Skip to content
האזינו השמים - אידיש

סדר חג הסוכות הבעל"ט מסודר לפי פסקי ומנהגי רביה"ק זי"ע

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

נספח לפי בקשת אנ"ש שיחיו

סדר חג הסוכות הבעל"ט מסודר לפי פסקי ומנהגי רביה"ק זי"ע

עס איז אן ענין היינט צו געבן מער צדקה'.

ביי שחרית זאגט מען נישט "למנצח יענך" און אויך נישט "תפלה לדוד" און "בית יעקב"2.

אויב די סכך ליגט אויף די סוכה א גאנץ יאר, זאל מען אויפשאקלען די סכך.

מען פירט זיך אויפהענגען ביי די נוי סוכה: וויין; אויל; מעל; וואסער; האניג; עפל; אתרוגים.

די נוי סוכה אויפן דאך זאל נישט זיין אפגערוקט מער ווי 15 אינטשעס ווייט פון די סכך3.

אויב מ'וועט מעגליך נוצן אום יו"ט א לייטער [פאר שלאק וכדומה, איז בעסער צוצוגרייטן א בענקל אדער א קליינע שטוב לייטער4.

פון חצות 12:55 זאל מען זיך נישט וואשן און אויך נישט עסן קיין מזונות.

אפברענען ליכט אויף צוויי טעג5.

מען בינדט די לולב נאך די מקוה (זע סדר אין הערה").

פאר'ן זמן איז כדאי צו מאכן א תנאי מ'זאל זיך מעגן באנוצן מיט די נוי סוכה. [עי' הלשון בהערה"].

פאר'ן זמן עפענט מען די שלאק.

מען דארף צינדען תיכף ביים זמן ווייל עס איז ערב שבת.

ווי מ'קומט אריין אין די די סוכה, פירט מען זיך צו זינגען צום ערשט שלו' עליכם, דערנאך זאגן די אושפיזין".

מען דארף אינזין צו האבן ביי די ברכה לישב בסוכה מקיים צו זיין מצות סוכה, און אויך די טעם פון די מצוה צו דערמאנען און געדענקען אז די אידן אין מדבר האבן געוואוינט אין ביידלעך און אויך זענען זיי געווען ארומגענומען מיט די ענני הכבוד". אויך אינזין האבן אז די ברכה איז אויפן עסן, שלאפן און דאס אויפהאלטן זיך אין סוכה ביז די קומענדיגע מאל ווען מ'וועט מאכן די ברכה.

קינדער זאלן מאכן לישב בסוכה נאך בורא פרי הגפן פון קידוש. [פרויען מאכן נישט די ברכה].

מ'דארף עסן די המוציא לכתחלה אזוי גרויס ווי א כביצה און בדיעבד ווי א כזית 10 מ'דארף עס אויפעסן אין איין צו אן קיין הפסקה, בתוך צוויי און מערסטנס ניין מינוט, בעסער אראפצשלינגען די גאנצע כזית אויף איינמאל11.

אויב מ'פארגעסט יעלה ויבא ביים בענטשן: אויב דערמאנט מען זיך ווען מען האלט פאר דעם שם פאר די ווערטער בונה ברחמיו ירושלים, גייט מען צוריק צו יעלה ויבא12. אויב דערמאנט מען זיך ווען מען האט שוין ארויסגעזאגט דעם שם פאר די ווערטער בונה ברחמיו ירושלים, ענדיגט מען צו ביז "ירושלים אמן"13 און מען זאגט די ספעציעלע ברכה - "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם אשר נתן ימים טובים לעמו ישראל לששון ולשמחה את יום חג הסוכות הזה ברוך אתה ה' מקדש ישראל והזמנים"14 אזוי אויך אויב מען דערמאנט זיך ווען מען האט שוין געזאגט ביז נאך "ירושלים אמן", זאגט מען די דערמאנטע ספעציעלע ברכה15.

אויב האט מען שוין אנגעהויבן די קומענדיגע ברכה אפי' נאר מיטן ערשטן ווארט "ברוך", דארף מען איבערבענטשן פון אנהייב16. אויב האלט מען שוין ביי די דריטע סעודה אין דעם זעלבן טאג, בענטשט מען נישט איבער17.

פרויען זאלן בכלל נישט איבערבענטשן 18.

ביים סוף בענטשן זאגט מען [ביידע טעג יום טוב, אזוי ווי אלע ימים טובים] "הרחמן הוא ינחילנו ליום שכולו טוב", און "הרחמן הוא יקום לנו את סוכת דוד הנופלת" [ביז נאך הושענא רבה"], און אויך "הרחמן הוא יחדש עלינו את השנה הזאת לטובה ולברכה" [פון ראש השנה ביז נאך שמחת תורה].

בסוכה

עס ווערט געברענגט אז די קדושה פון די סוכה איז זייער גרויס, דערפאר דארף מען ווי ווייניגער רעדן דברי חול דארט20 נאר ענינים פון תורה און קדושה, און אודאי נישט קיין לשון הרע און אנדערע אסור'דיגע רייד 21.

מען טאר נישט אריינברענגען קיין מיאוס'ע זאכן אין די סוכה22 גענוצטע טעלערס [און אודאי טעפ אדער שיסלעך] זאל מען תיכף ארויסטראגן פון די סוכה. אויך זאל מען נישט ארויסטראגן די מיסט דורך די סוכה.

מען ברענגט נישט אריין קיין גוי אין סוכה23.

מענער [און קינדער פון פינף יאר און העכער] זאלן גארנישט עסן און טרינקען חוץ לסוכה24.

יעדעס מאל ווען מ'וואשט זיך צו א סעודה, מאכט מען די ברכה לישב בסוכה באלד נאך המוציא, [שבת און יו"ט - ביי קידוש, אויך בייטאג]. מ'זאל עסן ביי די סעודה מער ווי די גרויס פון אן איי25 [בתוך 4 / 9 מינוט]. מ'קען אבער נאר מאכן די ברכה אויב מ'איז געווען אינדרויסן פון די סוכה זייט די פריערדיגע סעודה צו ערלעדיגן עפעס [נישט בדרך ארעי]26.

פאר מ'מאכט די ברכה זאל מען אינזין האבן צו פטר'ן אלעס וואס מ'וועט טון אין סוכה [זיצן, שלאפן וכו'] ביז צו די קומענדיגע סעודה27. [בפרט דארף מען דאס אינזינען האבן אויב מ'גייט אריבער אינמיטן די סעודה צו אן אנדערע סוכה 28, אדער מ'גייט שלאפן אין אנדערע סוכה29.

אויב האט מען פארגעסן צו מאכן די ברכה אנהייב סעודה, ביז מען האט זיך נישט געוואשן מים אחרונים זאל מען מאכן די ברכה און עסן נאך א כזית ברויט-חלה30.

אויב האט מען געמאכט לישב בסוכה ווען די שלאק איז געווען פארמאכט, דארף מען איבערמאכן די ברכה ווען מ'עפנט עס31.

אויב איז מען מסופק צי מ'האט געמאכט א לישב בסוכה, זאל מען נישט איבערמאכן און מ'קען ווייטער עסן 32. ס'איז אבער בעסער נישט צו עסן ווייטער קיין ברויט נאר אנדערע זאכן. אויב מ'וויל עסן ברויט, זאל מען בענטשן און ארויסגיין פון די סוכה צו טון עפעס, דערנאך צוריקקומען זיך וואשן און מאכן נאכאמאל לישב בסוכה33.

לכתחלה איז בעסער נישט צו גיין צו אן אנדערע סוכה אינמיטן די סעודה 34. אין זעלבן הויז אדער זעלבן הויף וואס איז ארומגעצוימט, קען מען גיין 35.

אויב מ'גייט ארויס פון סוכה אינמיטן א סעודה צו דאווענען מנחה, מעריב אדער טון אנדערע זאכן, מאכט מען נישט נאכאמאל א ברכה ווען מ'קומט צוריק 36 לכתחלה איז בעסער נישט צו טון אזוי.

ווען מ'גייט צו אן פרעמדע סוכה נישט בתוך א סעודה, מאכט מען נישט קיין לישב בסוכה 37 מ'זאל אבער נישט עסן דארט קיין מזונות גרעסער ווי אן איי38. מזונות איז בעסער מ'זאל בכלל נישט עסן סוכות, אויב איז מען נישט געזעצן אין די סוכה פאר דעם, ווייל עס איז א ספק צי מ'דארף מאכן א ברכה לישב בסוכה"3- אויב וויל מען דוקא יא עסן, זאל מען מאכן א ברכה לישב בסוכה און בלייבן זיצן אין די סוכה נאכן עסן אביסל צייט. אויך איז גוט זיך נישט קובע זיין צו עסן אדער טרינקען עפעס נישט בתוך א סעודה], ווייל דעמאלט פאלט מען אריין אין א מחלוקת צי מ'זאל מאכן א לישב בסוכה40.

הושענא רבה

מען צוטיילט די סעודה בייטאג.

מ'טאר נישט טון קיין שום זאך צוצוגרייטן אויפן צווייטן טאג יו"ט41 בשעת הדחק מעג מען ארויסנעמען זאכן פון פריזער אויב ס'וועט נישט זיין ראוי צום נוצן אויב מ'וועט עס ערשט ארויסנעמען ביינאכט42.

שמיני עצרת

פאר'ן זמן טאר מען נישט טאן קיין שום מלאכה. נאכ'ן זמן אויב מ'וויל טון א מלאכה פאר קידוש זאל מען לכתחלה דאווענען מעריב און זאגן "ותודיענו".

אויב מ'האט נישט געדאווענט, מוז מען זאגן די ווערטער "ברוך המבדיל בין קודש לקודש".

צינדן ליכט ערשט נאכ'ן זמן. זאגן די ברכה "שהחיינו" ווי געווענליך אום יום טוב, (אלע ימים טובים אויסער שביעי און אחרון של פסח.)

מ'טאר נישט צוקלעבן ליכט צום לייכטער אדער שפארער, אבער מ'מעג ארויסקראצן די שיריים פון די אפגעברענטע ליכט. [יו"ט צינדט מען מיט איינע פון די ליכט וואס אויפן לייכטער, נישט מיט קיין סעפעראטן צינדער.]

פאר הבדלה לייגט מען צוזאמען די פייער פון צוויי ליכט אן צוקלעבן איינס צום אנדערן. [די ספעציעלע ליכט מיט צוויי קנויטן איז א נייע זאך און איז נישט כדאי צו נוצן.]

ביינאכט פאר'ן לייענען משנה תורה [אדער פאר'ן לערנען] גייט מען אין מקוה46.

דאס לייענען משנה תורה איז אן ענין עס זאל זיך ענדיגן ביי חצות.

נאכן לייענען איז מען מעביר סדרה די פרשה "וזאת הברכה" שמו"ת.

תהלים הייבט מען אן ביי חצות. קינדער וואס קענען נישט אויף זיין לאנג, קענען זאגן תהלים פאר'ן לייענען משנה תורה.

פאר הלל נעמט מען אראפ די דריי רינגעלעך וואס איז אויפן לולב. [מען לאזט איבער דעם רינגעלע וואס נעמט ארום דעם קוישל.]

די הושענות נעמט מען נאכן אראפלייגן דעם לולב. מען קלאפט די הושענות אינמיטן קדיש פאר "תתקבל".

ביז ביינאכט מוז מען אלעס עסן אין די סוכה!

מען גלאנצט נישט אויס די שיך. מען מעג זיי אפבארשטן אויב זיי זענען שמוציג.

שניידן די נעגל מעג מען אויב מען האט עס געשניטן אום ערב יו"ט, און אויך דער וואס פירט זיך צו שניידן יעדן ערב שבת ויו"ט.

פאר'ן זמן זאל מען ארויסנעמען אלע מוקצה פון טאשן.

מען מוז צינדען תיכף ביים זמן ווייל עס איז ע"ש. זאגן די ברכה "שהחיינו" ווי געווענליך אום יום טוב, (אלע ימים טובים אויסער שביעי און אחרון של פסח.)

ביי אלע תפלות פון נאך דעם היינטיגן מוסף, אויב מ'האט זיך טועה געווען און געזאגן "מוריד הטל" אנשטאט "מוריד הגשם", אויב דערמאנט מען זיך פאר דעם שם פון "ברוך אתה ה' מחיה המתים", גייט מען צוריק צו "מוריד הגשם"47. אויב דערמאנט מען זיך נאך זאגן דעם שם, האט מען יוצא געווען און מ'דארף נישט צוריקגיין 48.

מען מאכט קידוש אין די סוכה מיט מזונות קידוש במקום סעודה. די סעודה עסט מען אין שטוב.

מען צוטיילט די סעודה בייטאג.

פאר מנחה געזעגענט מען זיך פון די סוכה.

שמחת תורה

פאר'ן זמן טאר מען נישט טאן קיין שום מלאכה. נאכ'ן זמן אויב מ'וויל טון א מלאכה פאר קידוש זאל מען לכתחלה דאווענען מעריב און זאגן "ותודיענו".

אויב מ'האט נישט געדאווענט, מוז מען זאגן די ווערטער "ברוך המבדיל בין קודש לקודש".

צינדן ליכט ערשט נאכ'ן זמן. זאגן די ברכה "שהחיינו" ווי געווענליך אום יום טוב, (אלע ימים טובים אויסער שביעי און אחרון של פסח.)

מ'טאר נישט צוקלעבן ליכט צום לייכטער אדער שפארער, אבער מ'מעג ארויסקראצן די שיריים פון די אפגעברענטע ליכט. [יו"ט צינדט מען מיט איינע פון די ליכט וואס אויפן לייכטער, נישט מיט קיין סעפעראטן צינדער.]

פאר הבדלה לייגט מען צוזאמען די פייער פון צוויי ליכט אן צוקלעבן איינס צום אנדערן. [די ספעציעלע ליכט מיט צוויי קנויטן איז א נייע זאך און איז נישט כדאי צו נוצן.]

מוצאי שמחת תורה

מען לערנט די גמרא מסכת ברכות פאר זמן מנחה.

הבדלה: בורא פרי הגפן, המבדיל (נישט קיין בשמים און בורא מאורי האש).

די ווענט פון די סוכה און כל שכן די סכך זאל מען נישט לאזן בבזיון נאך סוכות, דהיינו לייגן צווישן די מיסט, אדער לייגן אויף א פלאץ וואו מענטשן וועלן טרעטן דערויף, וכדומה.

לשנה הבאה בירושלים!

More in this printout

View the whole printout