הושענה רבה איז דאך א התעורורת אויף כוונה ווי סאיז מקובל פין אליהו ווער ס׳וועט אינזין האבן הושענה רבה שמיני עצרת און שמחות תורה און די תפילות וועט ער א גאנץ יאר מכוון זיין. דאס איז אויף כוונה, אבער דער אמת איז, אויף נאך אסאך זאכן איז עס א סגולה אויף די גאנצע יאר. דער באשעפער האט געגעבן מתנה פאר אידן די דריי טעג, וואס דאס איז די גרעסטע טעג פון די יאר. מדארף עס אויסניצן מיט אהבה מתוך שמחה די רבי זי״ע ברענגט די גמרא זאגט אז מ׳גייט אויספרובירן די גוים ווען זיי וועלן זאגן, אונז האבן מיר אויך געוואלט, אונז ווילן מיר אויך, מ׳וועט זיי, אויספרובירן מיט א סוכה, מ׳וועט זיי זאגן, גוט, לאמיר זען, מאכט׳ס א סוכה, און ס׳וועט זיין א שטארקע זון, און זיי וועלן ארויסלויפן פון די סוכה. פרעגט די גמרא, וואס איז די חילוק? אידן זענען דאך אויך פטור. נאר, א איד איז פטור, אבער ער לויפט נישט ארויס. צו גייט ער ארויס שווער, צו גייט ער ניטאמאל ארויס, אפילו ער איז פטור, ער וויל ער עסן ווען סרעגנט, צו ווען ער איז פטור, אבער דער גוי, פטור אויפ׳ן בוידעם. איז ממילא דארטן איז ער פרייליך. דאס איז די חילוק. פון א גוי מיט א איד. פרעגט דער רבי, פון וואנען ווייסט מען א רמז אז מ׳גייט אויספרובירן די גוים מיט סוכות? פארוואס פונקט מיט סוכות? זאגט דער רבי, ס׳איז דא א מסורה, ויודע ה׳ את אשר לו, וידע ה׳ את אשר לו בסוכת, מיט סוכות זעט מען ווער ס׳קערט פאר׳ן באשעפער. קומט ארויס פון דעם, דער רבי איז מאריך, אז ביי די סוכות זעט מען ווער ס׳איז טאקע מקיים די מצוות מאהבה, ווער ס׳האט ליב דעם באשעפער. און ווער ס׳זוכט פטור צו ווערן, ענדיגן דאס און יענץ, פטור ווערן. דאס איז נישט מאהבה. מאהבה, מ׳קען פראווען הקפות פטור ווערן. יא, מ׳מאכט הקפות, פטור געווארן פון די הקפות. מ׳גייט שוין עסן, מ׳גייט שלאפן. ביי דעם וואס זענען מיט אהבה, איז פארקערט, מ׳וויל נישט פטור ווערן, מ׳וויל טאנצן, מ׳וויל זיך פרייען מיט׳ן באשעפער. דער זוהר הקדוש זאגט מורא׳דיגע זאכן, דער באשעפער זאגט, איך וויל מיך פרייען מיט ענק, איך האב ענק ליב, איך וויל נישט ענדיגן דעם יום טוב שוין. א סעודה קטנה, דארף נישט קיין גרויסע סעודות, די עיקר איז איך וויל מיך פרייען מיט ענק. און אזוי איז די עיקר יסוד פון די יום טוב סוכות איז די אהבה וואס אידן ווייזן פאר׳ן באשעפער. דורך דעם ווערט אלע עבירות מצוות. דאס איז חג האסיף, מנעמט צוזאמען אלע עבירות און סווערט מצוות אין זכות פון די סוכות. די קדושת יום טוב ברענגט אויך דאס אז ס׳ווערט אלע עבירות מצוות.
וועגן דעם, פרעה האט געפרעגט, מי ומי ההולכים? ווער זענען וואס זיי גייען? זאגט ער, מי יעלה בהר ה׳ ומי יקום במקום קדשו. טאקע אמאל גייט מען ארויף, אבער ווער בלייבט? איז דא אסאך וואס האבן ירידות, מ׳זינדיגט. וואס וועט זיין? האט משה רבינו געזאגט, בנערינו ובזקנינו, כי חג ה׳ לנו. חג ה׳ לנו איז זאגט די מדרש חג הסוכות. ווען ס׳קומט סוכות וועט מען אלעס מעלה זיין, די אלע ירידות, איז ממילא האב איך נישט מורא מי ומי ההולכים. די אהבה פון סוכות דאס העט אלעס מעלה זיין. דאס איז די ״חג ה׳ לנו״, זאגט דער מדרש אז דאס איז חג הסוכות, דעם טייטש זאגט דער קדושת יו״ט אויף ״חג ה׳ לנו״. דער רבי ברענגט א צווייטע בחינה אויף ״בבנינו ובנותינו נלך״. ער פרעגט א קשיא, פארוואס שטייט צוויי מאל ״נלך״? ״בבנינו ובנותינו נלך״, ״בנערינו ובזקנינו נלך״. ברענגט דער רבי א מורא׳דיגע תורה, און דעמאלטס איז דאס אויך א מורא׳דיגע יסוד אויף די גאנצע מצות סוכה ס׳שטייט אז מ׳האט זוכה געווען צו די מצות סוכה שוין פון אברהם אבינו, אין זכות וואס אברהם אבינו האט געהאט ״והשענו תחת העץ״, וועגן דעם האט מען זוכה געווען צו די מצות סוכה. וואס איז געווען דער עץ? דער עץ האט מבחין געווען צווישן איינעם וואס איז ערליך און וואס איז נישט ערליך, צווישן איינעם וואס איז טמא צו איינעם וואס איז טהור. ווער ס׳איז געווען טהור האט עס באדעקט אים, ווער ס׳איז געווען טמא האט עס אוועקגעבויגן זיך. ס׳איז געווען עפעס אזא מין פאטענט, דער עץ איז געווען געמאכט מיט א מורא׳דיגע קדושה, אז נאר, אזוי ווי דער עץ החיים פון גן עדן, אז ס׳האט נאר באדעקט ווער ס׳איז געווען ערליך, ווער ס׳איז געווען טהור.
איז אויף דעם זעלבן אופן איז טאקע די סוכה. אין סוכה קען נישט אריינגיין איינער וואס איז אן אפיקורס, ס׳קען נישט אריינגיין אן ערל, ס׳קען נישט אריינגיין איינער וואס גלייבט נישט די ריכטיגע אמונה. איז די סוכה די זעלבע סגולה ווי די עץ פון אברהם אבינו.
הושענא רבה און שמחת תורה: די צייט פון פועל'ן ישועות
דער עיקר איז, מ׳דארף זען אויסנוצן די צייט פון הייליגן יום טוב הושענא רבה. א מענטש ווייסט נישט, איי, ס׳איז דאך א קשיא לכאורה, אויב ס׳איז שוין דער חותם ביינאכט, נו וואס טוט מען אינגאנצן הושענא רבה? און וואס טוט מען ווייטער שמיני עצרת? נאר דער פשט איז אזוי, אז הושענא רבה, ווי לאנג ס׳איז נישט אריבער שמיני עצרת שמחת תורה, קען מען נאך צוריקנעמען דעס צעטל. מ׳לייגט דעם חותם, אבער נאכן חותם געבט מען איבער א צעטל. ס׳קוקט אויס אז די צעטל וואס מ׳געבט איבער פאר די שליחים איז הושענא רבה בייטאג. געבט מען איבער פאר די שליחים שוין א צעטל מיט א פסק. אבער ביז סוף שמחת תורה קען מען נאך צוריקנעמען דעם פסק, מ׳קען נאך צוריקנעמען, ס׳איז נאכנישט אוועקגעגאנגען די שליחות, מ׳קען נאך צוריקנעמען.
פארדעם איז דא אן אינטערעסאנטע טייטש, פון ייטב לב, וואס ער זאגט, אמאל האט מען געשריבן, ס׳איז ארויסגעקומען איינער חייב, ער איז ארויסגעקומען חייב, ער איז שולדיג. זאגט ער, אבער אזוי ווי מ׳קען לייגן שטריכעלעך אויף אותיות, חייב ממילא אז א איד טאנצט צו די תורה, ווערט פון חייב ״יעלזו חסידים בכבוד ירננו״, די אותיות ווערט פון חייב. אז מ׳פרייט זיך מיט די תורה. און מ׳זינגט, מ׳טאנצט מיט די תורה, שוין, האט ער שוין באצאלט דעם פייער מיט דעם. דארף ער שוין נישט באצאלן אנדערע פרייזן, דארף ער שוין נישט באצאלן, לא עלינו, מיט זאכן. ממילא, מ׳קען נאך, ס׳איז דא פלאץ צו דרייען, זאגט ער, ביז סוף שמחת תורה. דארף מען זען אויסנוצן די צייט, נישט פארברענגען, נישט רעדן דברים בטלים אין די הייליגע טעג, און ווער רעדט נאך דברים אסורים, מ׳זאל קענען אויסנוצן יעדע מינוט. מ׳דארף פועל׳ן די גאולה שלימה, זענען מיר אזוי פינסטער אין גלות. שוין נאך א יאר אין גלות, ס׳איז שוין נענטער צו די גאולה שלימה. פון איין זייט דארף מען זינגען טאקע אז ס׳איז נענטער צו די גאולה שלימה, אבער מ׳קען שוין גרינגער פועל׳ן די גאולה שלימה. קען זיין מ׳זאל מיט די זעלבע התעוררות ווי פאריאר, און ווער רעדט נאך אז ס׳וועט זיין מער, קען מען שוין פועל׳ן די גאולה שלימה. נאר דער יצר הרע לייגט זיך און ער רעדט אוועק די התעוררות. ס׳איז באקוועם און אנדערש. יעצט דארף מען שלאפן. דו קענסט שלאפן א גאנץ יאר, קענסטו שלאפן. יעצט דארף מען אויסנוצן די צייט, יעצט דארף מען פועל׳ן רפואות, ישועות, און פרנסה און געזונט, און אלעס וואס א איד דארף האבן פאר זיך, פאר די משפחה, פאר כלל ישראל. דער באשעפער זאל העלפן טאקע צו קענען אויספועל׳ן אלעס גוטס. מיר זאלן קענען זוכה זיין, מיר האבן היינט געזאגט קהלת, הבל הבלים, הכל הבל. מ׳זאגט זיבן הבלים, הבל הבלים. זאגט ער, ס׳שטייט אין מדרש, דער רבי ברענגט אז ס׳איז קעגן די זיבן טעג פון די וואך, ס׳איז אלעס הבלים אבער וואס איז? פאר׳ן הבלים איז דאך דא א תורה, ס׳איז אלעס פאר די תורה. ווען מ׳האט באשאפן די וועלט איז נאך געווען פאר די תורה, דאס איז אלעס הבלים. אבער סוף דבר, הכל נשמע, את האלקים ירא ואת מצותיו שמור, דארט איז שוין נישט קיין הבלים. דאס איז די תכלית פון א איד. דאס איז דער גליק פון א איד. ווען א איד היט די תורה, פילט ער זיך רואיג, פילט ער זיך זיכער, ער האט נישט מורא פונעם סוף דבר, ער האט נישט מורא פונעם סוף כל האדם, ער גייט ארויף רואיג, ער ווייסט ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר די תורה, פאר׳ן באשעפער, פאר׳ן מקיים זיין די מצוות. טאקע דער ענין איז דאס אז מ׳זאל טאקע זען ווי מער. שטייט, דער רבי ברענגט, אז חוץ פון אהרן איז געווען די ענני כבוד. ענני כבוד איז געווען א זאך וואס איז געווען מער, אידן האבן עס נישט געברויכט האבן אויף די ווייטע מדבר, ס׳איז געווען עפעס מער, ווייל אהרן האט אויך געטון מער, ער האט זיך מוסר נפש געווען, א זאך וואס ער האט נישט געדארפט טון. ער האט געמאכט דעם עגל כדי ראטעווען כלל ישראל, עבירה לשמה. ער האט געוואוסט אז אויב מ׳וועט אים הרג׳ענען, וועט מען נישט האבן קיין כפרה אין אלע אידן וועלן אויסשטארבן, לא עלינו, ער האט געקלערט, מוטב ווי ס׳זאל אריינגיין די חץ בי, און זיי זאלן ווערן געראטעוועט. דאס איז געווען עבירה לשמה, ער האט געטון אסאך מער. וועגן דעם שטייט אין די טיטל פון אהרן, האט ער געהייסן חסידה. פשוט, ווייל ער האט געטוהן לפנים משורת הדין. הייסט ער א חסיד. אז ער טוהט לפנים משורת הדין. איז געקומען די ענני כבוד אויך לפנים משורת הדין.
לפנים משורת הדין און די השפעות פון הידור מצוה
אין די סוכה לערנט מען זיך אויס טוהן, לפנים משורת הדין, מ׳איז מהדר, מ׳איז מדקדק אין די מצוות, צו פון אתרוג, צו פון לולב, מ׳געבט אויס געלט. דאס ברענגט טאקע השפעות טובות, שטייט אין מדרש דאס ברענגט שפע אויף א גאנץ יאר די אלע אויסגאבן וואס א איד האט אויסגעגעבן אויף די מצוות פון סוכות פון לולב מיט אתרוג. מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו אלע השפעות טובות, מיר זאלן אויספועל׳ן רפואות און ישועות און די גאולה שלימה, מהרה בימינו אמן.