וּבָאוּ עָלֶיךָ כָּל הַבְּרָכָוֹת הָאֵלֶּה וְהִשִׂינֶךָ כִּי תִשְׁמַע בְּקוֹל ה' אֱלֹקֶיךָ: (כח ב) פרעגט זיך א פליאה, פארוואס דארף שטיין דער ווארט וְהִשִׁינֶךְ וואס דאס איז לכאורה א כפל הלשון ווען עס שטייט שוין וּבָאוּ עָלֶיךְ כָּל הַבְּרָכָוֹת הָאֵלֶּה, אז די ברכות זענען געקומען צו דיר מיינט דאס וְהִשִׁינֶךְ? אויך פארוואס שטייט "כָּל הַבְּרָכָוֹת" הָאֵלֶּה און נישט סתם "הַבְּרָכָוֹת" הָאֵלֶּה? נאר עס איז ידוע די ווארט פון הייליגן בעל שם טוב אויפן פסוק כָל רֹדְפֶיהָ הִשִׂיגוּהָ בֵין הַמְצָרִים: (איכה א ג) אז אין די טעג פון די דריי וואכן די בין המצרים, דער וואס איז זיך מחזק אין עבודת ה' קען משיג זיין און ווערן נאנט צום הייליגן שכינה עכ"ד, קומט אויס אז די העכסטע זאך פאר א מענטש איז ער זאל דערגרייכן און זיין נאנט צום אויבערשטן, דאס שטייט וּבָאוּ עָלֶיךְ כָּל הַבְּרָכוֹת הָאֵלֶּה מיינט מען דו וועסט באקומען די גרעסטע ברכה, אז וְהִשִׂינֶךְ דו וועסט משיג זיין און דערגרייכן די מדריגה כִּי תִשְׁמַע בְּקוֹל ה' אֱלֹקֶיךָ אז דו וועסט הערן און זיין נאנט צום אויבערשטן. (שמח זבולון תשפ"ו)
More in this printout
- דרוש פארוואס זאגט מען ארמי אובד אבי מיטן קול?א הערליכער דרוש אויף פרשת כי תבוא וואס ערקלערט פארוואס מען זאגט "ארמי אובד אבי" מיט א הויכע קול, און וויאזוי דער אויבערשטער באשטראפט גוים אויף א שלעכטע מחשבה.
- שכחה קומט פון זינדיגןThis article explores the connection between sin and forgetfulness, citing the Midrash Tanchuma and the Baal Shem Tov. It explains how fulfilling mitzvot can pr
- מדור העובדות ***** הסב"ק ר' ישכר בער פון ראדאשיץ זצוק''ל היילט אויס א קינד מיט הייליגע שֶמֶן *****A captivating Chassidic tale recounts how the holy Radoshitzer Rebbe, Rabbi Yissachar Ber, miraculously healed a paralyzed child using a special oil, emphasizin