פרשת נצבים וילך תשפ"ו

פרדס יהודה | September 02, 2026

פרשת נצבים טראכט פאר דו גייסט רעדן אדער גיין טאהן א זאך אַתֶּם נִצְבִים הַיּוֹם כָּלְכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם: (כט ט) מען קען מסביר זיין די סמיכות הפרשה פון פ' כי תבוא וואס עס ענדיגט זיך מיט וּשְׁמַרְתֶּם אֶת דִּבְרֵי הַבְּרִית הַזֹּאת וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם לְמַעַן תַּשְׁכִּילוּ אֵת כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשׂוּן: (כט ח) צו מרמז זיין אויב א מענטש וועט טראכטן פאר ער טוט א זאך אז עס זאל נישט ארויס קומען פון דעם עשיה א נדנוד עבירה, וועט ער דאס זיכער נישט טאן, און אזוי וועט ער זוכה זיין צו מקבל זיין ביי זיך די פני השכינה, קען זיין פשט וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם, אויב ווען איר גייט טאן א זאך, לְמַעַן תַּשְׁכִּילוּ אֵת כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשׂוּן, און איר וועט טראכטן פאר איר טוט די זאך, ממילא וועט איר נישט אנקומען צו זינדיגן, און איר וועט זוכה זיין צו אַתֶּם נִצְבִים הַיּוֹם כָּלְכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם, אז דער אויבערשטער זאל זיין מיט דיר און מקבל זיין פני השכינה (לקוטי רבי משה יעקב רביקוב הסנדלר הקדוש) מען קען דאס צושטעלן צו דאס וואס שטייט עַל כֵּן יֹאמְרָוּ הַמֹשְׁלִים בָאוּ חֶשְׁבּוֹן (במדבר כא כז) א מושל דארף לעבן מיט א חשבון, און די גמ' (בבא בתרא דף ע"ח ע"ב) דרשענט הַמֹשְׁלִים אלו המושלים ביצרם, בָאוּ חֶשְׁבּוֹן, מאך א חשבון פון די וועלט, דאס מיינט הפסד מצוה כנגד שכרה ושכר עבירה כנגד הפסדה, אויב מען לעבט מיט א חשבון און מען טראכט איידער מען טוט א זאך, וואס מען גייט פארדינען, אז עס זאל נישט ארויס קומען פון דעם קיין נדנוד עבירה, קען מען שולט זיין אויפן יצר הרע, און דאס קען אויך זיין פשט אין פסוק: מִמְצוֹא חֶפְצְךָ וְדַבֵר דְבָר: (ישעיהו נח יג), מִמְצוֹא חֶפְצְךָ, טראכט זיך איבער פאר דו גייסט רעדן אז עס זאל נישט ארויס קומען פון דיינע רייד קיין מחלוקת אדער א לשון הרע, און נאכדעם וְדַבֵּר דָבָר זאלסטו רעדן, דער עיקר א מענטש דארף לעבן מיט א חשבון, לְמַעַן תַּשְׂכִּילוּ אֵת כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשׂוּן, פאר מען רעדט אדער מען טוט א זאך, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו אַתֶּם נִצְבִים הַיּוֹם, וואס לויטן זוהר הקדוש מיינט הַיּוֹם ראש השנה, "היום הרת עולם", און מיר וועלן זוכה זיין צו א גוט יאר לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם. (שמח זבולון תשפ"ו)

פרשת וילך פון דיין שפירן א טעם אין שבת ווייסטו דיין חלק עולם הבא לָקֹחַ אֵת סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה וְשַׁמְתֶּם אֹתוֹ מִצַּד אֲרָוֹן בְּרִית ה' אֱלֹקֵיכֶם וְהָיָה שָׁם בְּךָ לְעֵד: (לא כו) זאגט רש"י אז די ווארט לָקַחַ. איז אזוי ווי "זָכוֹר", "שָׁמוֹר", און "הָלוֹךְ", מען קען געבן א רמז אין די הייליגע ווערטער פון רש"י ווייל פון דעם הייליגן שבת איז א באווייז וואו האלט דער מענטש אין זיין מדריגה, ווייל דער וואס שפירט דעם שבת מיט א אמת איז א סימן אז ער איז גאנץ מיטן אויבערשטן, און וואס מער מען פילט שבת איז מען אלץ מער מטהר דער נפש, ווייל די גמ' (ברכות דף נז ע"ב) שרייבט אז שבת איז אחד משישים פון עולם הבא, ממילא וואס מער מען איז מרגיש דעם טעם פון שבת אלץ מער איז זיין עולם הבא, מער און דאס שטייט אַךְ אֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמְרוּ כִּי אוֹת הִוא בֵּינֵי וּבֵינֵיכֶם לְדֹרֹתֵיכֶם לָדַעַת כִּי אֲנִי ה' מְקַדְּשְׁכֶם: (שמות לא יג) אַךְ אֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמְרוּ דורך שמירת שבת כִּי אוֹת הִוא בֵּינֵי וּבֵינֵיכֶם לְדֹרֹתֵיכֶם וועט איר וויסן כִּי אֲנִי ה' מְקַדְּשְׁכֶם אז דער אויבערשטער מאכט אייך הייליג, קען זיין פשט לְקֹחַ אֵת סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מען לערנט ארויס פון די הייליגע תורה אז זָכוֹר און שָׁמוֹר היטן און מרגיש זיין דעם שבת, איז הָלוֹךְ, העלפט דעם מענטש זאל גיין העכער אין זיינע מדריגות אין עבודת השי"ת. (קרן לדוד עה"ת)

PDF Preview