Skip to content
הבינני

נקודה למחשבה: אַ דערמאַנונג נישט נאָכצולויפן עולם הזה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

המשך מעמוד ח'

נקודה למחשבה

אַ דערמאַנונג נישט נאָכצולויפן עולם הזה

דער רבוש"ע ראַטעוועט אָבער דעם מענטש, דורכדעם וואָס ער פאר א שטיק צייט. כידוע. מ'קען זיי נישט לאָזן דאָ וואוינען נעבן די מאַמע. דערמאנט אים אַז ער זאָל נישט אַזוי ליגן אין גשמיות און ער זאָל נישט ווילאַנג זיי וועלן זיין דאָ, וועט נישט טויגן, מ'דאַרף זיי אַוועקשיקן אַז זיי נאָכלויפן קנאה תאוה וכבוד. ער זאָל ווייטער טון װאָס ער דאַרף טון, אָבער זאָלן זיך קענען אַלײן בויען.

ער זאָל דאָס נישט אַזוי נאָכלויפן. ווען ער לויפט, זאָל ער לויפן צום רבוש"ע.

מ'דאַרף אים אויפהייבן און אַריינלייגן אין אַ דירת עראי...

די בעסטע באַהאַנדלונג דערצו איז, ווען מ'הייבט אויף דעם מענטש און מ'לייגט אים אַריין אין אַ דירת ארעי! פאַרשטייט זיך אַז דאָס העלפט נאר ווען דער מענטש געדענקט אַרויסצונעמען דעם אור פון דער מצוה, ווי דער דער נמשל איז, ווען אַ מענטש האָט אַנטוויקלט אן אומגעזונטן קשר שפת אמת ברענגט (תרל"ד) אַז דער דעת פון אַ גאַנץ יאָר קומט פון סוכות! מיט גשמיות. ס'האט זיך אנגעהויבן זייער נאָרמאַל און נאַטירליך, אָבער דעת מיינט: די ידיעות וואָס דער מענטש איז מחובר דערצו. דער מהות שפּעטער איז ער געוואָרן ממש אָפּהענגיג אויף זיין עולם הזה. אַזויווי איינער פונעם מענטש קומט פון סוכות. די מצוה פון סוכה הייבט אויף דעם מענטש, ווערט אָנגעוויזן אויף זיין חבר, ער מוז שטענדיג וויסן וואָס יענער טוט, וואָס ס'לאָזט אים נישט זיין אַריינגעטונקן און צופיל צוגעבינדן צו זיין גשמיות. יענער טראַכט, און וואָס יענער האַלט. אַזוי זענען דאָ מענטשן וואָס זענען ממש אָפּהענגיג אויף זייער באַנק אַקאַונט... ער מוז נאכמאל געבן אַ בליק

ווען מ'דאַרף אָפּטיילן אן אומגעזונטן קשר

וואָס טוט זיך דאָרט. איי, פאר צוויי שעה צוריק האָסטו שוין געקוקט? אָבער יעדער מענטש האָט געוויסע זאַכן צו וואָס ער איז צוגעבינדן, און אַ חלק ער וויל עס נאָכאַמאָל זען, ער וויל מיטהאַלטן נאָכאַמאָל די נומערן וואָס פון די זאַכן זענען בעצם ריכטיג, ס'איז נישט אָפּגעפרעגט, דער פּראָבלעם שטייען דאָרט.

איז נאָר ווען מ'איז געוואָרן צו שטאַרק צוגעבינדן דערצו.

למשל, ס'קען זיך מאַכן אַז אַ מאַמע האָט גאָר אַ שטאַרקן קשר מיט אַ דער מענטש האָט שוין אפילו געהערט אַ שבת שובה דרשה, אַ יום טאכטער, אָבער ס'ווערט דערפון ממש אן אומגעזונטער קשר, עד כדי כך אַז כיפור, די עסקנים האָבן גערעדט מיט אים... אָבער דער אומגעזונטער קשר װען די טאָכטער האָט חתונה ווייסט נישט די מאַמע צי ס'איז אַ שמחה אָדער איז צו טיף, ס'איז נישט גענוג בלויז צו רעדן. מ'דאַרף אים געבן אַ הייב ס'איז אן אבילות... דאָס איז נישט געזונט, ווייל דער רבוש"ע האָט טאַקע אויף און אים אַרײנלייגן אין דער סוכה. תשבו כעין תדורו! לאָז אַביסל אָפּ אויסגעשטעלט אַ נאָרמאַלן סדר הבריאה, אַז קינדער האָבן אַ נאָנטן קשר דיין שטוב, לאָז אָפּ דיין מח װאָס לויפט צו נעמען חיות פון גשמיות'דיגע מיט עלטערן, אָבער אויב דאָס אַנטוויקלט זיך צו אַן אומגעזונטער קשר, איז זאַכן.

דאס נישט גוט פאר ביידע. דאָס קינד קען נישט אַלעמאָל בלייבן אונטער גשמיות מיינט נישט בלויז געלט, געלט איז נאָר איינס פון די ביישפילן. די מאַמע'ס פֿאַרטוך.

גשמיות מיינט אויך ווען מ'איז פארנומען וואָס דער זאָגט און וואָס יענער אין אַזאַ פאַל דאַרף מען אריינמישן הילף, צו אָפּטיילן אביסל צווישן אמת, נאר פון זייטיגע חיצוניות'דיגע זאכן. גשמיות מיינט אויך אַלע ערליי זיי און מקיים זיין דעם 'על כן יעזוב איש את אביו ואמו'. מען פרובירט צו אופנים פון קנאה, תאוה, כבוד, א.ד.ג. און מ'דארף טרעפן דעם מהלך וויאזוי רעדן און משכנע זיין, אָבער אויב דאָס העלפט אויך נישט, דאַרף מען צומאָל זיך אָפּצוטשעפּענען דערפון. נישט צו נעמען חיות דערפון.

דער פּראָבלעם ווען מ'באַקומט חיות פון גשמיות

צומאל לייגט דער מענטש אַריין זיין גאַנצע ענערגיע צו מצליח זיין אין פרנסה, ער איז משקיע דאָרט זיין נפש און דאָס נעמט אים צו זיין גאַנצע חיות. ער ווערט ממש צוגעבינדן צום עולם הזה. ווען מ'פרעגט אים פֿאַרוואָס ער טוט דאָס, זאָגט ער: "וואָס הייסט? מ'דאַרף דאך האָבן פרנסה!"... און ער איז גערעכט, ער דארף טאַקע האָבן פֿאַרשידענע צרכים. אָבער אַז מ'קוקט אביסל צוריק, וועט מען זען אַז ס'האט זיך אנגעהויבן ווען ער האָט טאַקע געדארפט עוסק זיין אין פרנסה ווי ס'איז דער נאָרמאַלער סדר העולם, אָבער נאכדעם האָט פּאַסירט אַז די קליפת נוגה האָט זיך אַריינגעמישט.

קליפת נוגה קומט אריין דוקא ווען אַ מענטש טוט אַ זאַך וואָס איז נישט אָפּגעפרעגט, ס'איז אויסגעהאַלטן, אָבער ער ווערט צוגעבינדן דערצו, און דאָס איז שוין יא אַ פּראָבלעם. מ'קען דאָך טון די זעלבע זאַך מיט אַ קאַלטקייט. מ'טוט וואָס מ'דאַרף, און מ'גייט ווייטער.

אַ מענטש קען זיך אַליין באַטראַכטן: וואו איז מיין נפש? וואו איז מיין חיות? דאָרט ליגט דער גרויסער בירור וואו מ'קען זען אויב מ'איז נישט פארגאַנגען. אויב די גשמיות האָט איבערגענומען זיין השתוקקות, זיין רצון, זיין גאַנצע וועזן, און זיין שיג ושיח, דעמאָלט קענסטו זען וואו דער מענטש ליגט.

וואָס איז מיין אינערליכע פינטעלע?

די סיבה פאַרוואָס 'שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד' איז: ווייל ווען דער ת"ח לערנט, לערנט ער דאָך. דאָס איז נישט קיין חידוש. לאָמיר הערן וואָס ער רעדט, ווען ער לערנט נישט... דאָס איז מיר אינטערעסאנט! דעמאָלט קען מען זען וואָס פֿאַראַ סאָרט מענטש ער איז און וועלכע זאַכן אינטערעסירן אים. ס'איז נישט נאר 'וואָס' ער רעדט, ס'איז אויך וועלכע זאַכן ברענגען אים התפעלות.

ביי יעדן מענטש ווערט אויפגעוועקט אַ התפעלות ווען מ'רירט אָן זיין פינטעלע. צומאל רעדט מען מיט אַ מענטש 'על דא ועל הא', און אינמיטן זעט מען אַז יענער איז געוואָרן מלא התלהבות, אָה, ער ווערט פלוצלינג לעבעדיג. מ'כאַפּט נישט וואָס איז געשען דאָ... דו האסט פשוט אנגערירט אַ געוויסע נקודה וואָס האָט אים אויפגעלעבט. מ'דאַרף אביסל קענען דעם מענטש, זיין עבר און זיין כאַראַקטער, צו פאַרשטיין פאַרװאָס ער איז יעצט נתפעל געוואָרן. ווען דו וועסט אים קענען, וועסטו פֿאַרשטיין אַז דאָס איז זיין זאַך, זיין גאַנצע חיות איז געוואָנדן דערין.

אינזין האָבן דעם טעם המצוה איז מעכב

דאָס איז די כוונת מצוות סוכה, וואָס די קדמונים ברענגען אַז מ'דאַרף אינזין האָבן.

ס'איז טאקע זייער וויכטיג דאָס צו געדענקן במשך דעם יום טוב, אויך ווען מ'האט שוין פארלוירן די התפעלות פון די ערשטע מאָל וואָס מ'איז אַריין אין דער סוכה. ס'איז שוין די דריטע אָדער פערטע טאָג חול המועד, די קינדער טאַנצן אויפ'ן קאָפּ אַז זיי האָבן נישט װאָס צו טון. דאַרף מען זיך נאָכאַמאָל דערמאַנען: פֿאַרװאָס בין איך דאָ אין דער סוכה?

דער ב"ח פסק'נט אַז ביי יעדע מצוה וואו די תורה זאָגט דאָס לשון 'למען' אַזויווי ביי סוכה וואו ס'שטייט 'למען ידעו' און אויך ביי ציצית און ביי תפילין - דאַרף מען אינזין האָבן דעם טעם פון דער מצוה און אויב מ'האט נישט געטראַכט דעם טעם, איז דאָס מעכב און מ'האט נישט יוצא געווען.

וויאזוי קען מען מצמצם זיין די מצוה?

לכאורה איז דאָס אַ גרויסער חידוש, ווייל אין אַלע ספרים הק' זעט מען ווי ווייט מיר האָבן נישט קיין שום השגה אין די טעמי המצוות. פאַרקערט, איינס פון די גרעסטע יסודות איז צו מקיים זיין די מצוה ווי אַ חק. ווי באַקאַנט די מעשה פונעם בעש"ט הק' וואָס האָט אין די לעצטע מינוט באַהאַלטן אַלע כוונות װאָס זיין תלמיד האָט זיך אָפּגעשריבן פאר תקיעות שופר, ווייל דער עיקר כוונה דאַרף זיין 'רחמנא אמר תקעו'. אפילו ווען אַ מענטש ווייסט און לערנט אַלע טעמים און ענינים, אָבער ווען ס'קומט למעשה, טוט ער נישט די מצוה צוליב די טעמים וואָס ער פארשטייט. ער איז זיך מבטל און ער איז מקיים די מצוה כדי צו מקיים זיין דעם רצון ה'.

פאַרוואָס האָט מען ביי חסידים אַזויפיל גע'חזר'ט דעם יסוד? ווייל מ'דארף דערמאַנען דעם מענטש: דיין מח איז אַזוי קליין, דו האסט נישט קיין שום השגה אין די מצוות. דעריבער, זיי נישט מצמצם די מצוה לויט דיין קליינעם שכל. ס'איז דאך אַזויפיל העכער ווי דעם!

אויב אַזוי, ווען דער ב"ח זאָגט אַז ביי מצות סוכה איז מעכב אויב מ'טראכט נישט דעם טעם המצוה אַז דער רבוש"ע האָט אונז געמאַכט דעם נס פון די ענני הכבוד. שטעלט זיך לכאורה די שאלה: דאָס איז טאקע זייער אַ גוטער טעם, אָבער ווען מ'זאָגט מיר אַז איך מוז דאָס טראַכטן, איז דאָס נישט מצמצם די מצוה?

אַ זאַך װאָס איז דיר נוגע, דאַרפסטו גוט געדענקן

איינער פון די פשוט'ע תירוצים דערויף איז, אַז ווען ס'קומט צו אַ זאַך וואָס איז נוגע פאר דיין אידישקייט, מוזטו דאָס אינזין האָבן. דאָס הייסט עס אַזוי: אוודאי איז דאָס נישט דער גאַנצער טעם פון דער מצוה, אָבער ס'איז דא געוויסע מחשבות וואָס זענען ממש קריטיש צו געדענקן אַלעמאָל. ווען דער רבוש"ע האָט דיר געהייסן לייגן תפילין מיט די פרשיות פון 'שמע, והיה אם שמוע, קדש, והיה כי יביאך', און ער זאָגט דיר זייער קלאָר: "איך האָב דיר עס געגעבן כדי דו זאָלסט לעבן דערמיט, דו זאָלסט עס אַלעמאָל געדענקן, זאָלסט עס צובינדן קעגן דיין האַרץ און דיין מח", דעמאָלט וויל ער אוודאי אַז דו זאָלסט לערנען וואָס עס שטייט אין די פרשיות און דו זאָלסט טראַכטן דערוועגן.

דער רבוש"ע האָט דאָס געוואָלט, אַז דו זאָלסט עס שטענדיג חזר'ן, למען תהיה תורת ה' בפיך! אויב דער מענטש וועט זאָגן: "װאָס ווייסן מיר דען? מיר האָבן דאָך נישט קיין שום השגה אין תפילין" איז דאס נישט ריכטיג. דאָס איז פּונקט ווי איינער לערנט גמרא אָן צו פאַרשטיין, ער זאָגט און זאָגט די ווערטער און ער איז זיך מסביר: "איך האָב דען אַ השגה בכלל אין דעם אויבערשטנס תורה?"... ווען ס'קומט צו אַ זאַך וואָס איז דיר נוגע, טו אַ טובה און לערן עס גוט דורך, חשבון גוט אויס די סוגיא, און מאַך נאכדעם אַ סיכום. דו דאַרפסט דאך דאָס וויסן. וועגן דעם האב איך דיר געגעבן די מצוה!

זיך צוגעוואוינען צו אַ דירת עראי

די קדמונים זאָגן אַזוי: דער רבוש"ע האָט דיר געגעבן אַ מצוה פון סוכה: "גיי אַרויס פון דעם דירת קבע, און גיי אריין אין אַ דירת עראי". געוואוין זיך איין צו זיצן אין אַ דירת עראי. ס'איז בסדר, ס'איז גוט אַזוי... אפילו אַלעס קלאַפּט נישט אַזױי פּונקטליך, אפילו אויב ס'איז דאָ אַזעלכע האַלבע דפנות. וואָס איז דען אַ חילוק? לויט די הלכה פון לבוד האָט עס אַ דין פון דופן? נו, איז עס דאָך גוט. איך האָב וואו צו זיין...

צומאָל האָט דער מענטש ווייטאָג, ווייל ס'לויפט אים דורך מחשבות: "מיינע חברים האָבן געקויפט אייגענע הייזער, און איך זיץ אין אַ געדינגענע דירה. ס'איז דאָך נישט קיין נאָרמאַלע זאַך. איך דאַרף האָבן מיין אייגענע דירה. אויסערדעם. מיין דירה פלעגט אַמאָל זיין גענוג גרויס, אָבער ב"ה כ'האב שוין חתונה געמאַכט עטליכע קינדער, און יעדעס מאָל ווען די פאַרהייראַטע קינדער קומען אויף שבת דאַרף מען טוישן אַלע צימערן, די יונגלעך דאַרפן גיין דאָ און די מיידלעך דאָרט. דו ווייסט נישט װאָס טוט זיך... ס'איז נישט נאָרמאַל, ס'האט נישט קיין פּשט"...

דער אמת איז אָבער, אַז אַלעס איז זייער פיין. מ'קוקט נאראויף אַנדערע און מען באַקומט גשמיות'דיגע שאיפות. אויב דער רבוש"ע וויל, קען ער דיר אַלעס געבן, אָבער דערווייל איז אַלעס זייער נאָרמאַל. ס'איז טאקע אַ דירת ארעי'דיגער מצב, אָבער אויף יעצט איז עס זייער גוט.

אַראָפּלאָזן די ערוואַרטונגען

ווען איינער קויפט זיך אַ טיקעט אין דעם ביזנעס קלאַס אויפ'ן פליגער, און ער באַקומט דאָרט אַ בעט וואָס איז בערך אַ פערטל פון אַ געווענליכע בעט, מיט אַ דופן עקומה מיט לבוד... איז ער זייער צופרידן פון זיין באַקוועמע בעט. פֿאַרװאָס? ווייל אין אַ דירת ארעי איז דאָס גוט! ער ערוואַרטעט נישט עפעס מער. מ'קען זיך מיט אַזאַ בעט אַן עצה געבן.

די מצוה פון סוכה לערנט אויס פֿאַר אַ איד אַז מ'קען לעבן אין אַ דירת עראי, תשבו כעין תדורו. אויב אַזוי קען ער זיין צופרידן פון זיין דירה. איך דאַרף בסך הכל אַ פּלאַץ וואו צו פירן די שבת'דיגע סעודה, און דאָס האָב איך ב"ה. שטעל זיך פאר אַז דו װאָלסט געדינגען די דירה אויף אַ שבת: "איינער האָט מיר פֿאַרשאַפֿט די דירה. אויף איין שבת איז דאָס מורא'דיג גוט, ס'איז דא פיינע שכינים, ס'איז געוואלדיג, ממש אַ מחיה"...

אָט דער מהלך המחשבה נעמט אַראָפּ די ערוואַרטונגען פונעם מענטש. עס ראַטעוועט אים פון עצבות און פון זיין איינגעטונקן אין גשמיות. דער רבוש"ע קען שיקן ישוב הדעת פאַר'ן מענטש, אָבער נאר ווען דער מענטש איז מקיים אין זיין מח דעם 'ויסעו מרעמסס', ווי דער אגרא דכלה זאָגט, דעמאָלט איז ער זוכה צו דער ברכה פון 'ויחנו בסוכות', ער קען זיין רואיג און שפּירן אַז "איך האָב ב"ה אַלעס".

דאָס איז וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון מצוות סוכה. דער חג האסיף איז די צייט ווען דער מענטש זאַמלט איין אַלע זיינע רווחים, אויב ער נעמט אריין די ידיעה אין זיין קאָפּ וועט אים דער רבוש"ע העלפן אַז ער זאָל בלייבן מיט דעם דעת אויף אַ גאַנץ יאָר. עס וועט אים באגלייטן און העלפן, ס'וועט אים אַריינברענגען אַ שמחה אויפ'ן גאַנצן יאָר.

More in this printout

View the whole printout