הושענא רבה
די חרדת הדין פון 'הושענא רבה'
די לעצטע טאג פון סוכות, ווערט אנגערופן 'הושענא רבה'. עס שטייט אין די ספרים הקדושים אז די דאזיגע טאג איז א המשך פון די טעג פון די ימים נוראים, וואס דעמאלטס איז דער באשעפער דן די גאנצע וועלט. אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין ספר 'בני יששכר' (מאמרי חודש אלול, מאמר א' - מהות החודש), אז די דורשי רשומות האבן מרמז געווען אינעם פסוק (עמוס ג ח) אריה שאג מי לא יירא, אז די ווארט ארי"ה איז די ראשי תיבות פון די ווערטער אלול, ראש השנה, יום הכיפורים, הושענא. און אין ירושלמי (ראש השנה פ"ד ה"ח) שטייט, אז רבי יונה האט געזאגט אויפן פסוק (ישעיה נח ב) ואותי יום יום ידרשון, מיר טוען זיי רופן טאג טאג, אז 'יום יום' גייט ארויף אויף 'תקיעה' און 'ערבה' - תקיעה מיינט ראש השנה, און ערבה מיינט הושענא רבה.
לכאורה דארפן פארשטיין, וואס איז די שייכות פון ראש השנה און הושענא רבה. מיר זען אין גמרא (ראש השנה טז.), אז אין ראש השנה איז מען דן די מענטשן, און אין יום כיפור ווערן די גזירות גע'חתמ'עט. און אזוי זאגט מען אין 'ונתנה תוקף' - 'בראש השנה יכתבון וביום צום כיפור יחתמון'. וועלכע נאך זאך ווערט געטוען נאכן חתמ'נען, וואס צוליב דעם ווערט הושענא רבה פארעכנט אלס א 'יום דין'.
א גוט קוויטל
מיר געפינען אין זוהר הקדוש (פר' צו לא:), אז די טאג הושענא רבה איז א המשך צו ראש השנה און יום כיפור, ווייל נאכדעם וואס מען איז דן דעם מענטש אין ראש השנה, און מען חתמ'עט די גזר דין אין יום כיפור, ווערן די 'קוויטלעך' איבערגעגעבן אין הושענא רבא - אז מען איז מקיים דאס וואס מען האט גע'פסק'נט און גע'חתמ'עט. - די לשון הזוהר איז: אין די זיבעטע טאג פון יו"ט איז די סיום פון די דין פון די וועלט, און די צעטלעך גייען ארויס פונעם פאלאץ פונעם קעניג.
און דאס איז די מקור צו די יראה און די כובד ראש וואס איז פארהאן אין דעם טאג, אזוי ווי מיר האבן בייגעוואוינט ביי אסאך גרויסע צדיקים וואס האבן אראפגעלייגט א געוואלדיגע גרויסע עבודה אין דעם טאג, ספעציעל ביי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס פלעגט זיין שרוי אין א פחד נורא אין דעם טאג. ממש ווי אין די הייליגע טעג.
מען קען דאס מסביר זיין מיט א משל, - א מענטש וואס איז אריינגעפאלן אין א ים, און ער איז כמעט דערטראנקען געווארן אין די טיפע רוישיגע וואסערן, און פלוצלינג זעט ער א שטריק וואס איינער האט אריינגעווארפן כדי אים צו ראטעווען, ער כאפט זיך אן אינעם שטריק מיט אלע זיינע כוחות, כדי צו ראטעווען זיין לעבן. דאך וועט ער זיך אבער נישט בארואיגן, און ער וועט נאכאלץ מורא האבן אויף זיין לעבן, ביז ווען זיינע פיס וועלן נישט שטיין פעסט אויף די ערד.
די זעלבע איז מיט אונז במשך די ימים נוראים, כאטש מיר אלע פארלאזן זיך אויפן באשעפער, אז ער וועט אונז זיכער באשערן און פארחתמ'ענען מיט א גוט געבענטשט יאר, נאך די גאנצע עבודה וואס מיר האבן אריינגעלייגט במשך די ימי הרחמים והסליחות. דאך כאפן מיר א שרעק און א ציטער, ווען עס קומט די טאג וואס די גזר דין ווערט איבערגעגעבן פאר די שלוחים פון השי"ת, אז זיי זאלן דאס אויספירן.
און די עצם מציאות אז השי"ת איז דן די וועלט איז א פחד פאר זיך, ווייל קיין שום מענטש האט נישט קיין מעגליכקייט ארויסצוגיין זכאי בדין, אן די מידת הרחמים פונעם באשעפער. אזוי ווי דוד המלך ע