ירח האיתנים; חודש תשרי בויעט מען אַ געזונטן שטאַנדהאַפטיגן קשר
יראה און דערנאך אהבה
דער סדר פון די הייליגע טעג גייט מיט אַ מהלך פון יראה און דערנאך אהבה. צוערשט איז דאָ אַ גאַנצער סדר פון דינען דעם רבוש"ע מיט יראה: חודש אלול, סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, און יום כיפור.
פון דאָרט שפּאַצירט מען אריין צו די הייליגע ימי אהבה פון סוכות, מיט שמחת בית השואבה, מיט'ן יוימינו תחבקינו', מיט'ן יושמחתם לפני ה' אלקיכם', וואו דער איד געפינט זיך צוזאַמען מיט'ן רבוש"ע. דער שפּיץ איז אינעם הייליגן טאָג פון שמיני עצרת און שמחת תורה, וואָס ס'שטייט גאָר הויכע זאַכן אין די ספרים הק' וועגן דעם גאָר נאָנטן קשר של אהבה וואָס אַ איד האָט דעמאָלט מיט'ן רבוש"ע.
פון אויבנאויף קוקט עס אויס אַז די ביידע זאַכן זענען אביסל סותר איינס דעם אַנדערן. עס זענען צוויי פאַרקערטע געפילן. יראה ערוועקט ביים מענטש אַ געוויסע ריחוק, ער האָט מורא, ער וויל נישט זיין צו נאָנט. און אהבה איז פאַרקערט. אהבה איז טייטש אַז ער איז גאָר נאָנט, נאָך נענטער ווי געווענליך.
יראה מיט אהבה גייען נישט צוזאַמען
ווען איינער קומט אָן צו אַ שמחה, טרעפט ער דאָרט אַלערליי מענטשן. ס'איז דאָ אַזעלכע וואָס ער האָט מיט זיי אַ פּאַרווע שייכות, זיי האָבן געלערנט צוזאַמען אין דער זעלבער ישיבה. ער גריסט יענעם: "אָה, אַ גוט יאָר, וואָס מאַכט איר." און ער ווארט ניטאַמאָל אויף קיין תשובה... ער האָט מיט יענעם אַזאַ סאָרט קשר וואָס איז ערגעץ אינמיטן, נישט קיין יראה און נישט קיין אהבה. דאַן איז דא איינער וואָס ווען ער באַמערקט אים, פרובירט ער צו גיין אויף דער אַנדערער זייט, כדי אים אויסצומיידן. יענער איז געווען זיין משגיח אין ישיבה קטנה, ס'איז בעסער נישט צו מרחיב זיין... אָדער איז יענער זיין געוועזענער שכן מיט וועמען ער האָט זיך נישט צו גוט פֿאַרשטאנען. דאָס איז אַ יראה'דיגער סאָרט קשר.
נאכדעם איז דא ווען ער טרעפט זיין נאָנטן חבר: "אָה, שלום עליכם! וואָס מאַכסטו?" - זיי כאַפּן אַ ווינקל און זעצן זיך אַוועק פֿאַרברענגען אַביסל: "וואָס טוט זיך? וויאַזוי גייט עס מיט די משפחה?" ער האָט אַ טיפע שייכות מיט יענעם. ס'איז דא צווישן זיי אן אהבה.
אַזוי אַרבעט עס בדרך כלל. עס זענען דא מענטשן מיט וועמען מ'האט כמעט נישט קיין קשר; עס זענען דאָ אַזעלכע מיט וועמען מ'האט אַן אומבא'טעמ'טן קשר פון יראה, און ס'איז דא מיט וועמען מ'האט גאָר אַ נאָנטן אהבה'דיגן קשר.
דער קשר מיט השי"ת הייבט זיך אן מיט יראה
אָבער ביים רבוש"ע גייט עס מיט אַ סדר, אַז די יראה בויעט די אהבה. דער וועג וויאזוי אַ איד באַקומט אַ קשר מיט'ן רבוש"ע איז צוערשט דורך די אמת'ע יראה. - יראה איז דער אָנהויב פונעם קשר, און אהבה איז דער המשך דערפון.
אַזוי זעט מען אויך אין דעם הייליגן זמר פון יקה אכסוף', ווי מ'בעט פונעם אויבערשטן: 'משוך נועם יראתך'. מ'איז מתפלל צו שפּירן די בא'טעמ'טע זיסקייט פון יראה. דאָס זינגט מען דוקא אין אַ צייט ווען דער איד האט כיסופים צום רבוש"ע. מ'רעדט דאָך נישט יעצט וועגן 'דינים' און וועגן ייראה', מ'רעדט וועגן 'כאיל תערוג על אפיקי מים - שבת קודש נפשי חולת אהבתך', ווי קומט דאָ אַריין ימשוך נועם יראתך'?!
נאר דאָס גייט מיט'ן זעלבן מהלך: מען הייבט אָן מיט יראה, און אַזוי בויעט מען דעם קשר צוביסלעך. נאכדעם וואָס מ'ברענגט אַרויס די הרגשים פון יראה, קומען אַרויס נאָך טיפערע געפילן, ביז מ'קומט אָן צום לעצטן שטיקל פון 'השבת נועם הנשמות', וואו מ'רעדט שוין אפן פון אַ געוואלדיגע אהבה. ווייל יראה איז אַ געוויסע קשר וואָס ברענגט נאָכדעם צו אהבה.
וויאזוי קען יראה מיט אהבה יא גיין צוזאַמען?
ס'בלייבט נאר איבער צו פאַרשטיין: וויאזוי אַרבעט דאָס? וואָס איז פשט פון אַזאַ סאָרט קשר? וויאזוי קען מען דאָס מסביר זיין?
מידאַרף דאָס גוט דערהערן, ווייל דאָס זענען טיפע, אינערליכע געפילן וואָס אַ איד מוז אויסאַרבעטן. מ'זאגט דאָך יעדן טאָג 'אהבה רבה' פאר קריאת שמע, און מען בעט דעם רבוש"ע 'יראה ולאהבה את שמך', מיר מוזן האָבן די ביידע זאכן. איבערהויפט איז דאָס די עבודה אין די יעצטיגע הייליגע טעג פון חודש תשרי. מ'דארף זיך מתבונן זיין צו קענען אַרויסברענגען די הייליגע הרגשים, וואָס דורך די געפילן ווערט מען דבוק צום אויבערשטן.
פאַרװאָס פעלט זיך אויס יראה?
איינס פון די מהלכים וויאזוי מיר קענען דאָס פֿאַרשטיין אויף אונזער מדריגה, איז דורך באַטראַכטן די הלכות וויאזוי אַ איד דארף זיך אויפפירן כלפי זיינע עלטערן אָדער כלפי זיין רבי.
חז"ל לערנען אונז פון די פּסוקים, אַז ווען ס'קומט צו עלטערן איז דאָ אַ מצוה פון 'כבד את אביך ואת אמך', אָבער ס'איז אויך דאָ אַ מצוה פון 'איש אמו ואביו תיראו'. דאָס מיינט אַז ס'איז דאָ איין חלק פון 'כיבוד', אַז דאָס קינד זאל ליב האָבן דעם טאַטן און ס'זאָל זיין אַ געזונטע שייכות צווישן זיי. דאָס איז אָבער נישט גענוג, חז"ל זענען אונז מסביר די דינים און גדרים וויאזוי צו מקיים זיין די באזונדערע מצוות עשה פון 'מורא'. דאָס זעלבע איז ביי אַ תלמיד כלפי זיין רב, מורא רבך כמורא שמים. אין מסכת קידושין שטייען די הלכות וויאזוי מ'איז מקיים די מצוה פון יראה.
יראה ברענגט נענטער
די תשובה איז זייער פשוט: די יראה וואָס דער אויבערשטער האָט דיר מחייב געווען צו האָבן, גייט דיך ברענגען נאָנטער צו דיינע עלטערן. דאָס גייט דיך נישט מרחק זיין! ווייל אויב דער מענטש איז צו נאָנט, קען ער נישט מקבל זיין. מידאַרף זיין אין אַ באַלאַנסירטן מרחק, מ'דארף שטיין פּונקט אין דעם גוטן פּלאַץ, כדי צו קענען דאָס מערסטע מקבל זיין.
פונקט ווי די זון גיבט פאר דער בריאה דריי זאַכן: ליכטיגקייט, וואַרעמקייט און כח פון וואַקסן, אָבער אויב די זון וואָלט געווען אביסל ווייטער פון דער וועלט וואָלט אַלעס פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, אויב ס'וואָלט געווען צו נאָנט, וואָלט אַלעס פֿאַרברענט געוואָרן. דער רבוש"ע האָט עס דעריבער איינגעשטעלט אויפ'ן פּונקטליכן פּלאַץ אַז ס'זאל נישט זיין צו ווייט און אויך נישט צו נאָנט.
אַזוי אויך דאַרף אַ מענטש פאַרשטיין: ווען דו ביזט צו נאָנט צו דיינע עלטערן, וועסטו מיטהאַלטן זאַכן וואָס זענען צומאָל אומבאקוועם. דו דאַרפסט האָבן אַן 'איש אמו ואביו תיראו'. טאָמער דו וועסט זיין צו נאָנט, וועסטו נישט קענען ריכטיג מקבל זיין, ווייל דו וועסט האָבן אַ קלות ראש. עס דאַרף בלייבן אַ געוויסער מרחק אַז דו זאָלסט יא קענען מקבל זיין.
א ריכטיגער מקבל נאר דורך יראה
דער זעלבער יסוד שטייט אין פרקי אבות לגבי א תלמיד צו זיין רב. מ'דארף זיך מתאבק זיין בעפר רגליהם און זיך מתחמם זיין לאורם פון תלמידי חכמים, אָבער גלייכצייטיג זאל מען אַכטונג געבן נישט צו ווערן געשדיגט: הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שעקיצתן עקיצת עקרב וכו'. אויב דו גייסט צו נאָנט, קענסטו זיך פֿאַרברענען.
דער רמב"ם אין פירוש המשניות פרעגט שוין, וויפיל איז דער שיעור? וויאזוי קען מען מעסטן וואָס הייסט נאָנט און װאָס הייסט ווייט? זאָגט דער רמב"ם אַז דו זאלסט זיך נישט דערנענטערן מער ווי דער רבי איז דיר מקרב. ווילאַנג ער איז דיר מקרב און ער לערנט מיט דיר, איז זייער גוט. אָבער אויב דו שטופּסט זיך אַריין און דו ווילסט מער דערפון, קען מען ווערן אָפּגעבריעט. אַ תלמיד חכם איז אַ פייער! ס'איז נישט פשוט.
דער באדייט דערפון איז: יראה שטעלט אַהער דעם ריכטיגן באַלאַנס כדי מ'זאל קענען זיין אַ מקבל. אין הלכות דעות ברענגט דער רמב"ם אַז ס'איז דאָ געוויסע זאַכן, ווי עסן וכדומה, וואָס אַ תלמיד חכם טאָר נישט טון פֿאָרנט פון זיינע תלמידים. וואָס איז דער פּראָבלעם? ווייל צופיל אָפנקייט קען שטערן דעם קשר. מיזעט עס אפילו אין דער פּראַקטישער וועלט, אַז מענטשן וואָס האָבן אַ געזונטע שייכות איינער מיט'ן אַנדערן, האָבן גרענצן (boundaries) ס'איז דא גבולות, מ'קריכט נישט צופיל אריין אין יענעמס קישקעס. ווען יראה ווערט געטון אויפ'ן ריכטיגן אופן, מאַכט עס דעם קשר נאָך בעסער. עס ברענגט די ריכטיגע נאָנטקייט!
ב
שמאלו תחת לראשו וימינו תחבקינו; די שמחה פון סוכות איז געבויעט אויף די ימים נוראים
אהבה - נאכ'ן זיך באַקענען נענטער
דוגמא לדבר: אַ מענטש הערט אויף אַ צווייטן איד, אַז יענער איז אַ גרויסער תלמיד חכם, ער קען אים אָבער נישט אויף אַ פּערזענליכן שטאַפּל. האָט ער אַ געוויסע יראת הכבוד כלפי יענעם: "פשש... דער איד איז דורכגעווייקט מיט תורה". שפעטער באַקענט ער זיך מיט דעם ת"ח, און ער הייבט אן צו באַקומען אַן אהבה צו אים. וויפיל מ'קען אַ מענטש טיפער און נאָנטער, ווערט שטאַרקער די אהבה.
יעדע געזונטער קשר הייבט זיך אַזוי, אן אַז אין אנהויב קען מען זיך נאכנישט אַזוי גוט, דעמאָלט איז דא נאָר ייראה'. שפעטער ווען מ'הייבט אן קענען דעם מענטש, אַנטוויקלט זיך אַ שטאַרקע אהבה. ווי רש"י זאָגט אויפ'ן פּסוק (בראשית יח, יט): 'כי ידעתיו למען אשר יצוה', אַז אויב דו האסט ליב אַ מענטש, קענסטו אים. דאָס גייט אויף ביידע וועגן. ווען מ'באַקענט זיך מיט איינעם, עפנט זיך אַ פנימיות'דיגער קשר. מ'קען אים נישט נאר מצד זיין שטעלע, נאר מ'באַקומט אַן אינערליכע שייכות מיט יענעם.
קודם אַנערקען דיין פּלאַץ
דאָס זעלבע איז כלפי דעם רבוש"ע. ווען דער נברא קומט אָן צו די ימים נוראים, דאַרף ער צוערשט פארשטיין זיין פּלאַץ. ער ווייסט אַז ער נויטיגט זיך אין רחמי שמים, ער האָט ליידער געזינדיגט, ער האָט גורם געווען צער פאר דער שכינה הק', ער בעט איבער דעם אויבערשטן. וויאזוי קען ער שוין טאנצן מיט'ן רבוש"ע סוכות, אויב ער האָט זיך נישט קודם אויסגערעדט דאָס הארץ: "איך שעם זיך פון מיינע עבירות, איך בעט זיך, ראַטעווע מיר! געב מיר לעבן, כ'האב נישט קיין לעבן אָן דיר".
אין דער מינוט וואָס אַ מענטש ווייסט זיין פּלאַץ, און ער כאַפּט אַביסל ווי ווייט ער איז, ווי קליין ער איז, און וויפיל ער איז אָנגעהאָנגען אין דעם רבוש"ע, דעמאָלט קען ער נאָכדעם אָנקומען צו אַ מורא'דיגע אהבה, ווייל ס'איז געזונט געבויט. אָבער אויב דער מענטש טאַנצט גלייך אַריין צו דער אהבה, איז עס נישט געזונט און ס'איז נישט קיין נאָרמאַלער קשר.
אַ נאָרמאַלע וועג פון איבערבעטן
מ'קען דאָס פֿאַרשטיין פּראַקטיש מיט אַ משל: איינער האָט שטאַרק בא'עוליט אַ צווייטן איד אין בית המדרש. ער האָט אפשר נישט געוואָלט, ס'איז געווען בשוגג אָדער באונס, אָבער למעשה האָט ער אים שאָדן געמאַכט גאָר אַסאַך געלט און אים גורם געווען אַ געוואלדיגן עגמת נפש. אָבער דער איד וואָס איז געוואָרן בא'עוליט האָט אַסאַך אמונה ובטחון, ער אַרבעט אויף זיך, און ער איז מסכים צו מוחל זיין.
לאמיר זיך פארשטעלן אַ סיטואציע אַז דער מזיק קומט צו דעם איך וואָס איז געשעדיגט געוואָרן, און ער זאָגט: "איך שעם זיך אַזוי שטארק. איך זאָג דיר דעם אמת, איך בין ממש אויסער זיך. אַזוי אָפּצוטון אַ איד? איך האָב נישט געמיינט און כ'האב נישט געוואָלט, אָבער למעשה 'מגלגלין חובה על ידי חייב'. ווען כ'וואָלט געווען אביסל מער פארזיכטיג וואָלט עס נישט געשען. איך קען זיך נישט בארואיגן. איך קום צו דיר אין שטוב און כ'בעט דיר, וואָס קען איך טון דיר צו מפייס זיין?!". זאָגט אים יענער: "וואָס מאַכסטו זיך נאריש? חס ושלום! ס'איז געווען באַשערט די גאַנצע מעשה. לאָמיר אַלעס אויסמעקן, לאָמיר טרינקן אַ לחיים. דער רבוש"ע ווייסט אַז איך האָב דיר ליב אהבת נפש".
דער ערשטער קומט דערנאָך אַהיים און ער זאָגט מיט התפעלות: "ס'איז דא אידן אויף דער וועלט! דער מענטש האָט מיר אַרויסגענומען פון די כלים, אַ איד זאָל קענען האָבן אַזאַ אמונה, אַזוי מוותר צו זיין! איך ווייס דאך דעם אמת, אַז איך האָב אים מזיק געווען. ס'איז נאָך דא אויסגעאַרבעטע גוטע אידן!".
אַן אומגעזונטע מהלך פון איבערבעטן
וויאזוי קוקט עס אָבער אויס ווען די מעשה צוזאַמען מיט אידן. איז אביסל אַנדערש. דער וואָס האָט געשעדיגט דעם צווייטן, טראַכט צו זיך: "סוף כל סוף איז יענעם געווען באַשערט די עגמת נפש. לאמיר זיך נישט נאַרן, איך לערן חובת הלבבות, ווען ס'וואָלט נישט געווען באַשערט פאר יענעם, וואָלט גאָרנישט געשען". שפּעטער טרעפט ער יענעם אין בית המדרש און זאָגט: "וואָס הערט זיך? וואָס טוט זיך? אפשר מאַכן מיר אַ שמחת בית השואבה, צוזאַמען אביסל טאַנצן? מאַך זיך נאריש, ס'איז דאָך סתם שטותים. געלט איז גאָרנישט, מ'נעמט נישט מיט די אַלע זאַכן אויף יענער וועלט"...
מידאַרף זיין גאָר שטאַרק אויסגעאַרבעט צו קענען סובל זיין אַזאַ מענטש... אפשר זענען דאָ אידן וואָס זענען אויף דער מדריגה, אָבער ס'איז זיכער נישט קיין געזונטער נאָרמאַלער קשר!
מען פריידט זיך מיט'ן ראש השנה און יו"כ
ווען אַ מענטש האָט אַ ריכטיגן קשר מיט'ן רבוש"ע, דאַרף ער קודם וויסן זיין פּלאַץ. מ'גייט בויען צוביסלעך אַ קשר מיט יראה און אהבה. יראה איז אמת, און אהבה איז אמת, אָבער צוערשט דארפסטו פארשטיין וואו דו ביזט אינעם בילד. אַ גרויסער חלק פון דער שמחה וואָס מ'פריידט זיך ביי שמחת בית השואבה איז די שמחה פון 'מחילת עוונות'. דאָס מיינט אַז דער מענטש האָט בכלל נישט פארגעסן! ער געדענקט אַז ער איז שולדיג פאר'ן רבוש"ע.
צומאָל זענען דאָ אַזעלכע וואָס קוקן עס אן כאילו ס'איז געווען ראש השנה מיט יום כיפור, אָבער דער אויבערשטער איז דאך אַ גוטער, האָט ער אַוועקגעפּאַקט די ימים נוראים מיט צוויי שלעסער, און אַצינד זאָגט דער רבוש"ע: "אָקעי, יעצט מעג מען טאַנצן... איך זאָג דיר קלאָר, יא, מען מעג, ס'איז אפילו אַ מצוה"...
אַזאַ מענטש כאַפּט בכלל נישט אַז דער ערליכער איד פריידט זיך מיט'ן ראש השנה און דעם יום כיפור! די גאַנצע זאַך ליגט אים יעצט אויפ'ן מח. ער האָט גאָרנישט פֿאַרגעסן. אדרבה, ער פריידט זיך אַז דער רבוש"ע נעמט אים אן! ער פריידט זיך אַז דער רבוש"ע האָט אמונה אין אונז, רבה אמונתך, ער גלייבט אַז מיר וועלן זיך מקשר זיין צו אים. אין דעם יום טוב סוכות טאַנצט די פנימיות פון אַ איד: "רבוש"ע, איך פריי זיך אַזוי שטאַרק אַז דו האסט מיר נישט אַוועקגעוואָרפן. פֿאַרלאָז מיר נישט, איך וויל בלייבן הייליג".
האַלטן דעם מחזור אפן בשעת'ן טאַנצן...
די שמחה פון סוכות איז אַלזאָ דער קומענדיגער שטאַפּל. נאכדעם וואָס דער מענטש האָט ריכטיג אריינגענומען אין זיך דעם ראש השנה און יום כיפור, טאַנצט ער יעצט מיט דער הבנה וואָס איז אריינגעגאַנגען אין אים. ער וויל בלייבן דערמיט. ער קען ווייטער האַלטן דעם מחזור אפן בשעת ער איז יעצט ביי שמחת בית השואבה, מיט מוזיק, ער טאַנצט שמחת בית השואבה. ער זינגט 'דרכך אלקינו להאריך אפך', און יעדעס וואָרט פון די סליחות שטימט זייער שטאַרק מיט'ן מצב וואָס מ'האט דערמאנט דעם אויבערשטן, פארשטייט נישט וואָס ער טוט. שפירט ער אן ענליכן געפיל ווען ס'קומט חודש תשרי. ס'איז אים אומבאקוועם, ווייל ער טראַכט: "דא בין איך אַ גלח, דאָ בין איך אַ מלאך... פריער בין איך געווען ביי אַ שמחת בית השואבה אַגאַנצע נאַכט. איך האָב זיך מתיר געווען אביסל, ס'איז טאקע נישט געווען ממש הוללות, ס'איז אַלעס אַ מצוה, אָבער איך ווייס גוט ווי מיין נפש איז געווען בשעת כ'האב זיך אביסל געלאָזט וואוילגיין, און דאָ וויין איך הושענא רבא... ס'איז דער זעלבער יום טוב, וויפיל שעה איז דאָס?
אַנדערע מענטשן זאָגן: "ווייסטו וואָס? אויב אַזוי וויין איך נישט הושענא רבא"... ניין, ניין. ביידע חלקים שטימען! דיין פּראָבלעם איז בלויז אַז דו האסט נישט געכאַפּט וואָס דא גייט פֿאָר. ס'איז דאָ אַזעלכע סאָרט ניגונים װאָס מ'קען זינגען שנעל און מ'קען עס אויך זינגען וואַרעם. דאָס זעלבע איז אין די הייליגע טעג: מיט יעדן וואָרט פונעם מחזור קען מען טאַנצן ביי שמחת בית השואבה, און מיט יעדן ניגון וואָס מ'טאַנצט קען מען אויך פּראַווען יום כיפור! דאָס איז דער וועג און אַזוי ווערט געבויעט דער קשר פון אַ איד מיט'ן רבוש"ע.
אהבה אָן קיין יראה איז גארנישט
דער הייליגער בית אהרן האָט געזאגט: "יראה אן אהבה איז ניט קיין שלימות. אהבה אן יראה איז גארנישט." דאָס הייסט אַז ווען אַ איד האָט יראת שמים און ער האָט נאכנישט קיין אהבת ה', פעלט אים פון זיין עבודת ה', אָבער ווען מ'האט אהבה אָן קיין יראה איז דאָס גארנישט. ס'איז ניטאַמאָל אַן אהבה, ס'איז בכלל נישט קיין קשר, ווי מ'האט דערמאנט, אַז יעדע סאָרט קשר בויעט זיך צוביסלעך, צוערשט דאַרף זיין אַ געפיל פון יראה, און נאכדעם קען מען אָנקומען צו אהבה.
לאָמיר עס אַרויסברענגען מיט נאָך אַ משל: די משנה זאָגט אין פּרקי אבות: איזהו מכובד המכבד את הבריות. דאָס מיינט אַז ווען דו קומסט אריין אין אַ גראָסערי, ביזטו זיך מתייחס צו אַלע אַרומיגע מיט רעספּעקט. דו קענסט נישט יעדן פּערזענליך, אָבער דו ביזט נישט מזלזל אין קיין שום מענטש. פֿאַרװאָס? ווייל דער אויבערשטער האָט אים באַשאַפן. ער איז אַ נברא פון השי"ת. דאָס אַליין איז גענוג אַ סיבה אַז כ'זאל זיך מתייחס זיין צו אים בדרך כבוד אַלס אַ מענטש.
אויב הערסטו שפעטער אַז אַ געוויסער איד אין גראָסערי איז אַ גרויסער תלמיד חכם און ירא שמים, בויעט זיך אַ שטיקל געפיל פון נאָנטקייט. דו זאָגסט פאר יענעם אַז ער זאָל גיין פריער אין דער ליניע. דו גיבסט אים אביסל מער כבוד, דו פרובירסט אים צוהעלפן: "איר זוכט אפשר עפּעס?". דו פרובירסט אָנצוקניפּן אַ שטיקל שייכות מיט דעם איד- דאָס איז אַ קשר וואָס בויעט זיך געזונט.
די נאָנטקייט מוז קומען מיט אַ נאָרמאַלן מהלך
וויאזוי איז אָבער ווען איינער ווייסט נישט וואָס מיינט צו מכבד זיין אַ צווייטן. ער שרייט און קריגט זיך: "איך בין דאָ געווען ערשט"... ווען ער הערט נאָכדעם אַז יענער איז אַ תלמיד חכם, איז עס מורא'דיג אומבא'טעמ'ט... ס'איז זייער שווער יעצט צו בויען אַ געהעריגן קשר, ווייל עס פעלט דער ערשטער חלק פונעם בנין. דאָס זעלבע איז פאַרקערט, אויב איינער האָט גלייך ליב אַ צווייטן נאָך איידער זיי האָבן זיך באַקענט, איז דאָ עפּעס מאָדנע... ס'איז נישט קיין קשר וואָס איז נאָרמאַל געבויעט.
ווען אַ מענטש וויל האָבן אַ קשר מיט'ן רבוש"ע כביכול, בויעט זיך דער קשר מיט אַ מהלך. צוערשט דאַרף זיין יראה, און די יראה פארבלייבט דאָרט אַלעמאָל, אויך שפּעטער ווען ער גייט דיך ברענגען נאָנטער צו דיינע עלטערן. דאָס גייט דיך נישט מרחק זיין! ווייל אויב דער מענטש איז צו נאָנט, קען ער נישט מקבל זיין. מידאַרף זיין אין אַ באַלאַנסירטן מרחק, מ'דארף שטיין פּונקט אין דעם גוטן פּלאַץ, כדי צו קענען דאָס מערסטע מקבל זיין.
פונקט ווי די זון גיבט פאר דער בריאה דריי זאַכן: ליכטיגקייט, וואַרעמקייט און כח פון וואַקסן, אָבער אויב די זון וואָלט געווען אביסל ווייטער פון דער וועלט וואָלט אַלעס פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, אויב ס'וואָלט געווען צו נאָנט, וואָלט אַלעס פֿאַרברענט געוואָרן. דער רבוש"ע האָט עס דעריבער איינגעשטעלט אויפ'ן פּונקטליכן פּלאַץ אַז ס'זאל נישט זיין צו ווייט און אויך נישט צו נאָנט.
אַזוי אויך דאַרף אַ מענטש פאַרשטיין: ווען דו ביזט צו נאָנט צו דיינע עלטערן, וועסטו מיטהאַלטן זאַכן וואָס זענען צומאָל אומבאקוועם. דו דאַרפסט האָבן אַן 'איש אמו ואביו תיראו'. טאָמער דו וועסט זיין צו נאָנט, וועסטו נישט קענען ריכטיג מקבל זיין, ווייל דו וועסט האָבן אַ קלות ראש. עס דאַרף בלייבן אַ געוויסער מרחק אַז דו זאָלסט יא קענען מקבל זיין.
א ריכטיגער מקבל נאר דורך יראה
דער זעלבער יסוד שטייט אין פרקי אבות לגבי א תלמיד צו זיין רב. מ'דארף זיך מתאבק זיין בעפר רגליהם און זיך מתחמם זיין לאורם פון תלמידי חכמים, אָבער גלייכצייטיג זאל מען אַכטונג געבן נישט צו ווערן געשדיגט: הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שעקיצתן עקיצת עקרב וכו'. אויב דו גייסט צו נאָנט, קענסטו זיך פֿאַרברענען.
דער רמב"ם אין פירוש המשניות פרעגט שוין, וויפיל איז דער שיעור? וויאזוי קען מען מעסטן וואָס הייסט נאָנט און װאָס הייסט ווייט? זאָגט דער רמב"ם אַז דו זאלסט זיך נישט דערנענטערן מער ווי דער רבי איז דיר מקרב. ווילאַנג ער איז דיר מקרב און ער לערנט מיט דיר, איז זייער גוט. אָבער אויב דו שטופּסט זיך אַריין און דו ווילסט מער דערפון, קען מען ווערן אָפּגעבריעט. אַ תלמיד חכם איז אַ פייער! ס'איז נישט פשוט.
דער באדייט דערפון איז: יראה שטעלט אַהער דעם ריכטיגן באַלאַנס כדי מ'זאל קענען זיין אַ מקבל. אין הלכות דעות ברענגט דער רמב"ם אַז ס'איז דאָ געוויסע זאַכן, ווי עסן וכדומה, וואָס אַ תלמיד חכם טאָר נישט טון פֿאָרנט פון זיינע תלמידים. וואָס איז דער פּראָבלעם? ווייל צופיל אָפנקייט קען שטערן דעם קשר. מיזעט עס אפילו אין דער פּראַקטישער וועלט, אַז מענטשן וואָס האָבן אַ געזונטע שייכות איינער מיט'ן אַנדערן, האָבן גרענצן (boundaries) ס'איז דא גבולות, מ'קריכט נישט צופיל אריין אין יענעמס קישקעס. ווען יראה ווערט געטון אויפ'ן ריכטיגן אופן, מאַכט עס דעם קשר נאָך בעסער. עס ברענגט די ריכטיגע נאָנטקייט!
ג
שמחתי מתוך יראתי; די אהבה פון סוכות איז דורכגעווייקט מיט יראה
מעג מען אריינפֿאַלן אין אַ סוכות?
אַצינד פרעגט זיך אַ שאלה: אויב אהבה איז אַ העכערע שטאַפּל וואָס קומט בלויז נאָך יראה, וויאזוי קען אַ מענטש פראווען אהבה אויב ער איז נאכנישט אָנגעקומען צו קיין שלימות'דיגע יראה? געווענליך זאָגט מען פאַרין מענטש: "דו האסט נישט געלערנט היינט? ליין כאָטש קריאת שמע! האסט נישט געדאוונט שחרית? דאַוון כאָטש מנחה. 'מי שאכל שום יחזור ויאכל שום' - טו יעצט װאָס דו קענסט יא". לכאורה וואָלט מען געדארפט זאָגן: "אויב דו ביזט נישט געהעריג דאָ געווען ראש השנה און יום כיפור, דו ביזט געווען אין אַ היסח הדעת, קום כאָטש אריין יעצט. יעצט איז סוכות, טאַנץ און פריי זיך."
אָבער אויב מ'זאָגט אַז ביי אהבה גייט עס נישט אַזוי, און ס'איז גאָרנישט ווערד אויב מ'הייבט אן בלויז פון אהבה, ווייל אהבה איז אַ העכערע דרגה, ס'איז אַ טיפער אינערליכער קשר וואָס קומט נאר נאָכין ערשטן שטאַפּל פון יראה. אויב אַזוי, וואָס דאַרף אַ מענטש טון?! ער קען אויפהענגען אַ גרויסן צעטל אינדערהיים: "דאָס יאָר גייט נישט געפּראַוועט ווערן דער יום טוב סוכות, פאַר מער אינפֿאָרמאַציע רופט..." - וואָס איז געשען? - "אָה, כ'וועל דיר זאָגן דעם אמת, ס'איז אַ גאַנצע מעשה, איך האָב נישט געהאט קיין געהעריגן ראש השנה און יום כיפור. איך קען נישט יעצט אנהייבן סוכות מיט אהבה"...
מעג מען זינגען 'קה אכסוף' אָן קיין הכנה?
איך זיך אָפּ? באמת איז די שאלה נישט נאר אַקטועל לגבי סוכות, דאָס איז פּונקט אַזוי נוגע יעדעס מאָל ווען אַ מענטש קומט אָן אינמיטן אַ געהויבענעם זמן פון אהבה. ער ווייסט דאך דעם אמת, לב יודע מרת נפשו, וויפיל סייעתא דשמיא ער דאַרף כדי צו האָבן יראת שמים, ער ווייסט אַז אין אַזויפיל ענינים פון עבודת ה' איז ער בכלל נישט מושלם.
דער מענטש פרעגט אַלזאָ אַ שאלה: ס'קומט א שבת, און ס'איז דאָ אַ באָטע פרייטאג צונאכטס, מ'גייט זינגען 'קה ריבון', מ'גייט זינגען 'קה אכסוף נועם שבת'. איך וויל פרעגן אַ שאלה: איך מעג אַזויווי ס'זענען דאָ עלטערן וואָס אין דעם יום החופה ווען זיי מאַכן חתונה אַ קינד, לייגן זיי אַוועק דעם טעלעפאָן: "יעצט וויל איך זיין אביסל מיט'ן אויבערשטן אַליין". איי, ס'איז דאך יום החופה, און מ'דארף אים קענען כאַפּן? בסדר, איין נאָנטער מענטש קען האַלטן זיין טעלעפאן, אָבער "איך דאַרף נישט אַז די גאַנצע וועלט זאָל מיר קענען יעצט רופן"...
ווען מ'בעט אַ טעכנישע טובה
משל למה הדבר דומה: ס'איז דאָ אַ מענטש וואָס האָט אַמאָל געטון אַ געוויסע טובה פאר אַ געוויסן עסקן, און יענער עסקן האט אים געזאָגט: "ווען דו וועסט עפּעס דאַרפן, וועל איך דיר פרובירן צו העלפן". דער מענטש האט נישט קיין ספּעציעלע שייכות מיט יענעם עסקן, נאָר בסך הכל איז אים דער עסקן שולדיג א הכרת הטוב. אַזויווי ווען איינער באַצאָלט עפּעס אין געשעפט און ער בלייבט איבער רעשט וואָס מ'דארף צוריקגעבן.
א צייט שפעטער רופט טאַקע דער מענטש אן יענעם עסקן: "יא, ווער ביסטו?", ער זאָגט אים זיין נאָמען, און דער עסקן פּרובירט שנעל צו כאַפּן ווער ס'איז דער מענטש, ביז ער דערמאנט זיך: "אָה, יא יא, וואָס קען איך אייך העלפן". געדענקסט אַז איינמאל האָסטו מיר געזאָגט אַז כ'קען דיר רופן? אָקעי, יעצט איז די צייט. מיין שוואָגער האָט אַ בחור וואָס מ'דארף מסדר זיין א ישיבה, אפשר קענט איר עפּעס טון דערצו".
אַזאַ סאָרט בקשה קומט נישט פון קיין גרויס ליבשאפט. טעכניש האָסטו טאַקע דאָס רעכט צו בעטן די בקשה, אָבער ס'האט בכלל נישט צו טון מיט קיין נאָנטקייט. פֿאַרקערט, ס'איז ווי אַ חוב וואָס יענער דארף מיר באַצאָלן. איך האָב באַקומען אַ קרעדיט קאַרטל וואָס איך פרוביר יעצט אויסנוצן... דאָס איז זייער אַ ווייטע סאָרט בקשה.
א בקשה וואָס מען באַקומט מתוך אהבה
אָבער ס'איז פֿאַרהאַן אַ בקשה וואָס קומט מתוך קרבה. ס'איז ידוע וואָס די ספרים הק' זאָגן אַז יעדעס מאָל ווען ס'שטייט 'מלך' אין מגילת אסתר, איז עס מרמז אויפ'ן רבוש"ע. אין דער מגילה שטייט אַז ווען אסתר האָט געלאַדנט דעם מלך אויף אַ סעודה איז אַרויסגעקומען אַזאַ נאָנטע קרבה אַז דער מלך האָט געזאגט: "מה בקשתך, עד חצי המלכות וינתן לך", און אסתר האָט טאַקע דעמאָלט גע'פועליט די גרויסע ישועה פאר אַלע אידן.
דאָס איז נישט געווען קיין געפּלאַנטע טעכנישע בקשה: "אַ פערטל נאָך פינף, קענסטו מיר קומען בעטן אַ בקשה". נאר ס'האט געאַרבעט פֿאַרקערט: אסתר האָט געמאַכט אַ סעודה, ס'איז געוואָרן אַ נאָנטקייט, און דורכדעם האָט דער מלך נאַטירליך געבעטן: "זאָג מיר וואָס דו דארפסט, איך געב דיר אַלעס". ווען ס'איז דאָ אַ פּנימיות'דיגע קרבה, מיט אַן איידעלע נאָנטקייט, קומט אויטאמאטיש אַרויס אַז מ'קען פועלין אַלעס וואָס מען בעט.
'אחת שאלתי' ביי מנחה נאָך די הקפות...
ווען ס'קומט אַזאַ הייליגער טאָג, דאַרף אַ איד זיך צוגרייטן דורך אויפבויען זיין געפיל פון קרבה צום אויבערשטן, און דעמאָלט קומט נאַטירליך אַרויס אַ טיפע בקשה פון 'אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי'. זיינע תפלות און בקשות קומען אַרויס מתוך אַ מצב פון נאָנטקייט.
דאָס לעצטע מאָל וואָס מיזאָגט דעם פּסוק אינעם קאַפּיטל ילדוד ה' אורי', איז ביי די תפלות פון מוסף און מנחה וואָס מען דאַוונט נאָך די הקפות, ווען אַ איד איז אַזוי נאָנט, אַזוי פרייליך, און אַזוי אויסגעטון פון גשמיות. דער איד איז אַזוי דערהויבן אַז ער צעוויינט זיך מיט אַ בקשה: "רבוש"ע, יעצט איז דאָ אַזאַ נאָנטקייט צווישן אונז, אָבער איך בעט דיר, פֿאַרלאָז מיר נישט! איך ווייס אַז ס'קומט אַ קאַלטער ווינטער. איך ווייס אַז ס'גייען זיין נסיונות. כ'רעד זיך נישט איין אויף אַ מינוט אַז נישט. איך בין אָבער מתפלל אַז ס'זאָל בלייבן דער קשר. רבוש"ע, איך האָב דערהערט ווער איך בין! איך האב געשפירט אונזער קשר און אונזער דביקות!"
מ'קען פועלין מתוך נאָנטקייט
אַמאָל איז דאָ אַ מציאות ווען דער מענטש ווייסט אַז אין אַ שפּעטערדיגן זמן וועט דער קירוב קשר מיט'ן רבוש"ע".
ה
כי בו ישמח לבינו; זיך טרעפן און זיך פרייען מיט'ן אויבערשטן אַליין
מעג מען אריינפֿאַלן אין אַ סוכות?
ס'איז דא היינט אַ באַגריף, וואָס ווערט ערגער פון יאָר צו יאָר, אַז דער מענטש איז קיינמאל נישט מיט זיך, ווייל ער האָט שטענדיג זיין טעלעפאן און מ'קען אים אַלעמאָל כאַפּן. ער איז אייביג 'אוועלעבלי פאר דעם חבר און פאר יענעם חבר, און ער איז קיינמאל נישט מיט זיך אַליין... די מומחים וואָס טוען אין שלום בית רעדן זיך שטאַרק אָפּ אַז דאָס איז אַ גרויסער פּראָבלעם, דער מענטש פארשטייט נישט אַז ווען ער קומט אַהיים דאַרף ער זיין 'דא'...
אהבה
ממש דער זעלבער פּראָבלעם איז דא לגבי אונזער קשר מיט'ן רבוש"ע. מ'איז פשוט נישט צוגעוואוינט צו זיין אַליין מיט'ן רבוש"ע אפילו אויף עטליכע מינוט. ווען דו זאָגסט הייליגע דיבורים פון פסוקי דזמרה, הלל, אָדער הושענות, פאַרװאָס דארפסטו יעצט נוצן דיינע אויגן זיך אַרומצוקוקן? דעק זיך איבער מיט'ן טלית! זיי יעצט בלויז מיט'ן אויבערשטן. רעד מיט אים, זיי מיט אים.
די טעג פון סוכות זענען ימי אהבה. מיינט אַז קיינער הערט נישט און קיינער זעט נישט; קיינער איז נישטא דא, נאר איך מיט'ן רבוש"ע; איך רעד זיך דורך מיט אים. דאָס ברענגט שפירן דעם קשר.
געטוישט טעלעפאן נומער אויף סוכות...
דער געפיל איז נישט עפּעס וואָס באַלאַנגט נאר פאר יענעם עלטערן פאַרצייטישן איד... יענער איד האָט עס טאַקע ווייל ער האָט עס קיינמאל נישט פאַרלוירן, אָבער אין אַכציג יאָר אַרום וועסטו זיין דער פאַרצייטישער איד... דו מוזט עס האָבן אַלס א חלק פון דיין אידישקייט!
איך האָב היינט מיטגעהאַלטן ווי אַ איד איז געווען פאַרנומען זיך איינצוהאַנדלן אַ נייעם טעלעפאן נאר אויף חול המועד. ער דאַרף אן אַנדערע נומער וואָס קיינער קען נישט, ווייל ס'קומט סוכות, און ער האַלט נישט דערביי אַז יעדער זאָל אים קענען כאַפּן און רעדן מיט אים... איך וויל יעצט זיין מיט'ן רבוש"ע! תהלים און רעדן צום רבוש"ע, און אפילו אויב עס עפנט זיך אויף אַ קאַפּיטל פון פסוקי אהבה, איז עס נישט ח"ו קיין קלות ראש, ווייל די אהבה איז אָנגעפולט מיט יראה, דו ווערסט יעצט נענטער!
דער סימן אויף אויסגעהאלטענע אהבה
ווען צדיקים האָבן געזאגט אַז "אהבה אן יראה איז גאָרנישט" האָבן זיי גערעדט פון אַ מצב ווען דער מענטש איז געקומען דאָ צו האָבן פֿאָן... אויב אַ איד וועט אַלעמאָל בלייבן מיט יראה אָן קיין אהבה, דעמאָלט ווען ס'גייט אים אונטערקומען אן עת נסיון, האָט ער נישט קיין ריכטיגן קשר: "דער אויבערשטער שלאָגט. ביזט זיכער אַז ער שלאָגט? יא, אַזוי שטייט אין אַלע ספרים". אָבער ס'קומט צו אַ פּונקט וואָס דער מענטש זאָגט: "איך האָב נישט קיין כח, מ'וועט באַלד זען"... אָבער אויב דו האסט אַן אינערליכן קשר מיט'ן רבוש"ע, ווילסטו פשוט נישט מצער זיין די שכינה.
אויסנוצן די ימי אהבה פון סוכות
דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן אַ לעכטיגן יום טוב פון 'וימינו תחבקינו', דאָס איז דאָך דער גאַנצער ענין פֿאַרוואָס מ'גייט אריין אין דער סוכה. יעדע זאַך וואָס מ'טוט אין דעם יום טוב צו בויען דעם קשר מיט'ן רבוש"ע, ווייל מ'וויל זיין נאָנט, ברענגט אויטאָמאַטיש יראת שמים! זאָג שיר השירים מיט טייטש, אָבער קיינער זאָל נישט זיין נעבן דיר. לערן עס מיט רש"י. מען באַקומט דאך אַזויפיל יראת שמים פון די רש"ייס אין שיר השירים! דאָס איז נישט אהבה אָן קיין יראה! ניין, דאָס איז אהבה מיט יראה! ווייל בשעת די שמחה שפירט ווען אַ מענטש האָט 'אהבה אָן קיין יראה' איז דאָס אַביסל גלייך צו צוויי מענטשן וואָס פארברענגען ביז די טיפע שעות פון די נאַכט, און איינער הייבט זיך אן עפענען פֿאַרין צווייטן, ער דערציילט אים פּערזענליכע זאכן. און דער צווייטער טראַכט צו זיך: "אָה, דאָס איז סחורה... לאָמיר אים רעקאָרדירן... איך האָב דאָ באמבעדיגע סודות וואָס קומען אַרויס". בשעת יענער פארציילט זיינע פּערזענליכע זאַכן טראַכט ער אַגאַנצן צייט: "וואָס קען איך טון מיט דעם? כ'מיין אַז מ'קען אפילו מאַכן געלט דערפון"... דאָס באַדייט אַז דו האסט אויסגענוצט דעם מצב פון אהבה, כדי אַרויסצושלעפן פון יענעם. דיין גאַנצע אינערליכע כוונה איז אַלעס געווען ווייל דו ווילסט פורק עול זיין, און דערפֿאַר ביזטו געווען נאָנט! דאָס איז אַ שרעקליכע נידריגקייט, ה' ירחם.
טאנצן מיט געפילן איז אַ געוואלדיגע עבודת ה'
אָבער מ'קען טון די זאַך ריכטיג, מיט'ן תכלית צו בלייבן נאָנט מיט'ן רבוש"ע. אָפּגעזען אין וועלכע מצב דו געפינסט זיך, כאָטש דו ווייסט פּונקטליך דיינע יצר הרע'ס, אָבער יעצט שטייסטו מיט פארמאכטע אויגן און דו טאַנצט פאר צוויי מינוט: "רבוש"ע, איך פריי זיך מיט דיר, איך שעם זיך פון מיינע מעשים, אָבער איך פריי זיך אַז איך בין אַ איד, אני לדודי ודודי לי", דאָס איז אהבה מיט יראה! דאָס איז אַ הייליגע אהבה וואָס וועט אַריינגיין ביי דיר אין נפש, ס'וועט דיר ברענגען אַזויפיל יראת שמים!
דער אויבערשטער האָט געמאַכט אַז אונזער נפש זאָל זיין אָנגעפולט מיט הרגשים און לעבעדיגע געפילן. מ'קען נישט דינען דעם אויבערשטן טרוקענערהייט, ווייל נאכדעם פארלירט מען זיך בשעת נסיון. דוד המלך האָט געטאַנצן און געמאַכט אַלע סאָרט תנועות פאר דער תורה, ודוד מכרכר ומפזז בכל עוז, און ווען מיכל האָט מזלזל געווען אין אים אַז דאָס איז נישט לפי כבודו, איז דאָס געווען אַ גרויסער חטא: וואָס הייסט דו ביזט מזלזל אין דעם וואָס דוד המלך טאַנצט פאר דער תורה?!
אַ מענטש קען ביי שמחת בית השואבה, אָדער ביי די הקפות, אביסל אַרויסגיין פון די כלים, ווייל ער טראַכט: "דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן א תורה, אשר נתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו, איך ווייס דעם אמת!". וויאזוי ווייס איך דעם אמת? ווייל ליידער קען איך עס פון ביידע זייטן. דער פסוק זאָגט יראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה', איך האָב שוין געזען די ברכה און די קללה, און טאַקע דערפאר געדענק איך שטאַרק אַז 'וחיי עולם נטע בתוכינו'. ער לאָזט זיך טאַנצן, ער לאָזט זיך אַביסל אַרויסגיין פון די ראַמען. דאָס איז א שמחה געווייקט אין יראת שמים!