מדור העובדות ***** הסב"ק ר' ישכר בער פון ראדאשיץ זצוק''ל היילט אויס א קינד מיט הייליגע שֶמֶן *****

פרדס יהודה | August 26, 2026

מדור העובדות

***** הסב"ק ר' ישכר בער פון ראדאשיץ זצוק''ל היילט אויס א קינד מיט הייליגע שֶמֶן *****

דער הייליגער רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל (י"ח סיון תר"ג) איז געווען א זון פון ר' יצחק זצ"ל, רבי נטע פון וולאדאווע איז געווען פון די תלמידים פון הייליגן חוזה מלובלין, ער פלעגט משמח געווען די חסידים, צוליב זיין טרינקען און בדחנות פלעגט מען אים רופן "נטע פיוק",- א פרייליכער טרינקער- און אין יו"ט און ביי שמחות פלעגט ער ארויפגיין אויפן הייליגן חוזה'ס טיש, געטאנצן און געזונגען און דער הייליגער חוזה זיצט און האט הנאה.

ווען דער חוזה פון לובלין איז נסתלק געווארן ט' באב תקע"ה, האט רבי נטע מקבל געווען ער וועט נישט מקבל זיין אויף זיך א רבי און איז נישט געפארן צו די צדיקי הדור, מיט די צייט איז ר' נטע'ס זון קראנק געווארן און ער איז געווארן געליימט אויף זיין גוף, און ער איז געווארן ווי א שטומער רח"ל, און די דאקטוירים האבן נישט געוואוסט קיין רפואה, האט זיך ר' נטע דערמאנט אז דער חוזה פון לובלין האט אמאל געזאגט ביים טיש: "ביי א געטרייען חבר קען מען געהאלפן ווערן ווי ביים רבי'ן", און ער איז געפארן צו זיין חבר רבי לייבוש אין אוז'ערוב, וואס האט אים אויסגעהערט און זאגט דערמאנסט זיך פון "בערל בטלן" פון לובלין, יעצט איז ער א צדיק און א פועל ישועות, פאר קיין ראדאשיץ וואו עס זיצט "בערל בטלן" און איך בין זיכער אז דארט וועט קומען דיין ישועה.

אבער ר' נטע האט דאך מחליט געווען נישט צו פארן צו צדיקי הדור, אבער וואס טוט נישט א טאטע פאר די רפואה פון זיין קינד, אבער ער האט געזאגט וואס וועט העלפן "בערל בטלן" ווען אלע דאקטוירים האבן נישט געהאלפן? אבער רבי לייבוש האט אים משכנע געווען צו פארן און ער איז געפארן קיין ראדאשיץ, און געדונגען א וואגן און זיי זענען געפארן א שטיק וועג איז דער אקסל פון וואגן צובראכן געווארן נאכן דאס פארעכטן האט זיך דער וואגן איבער געקערט און מיט ניסים נישט געשאט דעם קראנקן קינד, האט ר' נטע געזאגט אז פון הימל שטערט מען אים צו פארן קיין ראדאשיץ, אבער די נוסעים וואס זענען געווען מיט אים האבן אים איבערגערעדט אז מען זעט שוין ראדאשיץ און עם לוינט צו גיין וואו טויזנטער ווערן געהאלפן און זיי זענען געפארן בשלום קיין ראדאשיץ.

אנקומענדיג קיין ראדאשיץ דערציילט מען אים אז מען ווארט שוין עטליכע טעג אריינצוגיין צום רבי'ן, און די טיר עפנט זיך נישט! שלעכטע מחשבות לויפן אין קאפ פון ר' נטע און האט שוין חרטה אויפן קומען און אפשר זאל ער נעמען דאס קינד אהיים? אבער ער וועקט זיך אויף פון זיינע געדאנקען ווען ער הערט דער גבאי שריייט אויס: "נטע פיוק וולאדאווער, גיי אריין צום רבי'ן!" ווען ר' נטע איז אריין צום רבי'ן און געגעבן "שלום", האט דער רבי אים געפרעגט, ווילסטו טרינקען א גלעזל בראנפן?" האט ר' נטע געענטפערט אוודאי!" האט דער רבי אים אליין אנגעגאסן א גלעזל בראנפן און געטרונקען "לחיים", און דער הייליגער צדיק האט אנגעהויבן דערציילן א מעשה,:

מיין הייליגע רבי רב בער, דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זצוק"ל, איז געווען א מתנגד און ווען דער נאָמען פון בעש"ט איז מפורסם געוואָרן, איז דער מגיד נישט געווען פון זיינע מאמינים, דער מגיד האט געהאט א קרענק אין זיין פיס פון וואס ער האט שווער געליטן, און די דאקטוירים האבן נישט געקענט געפינען קיין רפואה, ווען זיינע יסורים האבן נישט אויפגעהערט, האט ער נאכגעגעבן זיין ווייב'ס עצה צו פארן צום בעש"ט, וואס איז שוין געווען מפורסם פאר א בעל מופת, אפשר וועט ער באקומען א רפואה, און אויב עס וועט נישט העלפן וועט עס אויך נישט שאטן, און מען איז געפארן אבער די נסיעה פון מגיד איז געווען פול מיט שטרויכלונגען, גלייך ביים ארויסגיין פון מעזריטש איז דער פערד געפאלן, דערנאך זענען די רעדער צובראכן געווארן, די וואגן האט זיך איבער געקערט און כדומה. דער מגיד האט שוין חרטה געהאט אויף זיין נסיעה וואס האט אים גורם געווען ביטול תורה, אבער דאך האט ער ממשיך געווען דעם וועג, ווען ער איז אריין צום הייליגן בעש"ט, האט ער געוואלט דערציילן זיין ענין, אבער איידער ער האט אנגעהויבן האט דער בעש"ט אים מקדים געווען מיט א קלארן באגריף פון זיין נסיעה און זיינע מחשבות, דערנאך האט דער בעש"ט געפרעגט: מיט וואס ווילסטו געהיילט ווערן? מיט תפילות אדער מיט סגולות? האט דער מגיד געענטפערט: תפילות קען איך אליין, איך וויל געהאלפן ווערן מיט סגולות.

דא האט דער הייליגער רבי פון ראדאשיץ אפגעשטעלט די מעשה און פרעגט וואס ווילסטו געהאלפן ווערן מיט סגולות אדער מיט תפילות? ר' נטע ווערט ערשטוינט פון די רוח הקודש פון צדיק וואס האט געזען אלעס וואס איז פארגאנגען מיט אים פון וולאדאווע ביז ראדאשיץ: ענטפערט ר' נטע: דער עיקר זאל מיין זון געהאלפן ווערן איך האלט שוין נישט אויס! אויב אזוי ברענג מיר דאס קינד און דער רבי לייגט אים אויף זיין שויס און הייסט ברענגען א פלעשל שמן און האט אנגעשמירט דאס קינד, און געהייסן ר' נטע צו נעמען דעם פלאש און אנשמירן יעדן טאג און ווען דאס אויל וועט זיך ענדיגן, וועט זיך די מחלה ענדיגן, אבער איך ווארן דיר אז די אויל דארף א גרויסע שמירה, קיינער זאל נישט וואגן צו נעמען אפילו א טראפ, און דער צימער פון קינד מיטן שמן זאל מען נישט עפנען פאר קיינעם!

ווען זיי זענען אנגעקומען קיין וולאדאווע, האט ר' נטע איבער געגעבן וואס דער רבי האט באפוילן, און די רייד פונעם צדיק זענען מקוים געווארן, און ווען די אויל איז אויסגעגאנגען, איז די מחלה אינגאנצן אוועק, און דאס קינד איז געווארן געזונט, און איז געפארן מיט זיין זון קיין ראדאשיץ, און דער צדיק האט אים מגלה געווען: א נֵס בתוך נס האט פאסירט, ווייל אויב איר וואלט געעפנט די טיר אדער דעם פענצטער, וואלט געווען שרעקלאך פאר אייך, ווייל פון די הייליגע אויל האבן אלע קליפות פון די וועלט האבן געגלוסט צו יונק זיין פון דעם אויל, און אשריכם אז איר האט בייגעשטאנען דעם נסיון און נישט געעפנט פאר זיי, ר' נטע און זיין זון זענען געווארן ראדאשיצער חסידים, זיע"א. (הסיפור והמעשה החסידי)

PDF Preview