Skip to content
Pardes Yehuda

התפלה בר"ה שיתגדל ויתקדש שמיה רבא

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער עיקר התפלה אין ימים נוראים איז שיתגדל ויתקדש שמיה רבא אזוי שטייט אין תקוני זוהר תיקון ו' און אויך אז דער כסא זאל זיין גאנץ. דער הייליגע מהרש"א איז מסביר דעם פסוק: כי בחר ה' בציון אוה למושב לו (תהלים קל"ב י"ג) או"ה איז די אותיות א' פון כסא, און ו"ה פון שם הוי,' אזוי ווי עס שטייט אין סוף פרשת בשלח: כי יד על כס י"ה וואס דורך עמלק פעלט א א' פון כסא ווערט כס, און ו"ה פון הוי' וואס ווערט י"ה, און עמירה איז א לשון פון תפילה אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות כו.) פון פסוק ויעמוד פנחס ויפלל: (תהלים קו' ל') און דאס מיינט דער פסוק אך אם יו"ם או יומים יעמו"ד, אויב א מענטש איז מתפלל נאר אין די הייליגע טעג, איז לא יוקם, ווערט דער אויבערשטער נישט נקמה נעמען, נאר בתנאי כי כספו הוא: דער עיקר איז מען זאל גלוסטן אויף די אותיות - הו"א- וואס דורך אונזערע חטאים איז כסא און הוי' געווארן כ"ס און י"ה, וואס דער אויבערשטנ'ס נאמען ווערט ווערט גרויס, וועט זיין כס"א און הוי'. (ויגד יעקב פאפא)

More in this printout

View the whole printout