דרוש דורך תשובה ווערט מען געהאלפן
שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ: (הושע יד ב) איז בגימ' הוֹשַׁע עַבְדְךְ אַתָּה אֱלֹקֵי הַבּוֹטֵחַ אֵלֶיךְ (תהלים פו ב) ביידע זענען די מספר 1020, מען קען זאגן וואס איז די שייכות פון תשובה טאהן און ברקומען א ישועה? נאר כדי צו קענען האבן די ריכטיגע בטחון אין אויבערשטן, מוז מען זיין נאנט צו אים, אבער עבירות מאכן א מָסָך און האקט אפ און מאכט א שוואכקייט אין בטחון, דעריבער דארף מען תשובה טאן, און אזוי וועט דער מענטש ווערן א בּוֹטֵחַ אֵלֶיךְ, און מיט בטחון איז, הוֹשַׁע עַבְדְּךְ אַתָּה אֱלֹקִי, טוט אים דער אויבערשטער העלפן, דאס איז דער רמז אין דעם גימט' פון די הפטורה פון שבת שובה. (שמח זבולון תשפ"ו)