סוכה שלעפּט אונז אַרויס פון גשמיות'דיגע הצלחות
עס שטייט אין די קדמונים אַז איינס פון די טעמים פון מצות סוכה איז, ווייל ס'איז יעצט אַ זמן האסיף, ווען מ'נעמט אריין די תבואה פון פעלד. נאכדעם וואָס דער מענטש האָט אַזויפיל געאַרבעט און געהאָרעוועט אויפ'ן פעלד, זעט ער סוף כל סוף אַז ס'קומט אריין די רווחים, ס'קומט אריין די מזומנים, און דער מענטש איז עלול צו ווערן איינגעטונקן אין גשמיות, ווייל נישט נאר בכמות איז ער פאַרנומען מיט דער אַרבעט, נאר אויך באיכות, זיין מח איז איינגעטונקן דערין, און ער קען באַקומען אַ געוואלדיגע התפעלות ווען ער פאַרדינט געלט און ער זעט הצלחות מיט רווחים פון גשמיות.
דער רבוש"ע האָט געוואָלט אַז אין אַזאַ זמן זאָל דער מענטש נישט ווערן נאָכגעשלעפּט נאָך גשמיות, ס'איז דאך אַ שאָד אַז ער זאָל פארלירן זיין אידישקייט, ווייל זיין מח אַרבעט נישט ריכטיג און ער ווערט מגושם'דיג. האָט דער אויבערשטער געזאגט: דוקא אין דעם זמן, גיי אַרויס פון דיין הויז. מאַך זיך אַ 'דירת ארעי', אַז דו זאָלסט ווייניגער נתגשם ווערן.
דער פּראָבלעם ווען מ'באַקומט חיות פון גשמיות
צומאל לייגט דער מענטש אַריין זיין גאַנצע ענערגיע צו מצליח זיין אין פרנסה, ער איז משקיע דאָרט זיין נפש און דאָס נעמט אים צו זיין גאַנצע חיות. ער ווערט ממש צוגעבינדן צום עולם הזה. ווען מ'פרעגט אים פֿאַרוואָס ער טוט דאָס, זאָגט ער: "וואָס הייסט? מ'דאַרף דאך האָבן פרנסה!"... און ער איז גערעכט, ער דארף טאַקע האָבן פֿאַרשידענע צרכים. אָבער אַז מ'קוקט אביסל צוריק, וועט מען זען אַז ס'האט זיך אנגעהויבן ווען ער האָט טאַקע געדארפט עוסק זיין אין פרנסה ווי ס'איז דער נאָרמאַלער סדר העולם, אָבער נאכדעם האָט פּאַסירט אַז די קליפת נוגה האָט זיך אַריינגעמישט.
קליפת נוגה קומט אריין דוקא ווען אַ מענטש טוט אַ זאַך וואָס איז נישט אָפּגעפרעגט, ס'איז אויסגעהאַלטן, אָבער ער ווערט צוגעבינדן דערצו, און דאָס איז שוין יא אַ פּראָבלעם. מ'קען דאָך טון די זעלבע זאַך מיט אַ קאַלטקייט. מ'טוט וואָס מ'דאַרף, און מ'גייט ווייטער.
אַ מענטש קען זיך אַליין באַטראַכטן: וואו איז מיין נפש? וואו איז מיין חיות? דאָרט ליגט דער גרויסער בירור וואו מ'קען זען אויב מ'איז נישט פארגאַנגען. אויב די גשמיות האָט איבערגענומען זיין השתוקקות, זיין רצון, זיין גאַנצע וועזן, און זיין שיג ושיח, דעמאָמלט קענסטו זען וואו דער מענטש ליגט.
ס'איז גענוג אַ דירת ארעי!
דער הייליגער בני יששכר אין אגרא דכלה פרשת מסעי ברענגט אויפ'ן פסוק 'ויסעו מרעמסס ויחנו בסוכות', וואָס חז"ל זאָגן (סוטה יא, א) אַז דער נאָמען רעמסס מיינט אַז מ'פלעגט בויען און ס'איז גלייך אַראָפּגעפאלן, 'ראשון ראשון היה מתרוסס' - אַלעס וואָס אידן האָבן געבויעט, האָט נישט געהאַט קיין קיום.
קומט אויס, אַז רעמסס איז מרמז אויף די גשמיות'דיגע זאַכן וואָס האָבן נישט באמת קיין קיום. דער מענטש אַרבעט, ער איז משקיע, ער רעדט זיך איין אַז ער בויעט עפּעס, אָבער למעשה בלייבט נישט דערפון קיין אמת'ער קיום.
דערפֿאַר האָט מען אונז געגעבן די מצוה פון סוכה וואָס דאַרף זיין אַ 'דירת ארעי', צו ווייזן פאַר'ן מענטש אַז ס'איז אים גענוג צו האָבן אויך אַ דירת עראי! בסך הכל האָט ער דאָרט אַ מטה כסא שלחן, ער האָט וואו צו זיצן, ער האָט וואו צו לערנען, ער האָט וואו זיך אָפּצוריען, אָבער ס'איז גאַנץ מצומצם, ממש מינימום, מיט אַ קליינע דעכעלע פאר דעם 'צל סוכה'. ער קען זיך נישט דאָרט אָנזאַמלען נאָך איבריגע באַקוועמליכקייטן.
זאָגט דער בני יששכר: ויסעו מרעמסס - זאָלסטו וויסן אַז וויפיל מער דער מענטש גייט אַרויס פון גשמיות'דיגע זאַכן, אַז ער זאָל נישט ליגן דערין. ויחנו בסוכות - אַלץ מער קען ער באַקומען אַ מורא'דיגע מנוחת הנפש. ער וועט האָבן אַ ישוב הדעת פאר תורה ותפלה, און ער וועט נישט מאַכן קיין השתדלות צו זאַמלען מותרות.
וואָס איז מיין אינערליכע פינטעלע?
די סיבה פאַרוואָס 'שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד' איז: ווייל ווען דער ת"ח לערנט, לערנט ער דאָך. דאָס איז נישט קיין חידוש. לאָמיר הערן וואָס ער רעדט, ווען ער לערנט נישט... דאָס איז מיר אינטערעסאנט! דעמאָלט קען מען זען וואָס פֿאַראַ סאָרט מענטש ער איז און וועלכע זאַכן אינטערעסירן אים. ס'איז נישט נאר 'וואָס' ער רעדט, ס'איז אויך וועלכע זאַכן ברענגען אים התפעלות.
ביי יעדן מענטש ווערט אויפגעוועקט אַ התפעלות ווען מ'רירט אָן זיין פינטעלע. צומאל רעדט מען מיט אַ מענטש 'על דא ועל הא', און אינמיטן זעט מען אַז יענער איז געוואָרן מלא התלהבות, אָה, ער ווערט פלוצלינג לעבעדיג.
מ'כאַפּט נישט וואָס איז געשען דאָ... דו האסט פשוט אנגערירט אַ געוויסע נקודה וואָס האָט אים אויפגעלעבט. מ'דאַרף אביסל קענען דעם מענטש, זיין עבר און זיין כאַראַקטער, צו פאַרשטיין פאַרװאָס ער איז יעצט נתפעל געוואָרן. ווען דו וועסט אים קענען, וועסטו פֿאַרשטיין אַז דאָס איז זיין זאַך, זיין גאַנצע חיות איז געוואָנדן דערין.