דער עיקר דארף א איד איז צו געבן א שבח והודאה פארן אויבערשטען פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אונז און אלעס וואס ער טוט איז נאר פאר אונז א טובה, אפילו מיר פארשטייען נישט ווייל אלעס איז מיט א פונקליכע חשבון, איך האט געקלערט אז דאס איז פשט יושב בשמים ישחק, אז דער אויבערשטער לאכט ווען מענטשן וואונדערן פארוואס זאכן פאסירן, אבער אין הימל ווייסט מען אז דאס איז דאס מיט א גענויער פלאן און לטובה, און ווייל דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד דארפן מיר גייען אין זיינע דרכים און אויך ליב האבן יעדן איד, און עס שטייט אז יום תרועה מיינט א לשון פון ריעות, אחדות, דעריבער ווינטשט מען אן גלייך ר'ה ביינאכט פאר יעדן א לשנה טבה, צו ווייזן מיר האבן יעדן ליב, און אז מען וועט האבן אהבת ישראל וועט דער אויבערשטער אונז אויך ליב האבן און אונז פארשרייבן א גוט יאר. (שמח זבולון תשפ"ז)
א גוט יאר. (שמח זבולון תשפ"ו)
ר"ה איז א יומא אריכתא
וּבַחֹדֶשׁ הַשְׁבִיעִי בְאֶחָד לַחֹדֶשׁ מִקְרָא קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם וגו' יְוֹם תְרוּעָה יִהְיֶה לָכֶם: (במדבר כט א) צו פארשטיין פארוואס שטייט בַיּחֹדֶשׁ הַשְׁבִיעִי בְ'אֶחָד לַחֹדֶשׁ, צוויי מאל דער אות ב' ב'חֹדֶשׁ און בְ'אֶחָד און עס שטייט נישט בְאֶחָד לַחֹדֶשׁ הַשְׁבִיעִי? נאר די תורה איז מרמז וואס די גמ' זאגט אז די צוויי טעג ר"ה איז איין לאנגע טאג, דאס מיינט בַחֹדֶשׁ הַשְׁבִיעִי, די צווייטער טאג פון חודש השביעי איז בְאֶחָד לַחֹדֶשׁ, איז איין טאג. און מען קען זאגן א שיינע רמז, מְקְרָא קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם, און יְוֹם תְרוּעָה יִהְיֶה לָכֶם איז בגימ' צוויי מאל רא"ש השנ"ה, אז ביידע טעג איז איינס און ביידע האבן דעם חיוב פון יוֹם תְרוּעָה און מִקְרָא קֹדֶשׁ. (צבי לצדיק בלאזוב)