מדור העובדות - דער הייליגער רבי ר' יעקב דוד פון אמשינוב זצוק"ל ווייזט וואס הייסט אהבת ישראל

Pardes Yehuda | August 05, 2026

הרה"ק רבי יעקב דוד קאליש דער ערשטער רבי פון אמשינוב זצוק"ל, (נפ' ד' כסליו תרל"ח) פלעגט פארן אזוי ווי דער מנהג פון זיין טאטע הרה"ק רבי ישראל יצחק דער אלטער רבי פון ווארקא, (נפ' כ"ב ניסן תר"ח), פלעגט אויך זיין זון דער אמשינובער רבי אין א צייט פון צרה קיין ווארשא צו די גרויסע לייט פון די מלוכה, כדי צו ראטעווען די אידן פון די גזירות וואס די מלוכה פלעגט גוזר זיין אויף די אידישע קינדער, און משתדל זיין אפצושטעלן די ביטערע גזירות אויף די אידישע קינדער.

איינמאל ווען דער אמשינובער רבי איז געווען אין ווארשא פאר צרכי הכלל, האט דער רבי שוין געענדיגט זיינע פילע הכנות צו תפילת שחרית און האט שוין ארויפגעלייגט זיין טלית אויפן אקסל, איז געקומען א פרוי און האט געוואלט אריינגיין צום רבין, אבער דער גבאי ר' הערשל האט איר נישט געוואלט אריינלאזן, ווייל ער האט געטראכט אז יעצט איז נישט די צייט אריינצוגיין צום רבין, און זי זאל קומען א אנדערע מאל, די פרוי האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען אויפן קול, און איז ארויס פון שטוב.

דער רבי האט געהערט פון זיין צימער די וויינען און האט געעפנט די טיר און געפרעגט דעם גבאי: ווער איז דא געווען יעצט? האט דער גבאי געענטפערט א געוויסע פרוי האט געוואלט אריינגיין, און דו האסט איר נישט געלאזט אריינגיין? האט דער רבי אויף אים געשטוירעמט, עס טוט דיר נישט וויי דאס הארץ פון אידישע טרערן? גיי שנעל, רוף איר צוריק! גלייך איז דער גבאי געלאפן רופן די פרוי, און דער רבי איז געשטאנען און געווארט ביים טיר פון שטוב, נאך אלץ מיט דעם טלית אויפן אקסל.

ווען די פרוי איז צוריקגעקומען, האט דער רבי איר געפרעגט וואס זי האט געוואלט? האט זיי געזאגט אז איר מאן האט אנגעהויבן צו שיכור'ן און ער שרייט און סטראשעט איר, האט דער רבי איר געפרעגט: פארוואס סטראשעט ער דיר? האט זיי געענטפערט: ווייל איך האב א ברודער אין פראג וואס ער איז א עושר, און מיין מאן וויל איך זאל גיין צו אים בעטן געלט, האט דער רבי איר געפרעגט: פארוואס גייסטו טאקע נישט צו אים? האט זי געענטפערט: איך בין שוין געווען ביי אים עטליכע מאל, און פון ווען מיין מאן האט אנגעהויבן צו שיכור'ן, וויל ער מער נישט געבן קיין געלט, האט דער רבי איר געפרעגט וואו וואוינט איר ברודער אין פראג, און זי האט האט אים געזאגט, האט דער רבי איר געזאגט: זארג זיך נישט, איך וועל שוין אלעס מסדר זיין.

דער רבי האט אראפגענומען זיין טלית און גערופן הרה"ח ר' הירש לייב, דער ברודער פון רבי משה בוים, וועלכער איז געווען פון רבינס נאנטע מענטשן און פלעגט אפט באגלייטן דעם רבין אין זיינע נסיעות פארן כלל, זיי האבן גענומען א וואגן און געפארן קיין פראג, ווען זיי זענען אנגעקומען, האט דער רבי גלייך געפארן צום הויז פון הגאון רבי יהושע נוימאן, דער רב פון פראג, און אים געבעטן ער זאל אים באגלייטן צום עושר'ס הויז, און געזאגט איך דארף פון דיר נאר אז דו זאלסט זאגן ווער איך בין, און דער רב האט מסכים געווען, און אלע דריי זענען געגאנגען צום עושר'ס הויז.

ווען זיי זיינען אנגעקומען, האט דער עושר זיי אויפגענומען מיט גרויס כבוד, און זיי אריינגעפירט אין א זאל און מכבד געווען דעם רבין מיט א גלאז טיי, אבער דער רבי האט זיך אפגעזאגט פון צו טרינקען, און געזאגט אז די טיי וועל איך נאך טרינקען ביי דיר, אבער נישט יעצט, און דער רבי האט אים געפרעגט: דו האסט דאך א שוועסטער, פארוואס העלפסטו איר נישט? האט ער געענטפערט: ווייל איר מאן איז יעצט א שיכור! האט דער רבי געזאגט: וועגן דעם בין איך געקומען צו דיר! דו זאלסט העלפן דיין שוועסטער מיט א סכום פון 3 רובל א וואך במשך פון דריי יאר, און נאכדעם וועט זי שוין נישט דארפן קיין הילף, איך זאג דיר דאס צו! יעצט קען מען שוין טרינקען די טיי.

דער רבי האט געזאגט, אז דער רב פון פראג וועט זאגן אויף מיר, אז חוץ דעם וואס איך בין א רבי, בין איך אויך א רב, און א רב טוט אלעם בכתב, דער רבי האט געמאכט א תנאי מיט אים, אז פאר א יאר מיט א האלב זאל ער אפצאלן אין מזומן גלייך אויפן ארט, און פאר דעם צווייטן יאר מיט א האלב זאל ער שפעטער צאלן, און זיי האבן אלץ אנגעשריבן אין א קלארן כתב.

און דער רבי האט זיך געווענדט צום עושר און געזאגט: חוץ וואס איך בין א רבי און א רב, בין איך אויך א סוחר, און א סוחר מאכט א געשעפט מיט א שטר חוב, דעריבער פארן צווייטן יאר מיט א האלב, זאלסטו יעצט געבן א שטר חוב, און דורך די געלט מיט די שטר חוב וועט דיין שוואגער זיך קענען אליין מסדר זיין מיט זיינע אייגענע כוחות, דער רבי האט צוגעגעבן און געזאגט: איך זאג דיר צו אז נאך פאר די דריי יאר וועט ער שוין נישט זיין א שיכור און ער וועט נישט דארפן דיין געלט אלץ א הילף.

דער עושר האט געקלערט א ביסל צייט, אבער צום סוף האט ער געגעבן דאס גאנצע געלט אריינגערעכנט די שטר חוב, נאכדעם ווי דער רבי האט באקומען די געלט און די שטרות, האט דער רבי געזאגט: יעצט קען מען שוין גיין, דער רבי האט געדאנקט דעם עושר און האט זיך געזעגנט פונעם רב פון שטאט וואס איז צוריק געגאנגען צו זיין הויז, און דער רבי און ר' הירש לייב צוזאמען מיטן עושר זענען געפארן צום הויז פון די פרוי, זיין שוועסטער.

דער רבי האט געמאכט שלום צווישן די פרוי און איר מאן, און געזאגט ער האט דא געלט זיי זאלן זיך שטעלן אויף די פיס, אבער דער רבי האט געפאדערט א "תקיעת כף" פונעם מאן אז ער וועט שוין אויפהערן צו טרינקען, און דער רבי האט אים געגעבן דאס גאנצע געלט און די שטרות, ערשט נאכדעם איז דער רבי צוריקגעקומען צו זיין הויז צו גיין דאווענען שחרית, זיין אהבת ישראל ראטעווען א שטוב איז געווען פונקט אזוי חשוב ווי זיין דאווענען! זיע"א.

PDF Preview