן אז ער איז נישט קיין איד.
און אויף דעם זענען מיר מרמז ראש השנה ביינאכט ביי די קאפיטל פון 'לדוד מזמור' (תהלים כד), ווען מיר זאגן דארט די ווערטער "מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו". 'מי יעלה בהר ה'', ווער קען זיך דערהייבן צום רבונו של עולם אין די דערהויבענע טעג, 'ומי יקום במקום קדשו', און ווער קען זיך אנהאלטן אין די געהויבענע מדריגות במשך די גאנצע יאר און נישט אראפפאלן. און די צייט אריינצוטראכטן דערין איז דוקא אין די געהויבענע מינוטן פון ראש השנה, ווייל די וועג וויאזוי מען קען זיך אנהאלטן אין די געהויבענע מדריגות, איז דוקא ווען מען גרייט זיך אן פאר די פשוט'ע זמנים, בשעת מען שפירט נאך דערהויבן, און אין דעם דארפן מיר זיך מתבונן זיין במשך די הייליגע טעג, וויאזוי מען קען זיך דערהייבן, און וויאזוי מען קען זיך אנהאלטן ווייטער.
ווען מען שטייט אנפאנג יאר, איז דאס א געלעגנהייט זיך צו דערהייבן מיט נאך א מדריגה העכער ווי די גאנצע פריערדיגע יאר. אבער יעדער דארף גוט אריינטראכטן און אויסקלויבן ווי אהין ער צילט, וואס איז זיין שאיפה אין לעבן, ווי אזוי וויל ער אז דעם קומענדיגע יאר זאל אויסזען, און וואספארא קבלות טובות גייט ער מקבל זיין און אנהאלטן מיט א פעסטקייט במשך דעם יאר, און אזוי וועט מען זוכה זיין אז דורך אונזער רצון און חשק, וועט דער באשעפער ערפילן אונזער ווילן צום גוטן. אמן כיה"ר.
הערות
א. צדיקים האבן אראפ געלייגט א געוואלדיגע עבודה אין די טעג פון סליחות, בפרט אין דער ערשטער טאג וואס מען הייבט אן צו זאגן סליחות, וואס דאס איז דער שליסל פון די הייליגע טעג. הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע פלעגט זאגן פאר די וואס פלעגן פארן צו הרה"ק רבינו מסאטמאר זי"ע, אז נאכדעם וואס מען הערט דער רבי זאגן דער ערשטער טאג סליחות, באצאלט זיך שוין די קאסטן פונעם וועג. די אלע פלאגן אין די טלטול הדרך ווערן אויסגעצאלט מיטן הערן און זען די עבודה וואס דער רבי זי"ע לייגט אראפ, און די איבריגער טעג ראש השנה אין יום הכיפורים איז א באונע"ס - כולו ריוח. ווי באקאנט איז ר' איציקל אליין געפארן סוף ימיו צום רבי'ן זי"ע ווען ער איז שוין געווען ניינציג יאר (בשנת תשל"א) מיט מסירות נפש, כדי צו הערן דער רבי'ס סליחות.
ב. דער שטייגער פון הרה"ק מריבניץ זי"ע איז געווען אז ער פלעגט זאגן סליחות זייער שפעט, עס האט זיך אמאל געמאכט אז א איד פון לעיקוואד האט געוואלט פארן מיטהאלטן דער עבודה פונעם ריבניצער סליחות, ער האט געבעטן זיין חבר אויב ער קען מיט קומען מיט אים קיין מאנסי צו זאגן סליחות ביימ ריבניצער זי"ע, דער חבר האט געהאלטן ממש ביים אנפאנג סליחות, אבער ווי נאר זיין חבר האט אים געבעטן צו מיט קומען מיט אים, האט ער מחליט געווען אז ער וועט נישט יעצט זאגן סליחות, נאר ער וועט פארן מיט אים צום ריבניצער רבי און דארטן וועט ער זאגן סליחות. ווען זיי זענען אנגעקומען צום ריבניצער רבי זענען זיי געווען די לעצטע צוויי וואס האבן משלים געווען די מנין, דער ריבניצער זי"ע איז צוגעגאנגען צום עמוד, און אנגעהויבן אשרי יושבי ביתך.... אבער ער דרייט זיך גלייך ארום צום אנוועזענדע, פרעגן צו איינער האט שוין געזאגט סליחות היינט? "קיינער האט נאכנישט געזאגט", האט מען אים געענטפערט, דאן האט ער נאכאמאל אנגעהויבן אשרי יושבי ביתך.... און ווידער דרייט ער זיך אויס צום עולם פרעגן אויב איינער האט שוין היינט געזאגט סליחות? דאס מאל האט דער איד וואס איז געקומען צו פארן געזאגט אז ער האט בלויז אנגעהויבן די ערשטער פאר ווערטער, האט דער ריבניצער געזאגט "מיטן זאגן לך ה' הצדקה פועל'ט מען שוין" און דערפאר קען איך יעצט נישט זאגן מיט דיר, ווייל דו האסט שוין באקומען דיין סליחה היינט!
ג. פון דעם זען מיר אז צו זיין א 'מבקש' וואס האט א פעסטע רצון צו מצליח זיין אין לערנען און אין עבודת ה', איז פיל א גרעסערע מעלה ווי צו זיין אן עלוי און א בעל כשרון. ווייל דער 'מבקש' האט מלאכים וואס העלפן אים אז ער זאל קענען אנקומען צו זיין ציל, אבער איינער וואס האט נישט קיין ציל פעלט אים די סייעתא דשמיא אנצוקומען אהין, כאטש וואס על פי טבע וואלט אים געדארפט זיין זייער גרינג מצליח צו זיין.
ד. מען זאגט נאך בשם הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זי"ע, אז ער האט געטייטשט די מאמר חז"ל: 'הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים', דאס מיינט אז אויב א מענטש בעט פון באשעפער אז ער וויל זוכה זיין צו יראת שמים, דארף אים דער באשעפער דאס נאכגעבן, און עס איז נישט פארהאן אזא זאך אז א מענטש זאל בעטן ביים באשעפער אז ער וויל האבן יראת שמים און מען זאל אים דאס נישט געבן.
עס ווערט געברענגט א מורא'דיגע ווארט בשם הרה"ק המהרי"ד מבעלזא זי"ע, איבער דעם וואס עס שטייט אין פסוק (דברים ל ו) 'ומל ה' אלהיך את לבבך ואת לבב זרעך לאהבה את ה' אלהיך בכל לבבך ובכל נפשך למען חייך', לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס וועט השי"ת עפענען אונזער הארץ דוקא 'למען חייך' אז מיר זאלן קענען לעבן? נאך האט דער בעלזער רב געפרעגט: פארוואס בעטן מיר ביי מעריב 'ובהם נהגה יומם ולילה', צו דען קען מען בעטן אויף יראת שמים און אויף שמירת המצות, חז"ל זאגן דאך אז 'הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים'. נאר דער פשט דערפון איז, אז ווען א איד קען נישט דינען דעם באשעפער ווי עס דארף צו זיין, איז זיין לעבן אינגאנצן חרוב, און די גאנצע עולם הזה איז אים גארנישט ווערד, דעריבער זאגן מיר 'כי הם חיינו ואורך ימינו', אז אן די תורה האבן מיר נישט קיין לעבן, אזוי קענען מיר נאכדעם בעטן 'ובהם נהגה יומם ולילה', ווייל מיר בעטן נישט נאר אויף יראת שמים וואס דאס איז נישט בידי שמים, נאר מיר בעטן אויף אונזער לעבן 'כי הם חיינו ואורך ימינו', און ממילא קען השי"ת אונז העלפן אז מיר זאלן האבן יראת שמים, ווייל עס איז נישט בלויז נוגע צו יראת שמים, נאר עס איז ממש הצלת נפשות וואס דאס איז יא בידי שמים. און דערפאר שטייט אין פסוק 'למען חייך', אז השי"ת וועט עפענען אונזערע הערצער כדי אונזער לעבן זאל הייסן געלעבט, און דאס איז שוין יא בידי שמים.
ה. עס ווערט געברענגט אין שם משמואל (פרשת ויקרא שנת תרע"ה ד"ה ונראה) בשם זיין טאטן וואס האט נאכגעזאגט בשם דער קאזניצער מגיד זי"ע, אז די מעלה פון 'ומי יקום במקום קדשו' איז נאך א גרעסערער מעלה פון 'מי יעלה בהר ה', ווייל זיך אנצוכאפן אין השי"ת און קיינמאל נישט אריינפאלן אין נעץ פונעם יצר הרע, איז נאך א גרעסערע מדריגה ווי זיך צו דערהייבן צום באשעפער מיט א דביקות און התלהבות.
ו. די יסוד ווערט געברענגט אין חתם סופר (דרשות ח"א א), אז צדיקים דערהייבן זיך אין ראש השנה צו א גרעסערע מדריגה ווי זיי זענען געווען אין די פריערדיגע יאר.