פארוואס שטייט ונתן "לך" רחמים?
וְנָתַן לְךָ רָחֲמִים וְרָחַמְךָ וְהִרְבֶּךָ כַּאֲשֶׁר נִשְׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ: (יג יח) שטייט אין ספרי (ילקוט שמעוני רמז תתפ"ט) מסביר זיין דעם פסוק וְנָתַן לְךָ רָחֲמִים, פארוואס שטייט וְנָתַן "לְךָ" צו דיר, עס וואלט געקענט שטיין וְנֶתַן רָחֲמִים וְרָחַמְךְ? זאגט רַבָן גַמְלִיאֵל בְרַבִי, אויב דו וועסט מְרַחֵם זיין עַל הַבְּרִיּוֹת דעמאלטס מְרַחֲמִין עָלֶיךְ מִן הַשָּׁמַיִם, וועט דער אויבערשטער רחמנות האבן אויף דיר איז פשט אזוי: וְרָחַמְךָ, אויב דו וועסט האבן רחמנות אויף אנדערע, וועט זיין וְנָתַן "לְךָ" רָחֲמִים, וועט דער אויבערשטער רחמנות האבן אויף דיר, זאגט דער ספרי פשט פון וְהִרְבֶּךָ כְמָה שֶׁנֶאֱמַר (בראשית כו, ד) "וְהִרְבֵיתִי אֶת זַרְעֲךָ כְכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם". איך וועל פארמערן דיינע קינדער אזוי ווי די שטערן פון הימל, און דאס שטייט דא אין פסוק כַּאֲשֶׁר נִשְׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ, הַכֹל בִזְכוּת אָבוֹתֶיךָ, איך וועל אייך מערן, אלעס איז אין זכות פון דיינע אבות עכ"ד הספרי. מען קען מסביר זיין דעם ספרי, לויט וואס די מפרשים שרייבן ביי יעקב אבינו, אז דער אויבערשטער האט אים געגעבן אלעס נאר אין זכות פון זיינע עלטערן און נישט אין זכות פון זיך אליין, ווייל דער אויבערשטער האט געוואלט אז זיינע זכותים זאל ער געבן פאר זיינע קינדער ווייטער, ווייל אויב ער וועט אויסנוצן זיינע זכותים, פון וועלכע זכות וועלן זיינע קינדער האבן? אבער ביי א רשע, אויב ער וועט אויסנוצן דעם זכות אבות, וואס וועלן זיינע קינדער האבן עס וועט גארנישט איבערבלייבן פאר זיי, דעריבער האט דער אויבערשטער רחמנות אויפן רשע, אדער ער האט נישט קיין קינדער, אדער ער אליין ווערט א עני און זיינע קינדער וועלן נוצן זיינע זכותים, לפי"ז איז פשט אין דער ספרי: וְנָתַן "לְךָ" רְחֲמִים, דאס הייסט דער זכות פון דיינע אבות וועל איך דיר געבן, ווען? "וְרָחַמְךָ", כל זמן וואס דו ביזט מרחם אויף די בריות, און דו ביזט א צדיק, ממילא וועט בלייבן א זכות פאר דיינע קינדער, און "וְהִרְבֶּךָ" דו וועסט האבן קינדער, ווי עס שטייט "וְהִרְבֵיתִי אֶת זַרְעֲךָ", און זיי וועלן האבן דיין זכות, "כַּאֲשֶׁר נִשְׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ", דאס הייסט פאר דיר וועסטו האבן דער זכות פון דיינע אבות, און פאר דיינע קינדער וואס קומען נאך דיר, וועט בלייבן דיין זכות. (אמירה נעימה הגאון הגדול רב חיים גבריאל בלוך אב"ד אלעסק וסטאנאב בנו של הרה"ק ר' יוסף בעל גנזי יוסף תלמיד הבעש"ט)