Dorshen Leshvach Oder Legnai Jeder Far Zich
BET Journal | October 31, 2024
Print This Article
View Original PDF

Dorshen Leshvach Oder Legnai Jeder Far Zich

BET Journal | June 27, 2025

דרש'ען לשבח אדער לגנאי, יעדער פאר זיך

בדורותיו: 'יש מרבותינו דורשים אותו לשבח, כל שכן שאלו היה בדור צדיקים היה צדיק יותר, ויש שדורשים אותו לגנאי: לפי דורו היה צדיק, ואלו היה בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום'. (סנהדרין קט). [רש"י]

פרעגן שוין אלע: אויב קען מען טייטשן לשבח, פארוואס טייטשן לגנאי?

דער רבי דוד'ל אמשינאווער זי"ע האט געטראפן אויף די צווייזייטיגע אפטייטשן, א טייטש לשבח. לויט אים, איז דער וואס טייטשט לגנאי א גרעסערע שבח פאר נח ווי דער וואס טייטשט לשבח. וויאזוי?

ער האלט אז דער 'דורשים אותו' איז נח אליינס, ער האט זיך אליינס אפגעשעצט. אויב פארגלייכט ער זיך מיט די צייטן פון אברהם אבינו און אנדערע צדיקים, און האלט אז דארט וואלט ער געווען א גרויסער צדיק - ער האט זיך גע'דרש'ענט לשבח - דאס איז א גנאי, און ער איז געוויס נישט געווען אזא גרויסער מענטש.

אויב אבער האט נח געשפירט אז ער איז א צדיק בלויז ווייל ער איז אריינגעפאלן אין א דור פון זינדיגער, און וואלט ער געלעבט אין די צייטן פון אברהם אבינו וואלט ער גערעכענט געווארן ווי א גארנישט – ער האט זיך ארום געדרייט מיט מחשבות אז ער איז א גנאי – דאס איז א גרויסע מדריגה, און דעראיבער, א שבח פאר זיין נאמען. (מלין חדתין)

מערקט אן דער גאון רבי עמרם צבי גרינוואלד זצ"ל, אז ביים שבח, שרייבט רש"י 'יש מרבותינו דורשים אותו לשבח', וואודעראום ביים טייטשן לגנאי, ווערט שוין נישט דערמאנט 'רבותינו', נאר בלויז 'ויש שדורשים' - אונז צו לערנען, אז ווער עס דרש'ענט לגנאי איז נישט מרבותינו, און מ'זאל דאס נישט לערנען פון זיי. (זכרון עמרם צבי)

געט א קוק, זאגט רבי שמואל אלטער זצ"ל: חז"ל לערנען אונז, אז אפילו אויף איינער וועם די תורה איז מעיד אז ער איז געווען אן איש צדיק, זענען פארהאן דורשין לגנאי. זעה דערפון, נישט אנצונעמען אלעס וואס מענטשן דערציילן... (ליקוטי בתר ליקוטי)

PDF Preview