עַל־פִּי הַתּוֹרָה אֲשֶׁר יוֹרוּךְ וְעַל הַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לְךְ תַּעֲשֶׂה לֹא תָסוּר מִן־הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךְ יָמִין וּשְׂמֹאל: (יז יא) שטייט אין פרק (אבות א טז) עֲשֵׂה לְךְ רַב, וְהִסְתַלֵק מִן הַסָפֵק, צו פארשטיין וואס איז די שייכות פון האבן א רַב צו אוועקנעמען דיינע ספיקות? נאר אויב א מענטש ווייסט אז עס איז דא א גרויסער צדיק, וואס איז מפורסם צו זיין א פועל ישועות, און ער וועט דיר זאגן עפעס צו טאן, אפילו עס זעהט אויס אז דאס איז נישט גוט פאר דיר, פונדעסטוועגן וועסטו אים פאלגן, אבער א צדיק וואס איז נישט גרויס וועט דיר געבן א עצה וועסטו האבן ספיקות אין אים און נאר פאלגן ווען עס זעט אויס גוט פאר דיר, דאס מיינט עֲשֵׂה לְךְ רַב, זאלסט זוכן און נעמען א רבי און קונה זיין אמונת חכמים אין אים, ווייל עשיה מיינט א קנין, ממילא וְהִסְתַלֵק מִן הַסָפֵק, זיינע תשובות וועסטו פאלגן און נישט האבן קיין ספיקות אפילו ווען עס זעהט דיר נישט אויס אזוי, ווייל דער צדיק זעט א סאך ווייטער און טיפער פון דיין שכל דאס שטייט אֲשֶׁר יוֹאמְרוּ לְךְ תַּעֲשֶׂה, וואס דער צדיק זאגט, לֹא תָסוּר מִן הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךְ, זאלסטו פאלגן אלעס וואס דער צדיק זאגט דיר, יָמִין וּשְׂמאל, צו דו פארשטייסט דאס יא צו נישט. (תפארת בנים הרה"ק ר' צבי הירש שפירא ממונקאטש)
More in this printout
- דרוש אויף בצדק תשפוט עמיתךדרוש זה מפרש את הפסוק "בצדק תשפוט עמיתך" ומדגיש את חשיבות ה"דן לכף זכות" וה"ואהבת לרעך כמוך" על ידי עריכת חשבון הנפש עצמי.
- צוויי מהלכים אין צוויי מאל צֶדֶק צֶדֶק תִרְדֹףדער ארטיקל באהאנדלט צוויי מהלכים אויפן פסוק "צדק צדק תרדוף" אין פרשת שופטים. עס ערקלערט די וויכטיגקייט פון זיין ריין סיי פאר ג-ט און סיי פאר מענטשן, און די הלכה
- דער אויבערשטער ווייסט צו מען איז א תמיםא קורצע און טיפע טייטש פון רבי פנחס מקאריץ אויפן פסוק תמים תהיה עם ה' אלקיך אין פרשת שופטים, פארוואס עס שטייט 'עם אלקיך' ביי תמימות און הצנע לכת.
- מדור העובדות - דער הייליגער בארדיטשובער ברענגט עשירות פאר זיין חסיד דורך א חלוםדער הייליגער בארדיטשובער צדיק העלפט א חסיד וואס איז געווארן א בעל חוב, דורך א חלום וואס פירט צו א לאטארי געווינס. די געשיכטע באווייזט די כח פון א צדיק און אמונה