מדור העובדות - דער הייליגער בארדיטשובער ברענגט עשירות פאר זיין חסיד דורך א חלום

Pardes Yehuda | August 12, 2026

דער הייליגער צדיק הרב ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצוק"ל (יארצייט איז כ"ה תשרי תק"ע) האט געהאט א חסיד וואס האט פלוצלינג פארלוירן זיין גאנצע פארמעגן און איז געווארן א גרויסער בעל חוב, זייענדיג צו געוואוינט צו א רייכע לעבן איז געווען זייער שווער אנצונעמען דעם נייעם מצב און האט זיך פרובירט צו שטארקן, וועגן דעם איז ער געפארן צום הייליגן צדיק און כסדר אויס גערעדט זיין שווערע מצב און די אונטער דריקונג פון די בעלי חובות, אבער דער רבי האט געזאגט ער זאל נישט זיין באזארגט, דער אויבערשטער וועט אים זיכער העלפן. אבער די צייט רוקט זיך און דער חסיד זעט נישט קיין ישועה און ער שעמט זיך צו בלייבן ביי אים אין שטאט און פארט קיין בארדיטשוב און גייט אריין צום רבין און זאגט ער האט נישט פארוואס אהיים צופארן אן א ישועה. דער רבי טראכט און טראכט און זאגט איך האב נאר איין עצה פאר דיר: גיי קויף א לאטארי -פייס- און דער אויבערשטער וועט דיר העלפן אז זאלסט טרעפן די ריכטיגע נומערן און וועסט צוריק ווערן א עושר, זאגט אים דער חסיד אבער ביז מען קויפט און ביז מען ווייסט וועלכע נומער איז ריכטיג און ביז מען באקומט די געלט וועל איך נישט קענען אויסהאלטן פון די בעלי חובות, און איך האב זייער ווייניג אויפן טעגליכע לעבן, האט דער צדיק געזאגט אז דער אויבערשטער וועט נאך העלפן איידער ער וועט וויסן צו זיינע נומערן זענען ריכטיג! דער חסיד גלויבט אין די ווערטער פון צדיק און איז רוהיג אז ער וועט מצליח זיין! דער חסיד נעמט א ברכה פון צדיק און פארט אריין אין די גרויסע שטאט צו קויפן זיין לאטארי, עס איז שוין געווען פארנאכט'ס האט ער מחליט געווען אריינצוגיין אין א קרעטשמע איבערנעכטיגן, יענע טאג איז אויך געפארן א יונגער פריץ קויפן די לאטארי ווייל די פארדינסט האט געדארפט זיין צען טויזנט גאלדענע רענדלאך, און דער פריץ האט געוואלט פראבירן זיין מזל, און דער יונגער פריץ איז אויך געקומען איבערנעכטיגן אין יענע קרעטשמע. דער פריץ לייגט זיך שלאפן און חלומ'ט אז א איד וואס געפינט זיך אין די קרעטשמע האט געקויפט א לאטארי וואס האט די ריכטיגע נומערן, און ער זאל זען זיך טוישן מיטן איד, דער פריץ לאכט זיך אויס פון חלום און לייגט זיך ווייטער שלאפן אבער ווען דער חלום האט זיך איבער געחזר'ט דריי מאל האט ער מחליט געווען ער וועט אויספרובירן זען צו דאס איז א אמת'ע חלום צו נישט!

ער האט אויפגעוועקט איינע פון זיין באדינער'ס אינמיטן זיין בעסטע שלאף און הייסט אים גיין זען צו עס איז דא א איד אין קרעטשמע וואס האט געקויפט א לאטארי, און אויב יא זאל ער אים ברענגען אהער, דער באדינער פארשטייט נישט וואס דער פריץ וויל פון אים אינמיטן די נאכט אבער ווען דער פריץ האט אים געווארנט, האט ער געמוזט זיך אנטאן און גיין פון צימער צו צימער ביז ער האט געטראפן דעם איד וואס האט געקויפט די לאטארי און כאפט אים אן און ברענגט אים צום פריץ, דער איד קומט צום פריץ א דערשראקענער און ווען דער פריץ פרעגט אים צו ער האט געקויפט א לאטארי? האט ער געענטפערט יא! פרעגט אים דער פריץ צו ער וויל זיך טוישן מיט אים? האט דער איד געענטפערט אז ער קען נישט, פרעגט אים דער פריץ פארוואס נישט? ענטפערט דער חסיד אז זיין רבי האט געבענטש זיין בילעט, האט דער פריץ געזאגט אהא! יעצט זע איך אז דער חלום איז אמת און איך מוז האבן דיין בילעט! איך וועל דיר יעצט געבן טויזנט גאלדענע רענדלאך, אבער ווען דער איד זאגט אז דער בילעט וועט אים ברענגען אסאך מער פון טויזנט רענדלאך האט דער פריץ געהייסן זיינע באדינערס צובינדן דעם איד און מען האט אים אונטערגעזוכט און צוגענומען זיין בילעט און דער פריץ האט אים געגעבן די טויזנט רענדלאך און זאגט אז דו קענסט גיין און זיי צופרידן איך האב נישט צוגענומען דיין בילעט און דיר גארנישט געגעבן!

דערווייל דער חסיד האט געזען אז ער איז אריינגעפאלן און ער האט נישט קיין ברירה אבער געזאגט אז טויזנט רענדלאך איז אויך עפעס געלט, דער פריץ רופט צו דער חסיד און זאגט איך וויל זיין א ווארט'ס מאן און איך גיב דיר מיין בילעט אזוי ווי מיר האבן אפגערעדט, דער איד גייט צוריק צו זיין צימער און דער פריץ גייט צוריק שלאפן, אויף צו מארגנ'ס זענען זיי אלע אהיים געפארן און דער חסיד האט יעצט א קליין פארמעגן און וועט קענען באצאלן אביסל חובות און קענען לעבן פון דעם.

דער חסיד שטארקט זיך און וויל אוועקווארפן די בילעט פון פריץ, אבער זיין הארץ האט געזאגט ער זאל דאס האלטן און האט אוועק געלייגט דעם בילעט פון פריץ אין זיין ליידל, און פירט אן ווייטער זיין לעבן, ער ווארט אויפן טאג וואס מען קלייבט די נומערן פון לאטארי און ווען ער הערט די נומערן אז זיי זענען נישט די נומערן פון זיין בילעט וואס ער האט געקויפט, קען דען זיין אז דער צדיק האט זיך טועה געווען? אבער ער האט זיך דערמאנט אז ער האט דאך דעם בילעט פון פריץ און זוכט דאס אויף און ווערט נשתומם אז גאר דער בילעט פון פריץ איז געווען די ריכטיגע נומערן!

דער חסיד פריידט זיך און פארט אין די גרויסע שטאט און ווייזט זיין בילעט און מען באשטעטיגט דאס און ער באקומט א חלק געלט און א שטר אז ער וועט באקומען די אנדערע געלט, דערווייל איז ער אריינגעפארן קיין בארדיטשוב איבערגעבן דעם צדיק וואס איז געשען, ר' לוי יצחק לאכט און זאגט אז ער האט נישט געזען קיין עצה פאר אים און ער האט געמוזט צווינגען דער שַׁר פון חַלוֹמוֹת זאל קומען צום פריץ ער זאל דיר געבן זיין בילעט וואס האט געדארפט געווינען כדי דו זאלסט געהאלפן ווערן! דער חסיד האט געדאנקט דעם צדיק און איז געווארן צוריק א עושר און א גרויסער בעל צדקה זיע"א.

PDF Preview