חג הסכת וגו' באספך מגרנך ומיקבך. ושמחת בחגך וגו' כי יברכך ה' אלקיך וגו' והיית אך שמח (דברים טז,יג-טו)
כאטש סוכות איז די צייט ווען מען נעמט אריין די תבואה, זאלסטו זיך נישט פרייען מיט דיין עשירות, נאר "ושמחת בחגך", זיך פרייען מיט דעם יום טוב. אויב דו וועסט אזוי טוהן, וועט דער אייבירשטער דיר בענטשען מיט א גוט יאהר, ממילא "והיית אך שמח", ווי חז"ל זאגען אז דאס גייט אויף דעם לעצטען טאג יום טוב, ווייל דו וועסט האבען א גוט קוויטל.
(תורת משה-חתם סופר, וע"ע ספר החינוך מ' תפ"ח)