Skip to content
נהורא נפישא

הושענא רבה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דרשת הושענה רבה שנת תשע"ט

הושענא רבה

ס'איז דא פשטים פארוואס ס'הייסט הושענא רבה. איינע פון די פשטים איז, אז מיר זענען מתפלל "יהא שמיה רבא מברך לעלם ולעלמי עלמיא", אז דער נאמען פון באשעפער זאל שוין זיין גרויס, סזאל נישט זיין קיין צער השכינה הקדושה, צער פון באשעפער, סזאל זיין "יתגדל ויתקדש שמיה רבא".

האבן טאקע דעם לולב מיט'ן אתרוג אין די הענט, דאס איז אויך מרומז קעגן די פיר אותיות פון י"ה ו"ה. דאס איז די דרך פון אריז"ל, און די קב הישר ברענגט א מעשה אויך, פון א חלום וועגן נישט לייגן די אתרוג מיטן לולב. איז ממילא, מיט דעם וואס מיר נעמען די פיר מינים, איז מען מקרב די אותיות פון הייליגן באשעפער.

יעצט איז די צייט וואס מ'קען אויס'פועל'ן די ישועה. דאס איז די בחינה פון הושענא רבה, ס'זאל זיין שמיה רבא. ווילאנג מ'איז אין גלות איז דער נאמען פון באשעפער נישט גרויס. סיי אלס די חילול השם'ס וואס ס'טוט זיך אויף די וועלט, סיי וואס שטייט אז די ו"ה איז נישט צוזאמען מיט'ן י"ה. דאס איז איינס פון די זאכן וואס מיר

בעטן מיר ס'זאל זיין די גאולה שלימה, טוען מיר א פעולה, ס'זאל זיין א רושם, מ'זאל קענען אויס'פועל'ן די גאולה שלימה, ס'זאל זיין א גרויסע ישועה. זאגן מיר אלע דלותי ולי יהושיע דער באשעפער געבט צדקה. שטייט "אין ישראל נגאלין אלא בצדקה", "ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה". איז דאך די פשט אז מ'געבט צדקה איז מען מקרב די גאולה שלימה, אויך מיט צדקה, איז מען מעורר אז דער באשעפער זאל אויך געבן צדקה.

וואס איז צדקה פונעם באשעפער ? דאס איז די גאולה שלימה, ס'איז נאך נישט געווען אזא דור וואס איז געווען אזוי ארעם, ווי גרעסער די ארעמאן איז אלס גרעסער איז די מצוה פון צדקה. בעטן מיר דער באשעפער, דלותי מיר זענען זייער ארעם, מיר האבן נישט די ריכטיגע צדיקים פון אמאל, די שטארקע ערליכע אידן וואס האבן געברענט ביי יעדע מצוה, זיי האבן געציטערט פאר אן עבירה, ס'האט געשיינט די פנים פון קדושה. די ערליכע אידן פעלן.

האט רחמנות געהאט אויף אידישע קינדער וואלט כמעט נישט געווען ווער ס'זאל דערמאנען דעם נאמען פון באשעפער, רחמנא ליצלן. וואס מיר האבן מיטגעמאכט, אונזערע עלטערן, וואס אונזער דור האט מיטגעמאכט, דאס איז חוץ פון די פריערדיגע דורות וואס מ'האט מיטגעמאכט, און ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז אוועקגעריסן געווארן צענדליגע טויזנטער אידישע נפשות, ס'איז געווארן אויפגעשאקלט די גאנצע כלל ישראל, ס'איז אפגעשוואכט געווארן די אמונה מיט די עבודת ה' מיט די מצוות. מיט די קדושה. די השכלה האט זיך אנגעפאנגען מיט'ן גרויסן ברען, די ציונות האט זיך אנגעפאנגען מיט'ן שטארקן ברען, ס'איז אלעס געווען נאך די צרות וואס איז געווען ביי די ערשטע וועלט מלחמה.

סאיז געווען א מעשה נאך אין שטאט סאטמאר, ס'איז געווען א יאר וואס ס'איז אוועק דריי חשובע אידן, מסלתה ומשמנה די בעסטע אידן. האט דער רבי זכותו יגן עלינו דארט די שבת געזאגט, "זענען מיר געבליבן אליין, מ'האט אונז אוועקגענומען אזעלכע אמת'ע אידן, ס'ווערט אפגעשוואכט די גאנצע דור". מה נאמר ומה נדבר, אויב דעמאלטס האט ער געוויינט אויף זיי, וואס זאלן מיר זאגן, מ'האט אונז אויסגעהרג'עט מיליאנען אידן, רבנים, קדושים, קדושי עליון, עובדי השם

יעצט איז נאך די צווייטע וועלט מלחמה, האט מען ווייטער אוועקגעריסן כמעט גאנץ כלל ישראל, אפילו וואס זיי זענען געבליבן זענען מיר געווען אויסגעקלאפטע הושענות ממש. און דער באשעפער האט געהאלפן, ער האט אונז איבערגעלאזט אזא צדיק, דעם רבי'ן זי"ע, וואס האט צוריק אויפגעשטעלט דעם דור. מה נאמר

און ווען נישט דאס וואס דער באשעפער

די נסיונות פונעם דור און די טומאה פון טעכנאלאגיע

ומה נדבר, היינט האבן מיר אים נישט מער, מיר האבן מיר נישט די צדיקים, מיר האבן מיר נישט קיין אנונג וואס ספעלט אונז. אין בשר המת מרגיש באיזמל, ווען איינער וואס איז א טויטע פלייש, ס'האט שוין נישט קיין חיות, ס'האט שוין נישט קיין חיות, ס'פילט שוין נישט ווען מ'שניידט, מ'פילט נישט וואס ס'טוט זיך, מ'ווייסט מיר נישט וואס מ'דארף בעטן, מ'ווייסט נישט וואס א חשכות מ'לעבט.און אין אזא מין צייט איז זיכער א גרויסע צדקה וואס דער באשעפער דארף אונז געבן, וועט מען קענען מקיים זיין די צדקה בשלימות. איי, ס'שטייט אז מ'דארף געבן צדקה פאר עניים הגונים, אבער אקעגן די דור. זענען מיר זיך מוסר נפש, נישט מיטגעשלעפט צי ווערן מיט'ן דור, מיט די נסיונות הדור, סיי מיט'ן ציונות, סיי מיט די טומאת הדור, זי סיי מיט די אלע משינדלעך, דארף מען האבן אזעלכע רחמי שמים, "דלותי ולי יהושיע". ס'קומט זיך אונז אלע צדקה, אז מ'זאל אונז העלפן, און אויספועל'ן די גאולה שלימה.

דער רבי זכותו יגן עלינו ווען ס'איז געווען די מעשה סהאט זיך אנגעהויבן די טעלעוויזשאן, די כלי טמא, האט דער רבי געזאגט מורא׳דיגע דיבורים. דאס סוף אין א שטוב וואס ס'קומט אריין טעלעוויזשאן וועט זיין נישט גוט. דער רבי פלעגט, זיך היטן וואס ער זאגט, האט ער אזוי איבערגעזאגט, די שטוב וועט זיך ענדיגן מיט נישט גוט. ער האט אזוי געקלאגט אויף דעם אז סאיז ממש אלע עבירות פין די תורה אזא מין טומאה וואס מהאט זיך נישט פארגעשטעלט אמאל האט ער געזאגט ווען די פריעדיגע חכמים וואלטן געווען וואלט מען אויסגעשלאסן אזא מענטש פון כלל ישראל. אזוי האט דער רבי דעמאלטס גערעדט וועגן דעם טעלעוויזשן.

און היינט איז געקומען נסיונות ערגערע, מ'טראגט א טעלעוויזשאן און ערגער נאך אין טאש, און יעדע מינוט איז מען דבוק אין דעם. דער יצר הרע פארדרייט דעם קאפ, ער איז מבלבל דעם דעת, מ'רעדט זיך איין אז מ'קען נישט אנדערש, ס'איז נישט אמת, מ'דארף נאר האבן די ריכטיגע

דעת, און ווען ס'זאל ווען ארויסקומען א בירור פון די תורה. אז ווער ס'האט אזא מאשינדל, ווערט פארקערצירט זיין לעבן מיט צען יאר, מיט צוואנציג יאר, ס'קען יעדע מינוט קומען א קרענק לע . וואלט מען אויך געזאגט אז ער קען נישט, ווייל ס'איז נישט מעגליך אנדערש, איך מוז עס האבן, ס'גייט מיר נישט אן. פארוואס גייט נישט אן די נשמה ? וואס די נשמה ווערט טויט, ווערט קראנק. די אייגענע, מיט די קינדער, מיט די דורות. מיר דארפן האבן א גרויסע ישועה יעדע מינוט. די גמרא זאגט "אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו". יעדע טאג פאר ביאת המשיח איז די קללה ערגער, די יצר הרע איז גרעסער, מער מענטשן ווערן פארדרייט, מער מענטשן רעדן זיך איין. מ'קוקט אויף א צווייטן, און מ'ווייסט נישט אז מ'קען חס ושלום פארן אינאיינעם אין תהום אריין, לא עלינו, תהום איז אותיות המות .

אננעמען פאר די שכינה הקדושה, מיט צערן. מיר פילן עס נישט, ס'איז דאך א חלק בשר המת.

די חשיבות פון אידישקייט און התחזקות אין אמונה

דער ישמח משה ברענגט "אין בשר המת מרגיש באיזמל". זאגט ער, די וואס זיי שערן זיך די בארד, זיי פילן נישט וואסערע מין פגם זיי מאכן מיט דעם. "אין בשר המת מרגיש באיזמל", זיי פילן נישט וואס זיי טוען אפ. די בארד איז די מדת הקדושה, די שלש עשרה מדות. זיי ווייסן נישט וואסערע פגם זיי מאכן ביי זיך אליין, ביי די עולמות העליונים. אונז ווייסן מיר נישט, מיר דארפן האבן רחמי שמים. דער רבי זאגט, מיר לעבן אויף ניסים, יעדן טאג דארף מען האבן ניסים צו האלטן זיך ביי די אמונה, ביי די אמת'דיגע אמונה, זיין דבוק אין בורא כל עולמים, נישט פארגעסן פון בורא כל עולמים, נישט פארלירן זיך דעם קאפ, זיין פרייליך אז מיר זענען אידן. מיר זענען בנים, מיר זענען קינדער פונעם באשעפער. מיר טוישן זיך נישט מיט'ן גרעסטן עושר, דער גוי, מיט'ן גרעסטן

מיר דארפן האבן א גרויסע ישועה. אין ארץ ישראל שמד'ט מען אויס אידישע בחורים. ס'איז אזא מין צער פאר די שכינה הקדושה, אין לשער. די שכינה שרייט "קלני מראשי, קלני מזרועי". פארשעמט, ס'טוט וויי. מ'דארף אנטיילנעמען פאר'ן בורא כל עולמים,

טוט דער באשעפער ?

מיליאנער, מיט'ן קעניג פון די גאנצע וועלט טוישן מיר זיך נישט. מיר געבן נישט אוועק אונזער אידישקייט, "בנים אתם לד אלוקיכם". אונז זאגן יעדן טאג די ברכה "שלא עשני גוי". האבן געזאגט צדיקים, דאס מיינט נישט א גוי, אן ארימער גוי, דאס מיינט מען דער גרעסטער עושר, דער קעניג פון די וועלט, ער מעג האבן אלעס. אונז פרייען מיר זיך, דער ארימסטער איד פרייט זיך, און ער זאגט א ברכה "שלא עשני גוי", מיר זענען קינדער פונעם באשעפער.

די לעצטע געלעגנהייט אויסצופועלן ישועות

דאס אלעס קען מען אויס'פועל'ן יעצט. דער רבי פלעגט זאגן, דער קעניג געזעגנט זיך שוין. מ'האלט זיך שוין ביים גיזעגנען, מ'האט נאך נישט גענוג געבעטן, מ'האט נאך נישט גענוג מתפלל געווען.

ממילא בעטן מיר דעם באשעפער, "טאטע, קער צוריק דעם בית המקדש, לאמיר גיין אהיים אין ארץ ישראל, זאל זיין נתגלה כבוד שמים, ויאתיו כל לעבדך". ס'זאל קומען די גאנצע וועלט דינען דעם באשעפער. שטייט דעמאלטס, אפילו די גוים וועלן קומען און וועלן אליין זען די גרויסקייט פון אידן, די גרויסקייט פונעם באשעפער, יעדער וועט קומען דינען דעם באשעפער, "והגידו באיים צדקך". ווי שיין, ווי גוט וועט זיין דעמאלטס, ווי לעכטיג וועט זיין. דעמאלטס וועט הערשט אלע מלאכים, שרפים, אלע גוים וועלן זען די גרויסקייט און די חשיבות פון אידן. די מלאכים וועלן פרעגן אידן, "וואס

"אריה שאג מי לא יירא", אריה איז ר"ת: א א'לול, ר' ראש השנה, י' יום כיפור, ה' הושענא רבה. ס'שרייט שוין דער סוף פונעם אריה, מי לא יירא, ווער האט נישט מורא ? צי מהאט גענוג אויסגעפוילט, צי מהאט גענוג געבעטן. צי גענוג ישועות און רפואות, וועגן רוחניות און גשמיות. דער באשעפער זאל העלפן מ'זאל מיר קענען פועל'ן אין די זכות פון רבינו הקדוש רבינו יואל בן רבי חנני יוט זאל ביישטיין, וואס מפראביר מיר לערנען זיינע הייליגע ספרים. גיין אין די דרך התורה, וואס ער האט אונז געוויזן פון די פריערדיגע צדיקים, פון די פריערדיגע דורות, וואס איז אלס מבואר אין די תורה, זאלן ביישטיין, מיר זאלן זיך קענען האלטן אין

פינצטערן גלות, מזאל פועל'ן פון אויבן, "השיבנו ה' אליך ונשובה". מ'זאל קענען ריכטיגע טוהן תשובה, "חדש ימינו כקדם", מ'זאל קענען צוריקגיין קיין ארץ ישראל,

קיין ירושלים, צום בית המקדש, קענען מיט שמחה טון די אלע עבודות, מיט א דערהויבנקייט, מיט א שלימות

More in this printout

View the whole printout