א מתנגדישער וויין סוחר האט געוואלט מכשיל זיין רבי שמואל מקארוב און איז געווארן זיין חסיד

פרדס יהודה | September 02, 2026

דער הייליגער צדיק רבי שמואל מקארוב זצוק"ל האט געוואוינט אין ניישטאדט (נפטר י"ד באייר תק"פ) ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זיע"א (כ"א אדר תקמ"ז) און נאכדעם פון הייליגן רבי יעקב יצחק דער חוזה מלובלין (ט' באב תקע"ה). און ערשט דעמאלט אנגעהויבן פירן באדמורו"ת אין שטאט קארוב, הרה"ק ר' יחזקאל מקוזמיר איז געווען פון זיינע תלמידים.

הרה"ח ר' חיים לייב וואס איז געווען דער משמש בקודש ביי רבי שמואל אין קארוב, האט דערציילט וואס עס האט פאסירט מיט אים איינמאל ביים רבין: דער מנהג פון רבי שמואל איז געווען צו קויפן ביי דעם זעלבן וויין סוחר אין שטאט צוויי פלעשער וויין פאר די שבתדיגע סעודות, דעמאלט אין אנפאנג איז געווען ענג מיט געלט און דער וויין סוחר אפילו ער איז געווען א גרויסער מתנגד פון רבי'ס, האט ער געהאט כבוד פאר רבי שמואל און אים מסכים צו געבן די צוויי פלעשער וויין אויף בארג און שפעטער האט מען באצאלט.

מיט די צייט האט מען שוין דערציילט מופתים פון רבי שמואל און דער וויין סוחר וואס איז געווען א מתנגד און האט מבטל געווען און אפגעלייקנט אלע מופתים וואס די חסידים פון רבי שמואל האבן דערציילט אויף זייער רבי'ן, דעריבער האט דער וויין סוחר געוואלט אויס פרובירן צו זעהן אויב רבי שמואל איז טאקע א צדיק! אומר ועושה ווען ר' חיים לייב איז געקומען נעמען די צוויי פלעשער וויין פאר די שבתדיגע סעודות, האט אים דער וויין סוחר געגעבן צוויי פלעשער פון "סתם יינם" און מיט דעם האט ער געוואלט פרובירן דעם צדיק און זיך איבערצייגן צו ער וועט שפירן מיט זיין רוח הקודש וואס ער האט געטאן איידער ער נעמט דעם וויין אין מויל, ווייל אויב ער איז טאקע א צדיק וועט מען אים אפהיטן פון הימל אז ער זאל נישט דורכפאלן, אזוי ווי מען געפינט אין די גמרא די מעשה מיט דעם אייזל פון רבי פנחס בן יאיר וואס איז אפגעהיטן געווארן פון עובר זיין א עבירה, און אויף דעם זאגט די גמרא כל שכן די צדיקים אליין ווערן אפגעהיטן פון א עבירה.

ר' חיים לייב נעמט אפ די פלעשער וויין און אזוי גייענדיג אויפן וועג זענען פלוצלונג ארויסגעפאלן פון זיינע הענט די צוויי פלעשער און האבן זיך צעבראכן, און דער וויין האט זיך אינגאנצן אויסגעגאסן, די זאך איז געווען א וואונדער ביי אים ווייל ער האט באדינט רבי שמואל מיט דעם גרעסטן מאס געטריישאפט וועלכער דער רבי האט אים אפגעשאצט, און האט אכטונג געגעבן אויף די פלעשער און יעצט האט ער פארשאפט א שאדן פארן רבין!

ר' חיים לייב האט נישט געוואוסט וואס צו טאן יעצט, זאל ער גיין צום רבין און דערציילן וואס עס האט פאסירט, וועט דאס שאפן א עגמת נפש פארן רבין, ווייל געלט איז נישט געווען, און יעצט וועט ווערן א חוב פון נאך צוויי פלעשער, אפילו ער איז געווען א אונס און איז פטור, אדער זאל ער צוריק גיין און בעטן נאך צוויי פלעשער וויין מיט א תירוץ, אז אויף דעם שבת פעלט אויס מער וויין צום טיש ווי שטענדיג, אבער ער האט מורא געהאט אז דער סוחר וועט אים נישט גלויבן אז מען דארף נאך צוויי פלעשער, א זאך וואס איז ביז דעמאלט נישט פאסירט, און ער וועט זיכער מורא האבן אז מען וועט אים נישט באצאלן פאר זיי! צום סוף האט ער באשלאסן ביי זיך אז ער גייט זיך אומקערן צום וויין סוחר און בעטן נאך צוויי פלעשער וויין פארן רבי'ן.

דער וויין סוחר האט זיך זייער געוואונדערט, און אים געפרעגט די סיבה פארוואס דאס מאל פעלט אויס נאך צוויי פלעשער, ווייל מען האט קיינמאל נישט געדארפט מער ווי צווי פלעשער? האט ר' חיים לייב געענטפערט אז איך וועל דיר זאגן דעם גאנצן אמת, און אים דערציילט אז די צוויי פלעשער וויין וואס דו האסט מיר געגעבן זענען ארויסגעפאלן פון מיינע הענט און האבן זיך צעבראכן, און האט מודה געווען, אז ער איז אליין שולדיג אין דעם, דעריבער בין איך געקומען בעטן אז עס וועט אויס פעלן פארן רבי'נס טיש נאך צוויי פלעשער, בעת וואס רבי שמואל אליין ווייסט נישט דערפון, ווייל איך האב זיך נאך נישט אומגעקערט צו אים, און אים נישט דערציילט וועגן דעם, ווייל איך האב אים נישט געוואלט מצער זיין.

דער וויין סוחר האט געפרעגט ר' חיים לייב צו דאס איז דער גאנצע אמת? האט ר' חיים לייב צו געזאגט אז דאס איז אמת, האט דער וויין סוחר געזאגט אויב אזוי געב איך דיר די צוויי פלעשער א מתנה פארן רבין, און זאגט איך וויל דיר דערציילן וואס איז דא געשען: איך האב געוואלט פרובירן זעהן צו מען וועט אפהיטן דעם צדיק פון א שטרויכלונג און איך האב מיט דיר געשיקט צוויי פלעשער פון "יין סתם" נישט חלילה יין נסך, אז אויב דער רבי איז א צדיק און א בעל מופת ווי מען זאגט אויף אים, וועט ער שפירן אז דאס איז נישט כשרע וויין, אבער יעצט האב איך געזען מיט די מעשה אז מען האט געהיטן דעם רבין פאר עס איז אנגעקומען צו אים, בין איך מודה אז ער איז א גרויסער צדיק.

האט ר' חיים לייב דערציילט אז נאך שבת איז דער סוחר אליין געקומען איבערבעטן רבי שמואל אויף זיין בייזן פלאן, און ער איז געווארן א איבערגעגעבענער חסיד, און געגעבן צוויי פלעשער אומזינסט ביז די מצב פון געלט האט זיך פארבעסערט, די מעשה האט דערציילט הגאון ר' יחיאל מיכל אב"ד דק"ק שעפס, וואס האט דאס אליין געהערט פון ר' חיים לייב, זיע"א.

(ספר שבחי צדיקים הר' מענדל ציטרין, תרמד)

PDF Preview