שְׁפְטִים וְשְׁטְרִים תִּתָּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ לִשְׁבָטִיךְ וְשָׁפְטִוּ אֶת הָעָם מִשְׁפַּט צֶדֶק: (טז יח) מען קען זאגן צו מקשר זיין שְׁפְטִים וְשְׁטְרִים תִּתֵּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ מיט וְשָׁפְטִוּ אֶת הָעָם מִשְׁפַּט צֶדֶק, [ווייל עס איז פשוט אז וְשָׁפְטִוּ אֶת הָעָם מִשְׁפַּט צֶדֶק, און די שְׁפְטִים וועלן משפטן ריכטיג?] נאר עס שטייט אין (אבות א ו) וֶהְוִי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת, און דאס זעהט מען פון פסוק (ויקרא יט טו) בְצֶדֶק תִשְׁפָט עֲמִיתֶךָ: עיין רש"י, זאלסט משפטן וואס דיין חבר טוט אז עס טוט גוט, און עס איז נשט דא א גוטע עצה ווי אזוי מען זאל קומען צו די מדריגה פון דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת, מען זאל שטענדיג מאכן א חשבון הנפש ביי זיך וואו מען האלט אליין אין תורה און מצות און עבודת ה', וועט דער מענטש זען אז מען האט נאך אסאך צו טאן און מען איז נישט קיין מושלם, ממילא וועט ער שוין נישט קוקן אויף יענעם שלעכט, ווייל ער וועט זיין פארנומען מיט זיך, דאס שטייט שְׁפְטִים וְשְׁטְרִים תִּתֵּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךְ, שטענדיג האלטן חשבון וואו דו האלטס אין עבודת ה', און אכטונג געבן אויף זיך, וועט זיין וְשָׁפְטִוּ אֶת הָעָם מִשְׁפַּט צֶדֶק, און מקיים זיין דער בְצֶדֶק תִשְׁפָט עֲמִיתֶךָ. (עבודת יששכר הרה" ר' דוב בעריש מוואלברוז) קען מען צולייגן אז עס שטייט אין חז"ל (בראשית רבה כ"ד א) "ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה", און אויך "זה ספר תולדות האדם זה כלל גדול בתורה", און די ספרים זענען מקשר ואהבת לרעך כמוך צו ספר תולדות האדם, וואס דאס מיינט בין אדם לחבירו, ווייל דער וואס איז דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת, איז מקיים ואהבת לרעך כמוך, ווייל ביידע זענען כלל גדול בתורה, ווייל אויב א מענטש האט ליב יעדן איד און איז גוט בין אדם לחבירו, האט דער אויבערשטער א שטארקע נחת רוח פון דעם און האט חן בעיני השי"ת, איז שוין גוט די שייכות צום סוף פ' ראה כְּבְרְכַּת ה' אֱלֹקֶיךָ אֲשֶׁר נָתַן לֶךְ: אז דער אויבערשטער וועט דיר געבן גוטע מתנות פאר מקיים זיין די צוויי גוטע מדות וואס ליגט אין בְצֶדֶק תִשְׁפָּט עֲמִיתֶךָ, אגב איז שוין גוט די המשך פון בְצֶדֶק תִשְׁפָּט עֲמִיתֶךָ לֹא תֵלֵךְ רָכִיל בְעַמֶיךְ ווייל דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת ברענגט צו ואהבת לרעך כמוך, ממילא וועסטו נישט זיין א רכיל, ווייל מען זעהט נאר גוטס אויף יענעם. (שמח זבולון תשפ"ו)
More in this printout
- צוויי מהלכים אין צוויי מאל צֶדֶק צֶדֶק תִרְדֹףדער ארטיקל באהאנדלט צוויי מהלכים אויפן פסוק "צדק צדק תרדוף" אין פרשת שופטים. עס ערקלערט די וויכטיגקייט פון זיין ריין סיי פאר ג-ט און סיי פאר מענטשן, און די הלכה
- התקשרות צו א צדיקדער ארטיקל באהאנדלט די וויכטיקייט פון התקשרות צו א צדיק, ווי עס שטייט אין פרשת שופטים, און ווי אזוי אמונה אין א צדיק העלפט אוועקנעמען ספיקות און פירן זיך לויט ז
- דער אויבערשטער ווייסט צו מען איז א תמיםא קורצע און טיפע טייטש פון רבי פנחס מקאריץ אויפן פסוק תמים תהיה עם ה' אלקיך אין פרשת שופטים, פארוואס עס שטייט 'עם אלקיך' ביי תמימות און הצנע לכת.
- מדור העובדות - דער הייליגער בארדיטשובער ברענגט עשירות פאר זיין חסיד דורך א חלוםדער הייליגער בארדיטשובער צדיק העלפט א חסיד וואס איז געווארן א בעל חוב, דורך א חלום וואס פירט צו א לאטארי געווינס. די געשיכטע באווייזט די כח פון א צדיק און אמונה