Skip to content
האזינו השמים - אידיש

פתיחה לזמן החורף בישיבתינו הק' (ח"א)

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

חשון תשנ"ו – קרית קאשוי יצ"ו

העיקר הוא לעבוד

איך וויל רעדן וועגן ... די אלע ענינים פון מיינע רבי'ס, דער חתם סופר און זיינע תלמידים. דער חתם סופר האט אנפאנג זמן געזאגט ווערטער פון פתיחה, מיט דברי אגדה. לכאורה, אויבנאויף, ווי קען זיין א מציאות מען זאל קענען דורכרעדן יעדע זאך? די זאכן וואס זענען די וויכטיגסטע עניינים, אויך, לכאורה, דאס איז א זאך וואס ברויך געדויערן צייט. פארוואס האבן זיי זיך יעדן אנפאנג זמן גענומען זאגן א שעה, צי אפשר נאכמער ווי א שעה, וואס קען מען שוין אויסשמועסן אין די צייט.

די בחינה איז טייטש אזוי, מען רעדט דאך א גאנצן זמן אויך מוסר, שבת און יום טוב רעדט מען דברי אגדה, איז דאך טייטש אז א גאנצן זמן זאגט מען אויך. ווען מען זאגט די פתיחה געט מען א ריר אן יעדע זאך אביסל, די אלע זאכן וואס מוזן האבן א השגחה. מען זאגט נאר איין ווארט – אבער דאס איז נישט טייטש איין ווארט – אין איינעם ווארט זאגט זיך הונדערטער ווערטער.

דאס איז אן ענין אז יעדע זאך האט אן אנפאנג, פון אנפאנג מוז א מענטש וויסן, רש"י ברענגט עס אויך אין משלי, אסאך מאל א מענטש דאכט זיך וואס וועט זיין, די הייליגע תורה איז דאך געוואלדיג גרויס, רש"י (משלי יז, כד) זאגט דאס משל, אזויווי איינער וואס הייבט אן מסכת שבת, פיר און צוואנציג פרקים, דאס איז דאך זייער אסאך, וויאזוי קען מען דאס עפעס קונה זיין? זאגט ער ניין, איך וועל גיין אין די רייע, איין פרק, נאך א פרק און נאך א פרק, און דער אויבערשטער העלפט.

אזוי גייט אויך די גאנצע עבודת ה', א מענטש הייבט אן, קוים וואס מען קומט אראפ אויף דעם עולם איז שוין דער חיוב אויף א אידישע נשמה צו וויסן אז עס איז דא א נשמה אויף די וועלט. גרויסע צדיקים האב שוין, פון דעמאלט אן זענען זיי שוין געווען עובדי ה' געהעריג. אבער מיר ווייסן אז יעדעס אידישע קינד וואס ווערט נאר געבארן, איז ער שוין אן עובד ה', וואס ער טוט, ער הייבט אן זאגן א ווארט, אן אות, הייסט ער שוין אן "עובד ה'", ער האט אין זיך די גאנצע תורה, און ער האלט יעצט ביים אנהייב.

איז דאך דאס וואס רש"י זאגט, וויאזוי קומט מען אן צו די אלע זאכן? מען זאל זיך נישט דערשרעקן, זאלסט וויסן, דער אויבערשטער העלפט. מען גייט אין די רייע. איך טו לויט מיינע כוחות, לויט ווי דער אויבערשטער איז מיר חונן דעת אין תורה און עבודת ה', און מען וואקסט אזוי. מען העלפט אים, מען העלפט אים, און מען העלפט אים.

לאמיר האפן צום באשעפער מען זאל נישט בלייבן, אז מען זאל נישט בלייבן אויף איין פלאץ.

פון אנהייב אן איז עס נאר דער חסד פונעם אויבערשטן. דאס טייטשט, עס איז טאקע א גרויסע תורה, אבער מיט די חסדים פונעם אויבערשטן - "שבענו בבקר חסדך", "בקר" איז דאך אנהייב, ווען מען הייבט אן טון עבודת ה'. "שבענו בבקר חסדך", קום זעטיג דיך מיט דיין חסד, "ונרננה ונשמחה בכל ימינו", און א גאנצן לעבן זאלן מיר זיצן און פרייען זיך צו טון וואס דו בעטסט פון אונז.

ימי העליי

מען האט שוין אמאל גערעדט און מעורר געווען אן ענין וואס די ספרים הקדושים זאגן, עס איז פארהאנען ביי א מענטש דריי זמנים, עס איז דער זמן וואס רופט זיך "ימי עליה", יארן וואס מען שטייגט און מען וואקסט. נאכדעם זענען דא "ימי עמידה", דאס זענען די טעג וואס מען שטייט. דער דריטער זמן, זאגן זיי א נאמען, "ימי ירידה". אבער ביי אידישע קינדער איז דאס ווארט "ירידה" נישטא. ביי אידן איז "והיית רק למעלה ולא תהיה למטה" (דברים כח, יג), ביי אידישע קינדער איז נישטא קיין בחינה פון ירידה, מיר מוזן אלץ שטייגן. מען קען נישט בלייבן אויף איין פלאץ, מען רוקט זיך ווייטער. אויף איין פלאץ, זאגן זיי, הייסט שוין א ירידה.

לכאורה, פארוואס דארף מען עס איינטיילן אין די הייליגע ספרים אזא מין זאך ווי ימי ירידה. דאס מסביר צו זיין, אז ביי א מענטש איז דא די דריי בחינות אויף דעם אופן.

דער ערשטער אופן איז וואס מען וואקסט, מען הייבט אן, אזויווי איך האב פריער געזאגט, פון ווען ער איז נאך א פיצל קינד אפילו, ער גייט שוין אריין "ימי עליה", ווען ער גייט אריין אין ברית קודש איז דאס שוין א געוואלדיגע התקרבות צום באשעפער, ער איז זיך מדבק אין בורא כל עולמים ווען ער איז אלט אכט טאג, און ער איז שוין אין שויס פונעם בורא כל עולמים, א מענטש איז גאר נישט משיג וויאזוי דאס איז. און אזוי גייט ער ווייטער.

איז דא די "ימי עליה", דאס גייט, איינס נאך איינס. דער אויבערשטער זאל העלפן, מען איז שוין אויף א שטיקל וועג, מען האט זיך שוין אנגעזאפט אביסל מיט תורה, מיט ערליכקייט, מיט יראת שמים, און מיט עבודת ה', איז עס שוין אן ענין פון "עמידה", ער ווייסט זיך צו שטעלן. א מענטש וואס האלט זיך, ער האלט זיך פעסט.

און נאכדעם "ימי ירידה" איז טייטשט אז ער לאזט זיך אראפ. לויט זיינע מדריגות, אלע צדיקים אין אלע דורות האבן זיך אראפגעלאזט. וויאזוי האבן זיי געקענט מדריך זיין אידישע קינדער, ער איז א גרויסער, וויאזוי קען ער רעדן צו א קליינעם? ער לאזט זיך אראפ פון זיין בחינה, ער זאל ארבעטן אויף די קליינע. ער ארבעט אויף אידישקייט, ער ארבעט אויף תורה, עבודת ה'.

פלעג איך זאגן אז דאס איז דאס ענין, נישט חלילה זאלסט זיין א יורד, ירידה איז נישטא, נאר אראפלאזן זיך, כאטשיג ער איז א גרויסער מענטש, ער קען די גאנצע תורה, ער קען ש"ס בבלי און ירושלמי, אבער ער מוז זיך אראפלאזן, מיט א קינד אז ער לערנט א משנה מוז ער זיך צו אים אראפלאזן און זאגן פשט אין די משנה. דאס זענען די דריי זמנים וואס זענען איינגעטיילט.

דאס איז ביי יעדן מענטש, ביי אלע אידישע קינדער, יעדער לפי דרגא דיליה, נישט יעדער איז אייניג. איינער וואקסט הויך, ביז ארויף, און איינער נישט אזוי הויך, אבער אין הימל איז נישט פארהאנען אזא זאך, אין הימל האט אלעס א געוואלדיג חשיבות, יעדער לויט זיין פלאץ, יעדער האט אין הימל זיין חשיבות. אז ער איז נישט אנגעקומען אויף דעם פלאץ, איז פון הימל נישט געווען באשטימט אז ער זאל זיין דווקא דער גרעסטער מענטש פון כלל ישראל. אבער ער איז גליקליך אויף דעם וואס דער אויבערשטער האט אים אוועקגעשטעלט, אז ער האט די זכיה, ער איז צופרידן. איך לערן ב"ה, איך לערן יעדן טאג, איך לערן מיט מיינע קינדער, איך לערן מיט אן אנדערן. איז דא די דריי בחינות פון די טעג.

עס קומט אנהייב זמן, מען גייט לערנען א מסכתא, מען וויל קענען די גאנצע מסכתא, וכדומה, מען האלט דאך יעצט ביים אנהייב, מען האפט דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין ימי עליה, מען זאל שטייגן, מען זאל קענען אלעס, און נאך און נאך, און מען זאל קענען שטיין אויף די אייגענע פיס, ביז איך וועל ווערן א משפיע. א איד איז נאכנישט גענוג אז ער קען, אז איך קען איז נאכנישט גענוג, איך וויל אז יענער זאל אויך קענען. איך זאל זיין א משפיע פאר יענעם. איינער איז משפיע פאר זיינע קינדער, און איינער איז משפיע פאר זיינע תלמידים, און איינער איז משפיע פאר זיינ'ס א חבר. יעדער האט אין זיך א כח משפיע צו זיין.

יעדער איז פון הימל געבעטן ער זאל זיין א משפיע. נישטא איינער וואס זאל זאגן, רבונו של עולם דו האסט מיך אוועקגעשטעלט אזוי אז איך זאל זיצן און קוקן אויף די לופטן, אזוינס איז נישטא. יעדער האט דעם כח ההשפעה. און דאס איז וואס איך בעט פון יעדן טאטן ער זאל מדריך זיינע קינדער אויפ'ן ערליכן וועג. און איך זע כסדר וואס זיין כח השפעה איז. אין דעם וועג וואקסט ער אליין, און ער וואקס אז ער זאל קענען משפיע זיין פאר'ן צווייטן אויך.

דאס קען זיין די כוונה פון דעם מדרש כפשוטו, "כשם שהן תמימין כך שנותיהן תמימין". די גמרא זאגט דאס לשון – די גמרא רעכנט אויס די נביאים וואס האבן אוועקגעשטעלט די גאנצע תורה אויף צוויי דריי יסודות – "בא חבקוק והעמידן על אחת", חבקוק הנביא האט אוועקגעשטעלט, אויף וואס? "צדיק באמונתו יחיה". דער וואס ער גייט מיט אמונה, ער גלייבט אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן. איך בין נישט דערשראקן, איך וועל קענען, איך וועל וואקסן, און איך וועל זיין אן ערליכער. "באמונתו יחיה".

"להגיד בבקר חסדך", "בקר" הייסט ווען מען הייבט אן מיט עבודת ה', צי פון אלץ פיצל קינד, צי שפעטער, יעדער איד ווען ער קומט אויף א העכערע הדרגה, שפעטער גייט ער העכער, "הראנו בבקר חסדך", דעמאלט איז "ואמונתך בלילות", ווייל ער גייט מיט אמונה. "לילות" הייסן אזעלכע טעג וואס ער איז נישט אזוי .... דער מענטש פארשטייט נישט צו סאך, אבער עס איז נישט, "ואמונתך בלילות", אפילו ווען עס שווער. מען וואקסט נישט אויפאיינמאל א גדול בישראל, מען מוז שוויצן. מען גייט דורך אסאך, א מענטש קען זיין אז ער נכשל געווארן, ער איז זיך טועה אמאל, אבער דאס איז גארנישט, דאס איז דער תפקיד.

איז "צדיק באמונתו יחיה", "באמונתו", אלעמאל איז מען מיט די בחינת אמונה. איך האלט דא? ... האלטן ווייטער. לכאורה איך וואלט שוין געוואלט האלטן ווייטער, איך וואלט שוין געוואלט וואקסן, אבער "צדיק באמונתו יחיה", איך טו מיינס, איך לערן.

דאס איז דער יסוד פון אידישע קינדער. יעדער אן אויסנאם איז אזוי. יעדער איינער. מען האט יעדן אוועקגעשטעלט וויפיל ער זאל משפיע זיין, איינעם האט מען אוועקגעשטעלט ער זאל משפיע זיין אויף זיינע קינדער, איינעם האט מען אוועקגעשטעלט ער זאל משפיע זיין אויף תלמידים, איינעם האט מען אוועקגעשטעלט ער זאל זיין א משפיע אויף אסאך מענטשן. יעדער איינער האט זיין פלאץ, און יעדער איינער דארף זיין גליקליך, "כשם שהן תמימין", זאגט דער מדרש, די וואס זיי זענען תמימין, זיי שטייען נישט אויף איין פלאץ, היינט איז ער אזוי און מארגן איז ער בעסער, און אזוי איז כסדר, "כך שנותיהן תמימין", העלפט דער אויבערשטער אז די יארן זאלן אויך זיין גאנץ – יעדער צדיק, יעדער איינער וויל עפעס אויפטון מיט זיינע יארן. איינער טוט אויף אז ער האט ב"ה גוטע קינדער. ער זאל האבן בטחון אין די יארן, נישט ער זאל טראכטן אז די יארן לויפן אויף גארנישט.

דאס איז די ערגסטע זאך, נאך א זמן וואס ער איז דורך אן קיין השלמה – איך האב דעם טאג פארפעלט, איך האב גארנישט געטאן דעם טאג, איך האב נישט געדאווענט געהעריג, איך האב נישט געלערנט געהעריג, דער טאג איז באמת גארנישט, דאס האט נישט קיין השלמה, פארוואס? וואס, ער וועט זאגן אז ער וועט עס מארגן משלים זיין, עס איז נישטא האט נישט קיין השלמה, נאר פשוט בתורת תפלה, מען בעט דעם אויבערשטן, "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען משלים זיין, איך זאל וואקסן, איך זאל קענען זיין הולך בדרך ה', רבונו של עולם, העלף מיך עס זאל יא זיין א השלמה, איך זאל קענען אויפטון".

דאס איז די בחינה, וואס מען גייט צו דערמיט אנפאנג זמן, און דאס איז כסדר, אנפאנג זמן, אנפאנג חודש, און אנפאנג טאג, און אנפאנג וואך, אלעמאל איז אנפאנג, א איך דארף אייביג גיין מיט די אז עס איז דורכגעגאנגען נעבעך א זמן וואס איך האב נישט גוט געטאן, אבער איך ווער נישט דערשראקן, איך גיי ווייטער, דער אויבערשטער וועט מיך העלפן. מיט דעם יסוד גייט ער, "וצדיק באמונתו", "כך שנותיהן תמימין".

און דאס ווערט צעטיילט פארשטייט זיך אויף כמה הדרגות. דער ערשטער עיקר, איבערהויפט ביי בחורים וואס האלטן ביים אנהייב, איז דאס דער יסוד, די צוויי ווערטער, די צוויי ווערטער הייסט "תורה" און "תפלה". "הקל קול יעקב", דער קל קול יעקב איז צוויי קולות, א קול פון תפלה און א קול פון תורה. דאס איז אונזער כח. "הקל קול יעקב", זאגט דער מדרש, אז דו ווילסט גיין צעברעכן עשו ער זאל נישט האבן קיין שליטה, צעברעכן דעם כח השליטה פון די סטרא אחרא און עשו, איז נאר מיט "הקול קול יעקב", תורה און תפלה. דער עיקר, די ערשטע זאך, איז תורה. מען לערנט און מען לערנט און מען דינט דעם אויבערשטן, ידיעות ווערן מער, און די פעולות ווערן מער, יעדע זאך, דאס איז די גרעסטע זאך, אן קיין תורה איז נישטא גארנישט.

דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט וועגן ישראל און וועגן תורה. "בראשית ברא אלקים, בשביל ישראל שנקראו ראשית ובשביל התורה שנקראת ראשית". וועגן אידישע קינדער און וועגן די תורה. דאס איז דער תכלית הבריאה אויף די וועלט, די אלע קליפות און די אלע רשעים און אלע כאלערעס דאס איז אלעס ענינים וואס א מענטש פארשטייט נישט, אבער עכ"פ דאס איז דאס.

התמדת התורה

יעצט, קומט אויס אז די ערשטע זאך איז תורה און תפלה. זעץ דיך לערנען, מען איז זיך משלים, מען וואקסט, נישט שטיין אויף איין פלאץ, און אזוי צעביסלעך, יעדע וואך, פאריגע וואך איך האב ב"ה צוגעלערנט צוויי בלאט גמרא תוספות, איך האב ב"ה צוגעלערנט חומש רש"י, יעדער מענטש ווען ער האט זיך אויפגעפלאמט, באקומט ער נאך תורה, דאס איז דער עיקר, דו זאלסט לערנען, דאס איז דער תכלית, נישט ח"ו צעברע כן די צייט להבל וריק, מיט גארנישט.

די היינטיגע דורות זענען דאך שוואך געווארן, מען קען נישט בעטן היינט וואס מען האט געבעטן פאר טויזנט יאר, צי פאר פינף הונדערט יאר. חוץ דעם וואס אלע ספרים הקדושים זאגן דאך אז עס איז אונז נישט געגעבן די כוחות וואס מען האט אמאל געהאט, זיי זענען נישט געגעבן געווארן צו אונז, מיר זענען אין גלות. אבער וואס דען, מען שאצט וויפיל מען קען, שפעטער האט מען ווייניגער, מען האט נישט קיין כח אזויפיל.

די ערשטע זאך צו חשיבות התורה איז אז מען זאל נישט פארשפילן דעם זמן. משלים זיין, אז עס איז נישטא קיין זמן איז נישטא קיין סדר; אז עס איז נישטא קיין סדר איז נישטא קיין כח צו געדענקען און צו זיך שארפן, מען מוז זיין מסודר, איך מאך מיין סדר היינט אזוי, דעמאלט און דעמאלט לערן איך דעם שיעור, און דעמאלט דעם אנדערן שיעור.

איך פלעג אלץ נאכזאגן וואס דער שינאווער רב האט געזאגט, אמאל זענען געווען מענטשן וואס האבן געקענט לערנען ממש ... עס איז שווער, דריי שעה, מיר האבן געלערנט א שיעור, א שיעור וואס מען ברויך קאפ, נישט סתם, קען ער נישט משיג זיין, זאל ער נעמען א צווייטן שיעור וואס איז גרינגער און זיך אויסרוען דעם מח. מיר זענען דאך נישט שטארקע כוחות, אז מען זעט אז דער קאפ האלט אים שוין שווער, נישט יעדער איז אזוי פאר דריי שעה, זיין מח נאך צוויי שעה איז שוין אויך אויסגעמאטערט, טוישט ער. ער זאל נעמען א חומש, חומש רש"י פאר א האלבע שעה, צי א דריי פערטל שעה, דעם קאפ צו אויסלופטערן. נישט אז ער זעצט זיך אראפ און לייגן די פיס אויפ'ן טיש, און ער הייבט אן ... אזוי גייט דורך א טאג און איך ווייס אז איך האב ב"ה געלערנט, איך האב געלערנט דעם שיעור, איין שיעור, און נאכדעם האב איך געלערנט דעם צווייטן שיעור, איך האב געלערנט אויך א שיעור אין שלחן ערוך, ווייס איך יעדן טאג אז איך האב געלערנט, און אויך ווייס איך אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן. אפילו ער זעט נאכנישט אויף די מינוט אז ער זאל שוין קענען אלעס, אבער עס איז גארנישט, דאס איז דאס ענין פון לימוד תורה, תורה מיט התמדה, תורה א חברותא.

דאס איז איינע פון די זאכן, יעדער מענטש איז אנדערש. דער אויבערשטער האט נישט באשאפן צוויי מענטשן אייניג, מען קען זען די קריצן פון די הענט, מען האט שוין גערעדט פון דעם אז בשעת הבדלה זאל מען נישט קוקן די קריצן, עס זענען נישט פארהאנען צווישן מיליאנען מענטשן, עס קען נישט זיין, צוויי מענטשן וואס האבן די זעלבע קריצן. עס קען נישט זיין אזא זאך. דער בורא כל עולמים וואס ער קען אלעס, ער האט באשאפן די וועלט, זאל נישט איינער מיינען ביי זיך אז ער איז עפעס, ווייל דעמאלט ווייסט מען אז ער איז א גארנישט. ער איז נאר א יחיד.

עכ"פ, מוז מען וויסן די בחינה, די צייט מוז מען, נישט אוועקווארפן די צייט, אז מען ברויך לערנען אזויפיל שעה און אזויפיל שעה, מוז איך דאס מאכן, איך קוק אריין אין א ספר, איך קוק אריין אין דברי אגדה, דאס הייסט אויסגערוט, און דערנאך גייט מען ווייטער.

More in this printout

View the whole printout