שותפים בהמוסדות
איך וויל נאר דא זאגן, מ'האט שוין היינט גענוג גערעדט דא, אבער וואס מ'האט געשמועסט היינט דא איז, אז דער עולם איז שותפים אין די מוסדות, אבער דער אמת איז אז ס'איז טאקע אזוי, ווייל אונזער עבודה מיט די קינדער איז נישט נאר צו לערנען תורה, אודאי לערנט מען תורה, אבער ס'איז פארהאנען אז זאך ווי 'אהבת תורה', מ'דארף ליב האבן צו לערנען, מ'דארף וועלן לערנען, מ'דארף וועלן פארשטיין וואס איז פשט אין תוספות. דאס איז א גרויסע עבודה, און צו דער חלק פון 'אהבת תורה' דארף מען זיין שותפים.
ווען ס'איז דא א שותפות אין א געשעפט, דארף מען דאך דערציילן פאר'ן שותף וויאזוי די געשעפט גייט, ממילא דארפן אונז דא אויך זאגן אביסל וואס עס גייט פאר אינעם געשעפט.
אין די היינטיגע וועלט גייט עס, ביי אלע ענינים, סיי אין געשעפטן און סיי ביי אנדערע פראבלעמען, אז מ'דרייט זיך ארום איבעראל און מ'פרעגט יענעם חכם אן עצה און ביים צווייטן חכם אן עצה, דער האט עקספיריענס און דער איז א פראפעסעניאל אין דעם הינזיכט, ממילא וויל איך דא זאגן אן אופן וויאזוי מ'ארבעט ביי אונז.
אהבת וחשקת התורה
ס'איז דא א ווארט פון כ"ק מרן מהר"י מבעלזא זי"ע אויפ'ן פסוק אין פרשת בא (י, ב) למען תספר באזני בנך ובן בנך, זאגט ער ס'האט זיך אזוי געפירט אז משה רבינו'ס קינדער זענען נישט געווען אין מצרים, אזוי איז משה רבינו געווען דער ערשטער מספר וואס זאל דערציילן יציאת מצרים, כדי משה רבינו זאל אריינלייגן א סגולה אין מצות סיפור יציאת מצרים אז דאס זאל ברענגען אמונה [אתד"ק].
אונז ווייסן אז 'תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב', אונז האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, און אונזערע עלטערן האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערנ'ס עלטערן און אזוי ווייטער ארויף ביז כ"ק אא"ז מרן הערוגת הבשם זי"ע.
אין די משנה שטייט דאך (אבות א, א) משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים, אונז ווייסן אויף אזויפיל, אז מ'דארף אריינברענגען אין די קינדער א חשקת התורה, א לעכטיגקייט אין תורה, דאס איז די וועג וויאזוי מ'ארבעט ביי אונז, צו ווייזן פאר די קינדער אז די גאס איז אלעס שטותים מיט נארישקייטן.
מ'לערנט אויס פאר די קינדער, אז איין סברא פון רמב"ן, איין סברא פון ריטב"א, איין סברא פון רבי עקיבא איגר, איז מער ווערט פון אלעס! צו קענען איין סוגיא, זיך צו פארהערן א סוגיא, זיך צו פארהערן א סימן אין שלחן ערוך, דאס איז מער ווערט פון אלעס!
דאס געבט מען שוין אריין יונגערהייט פאר די קינדער, אזוי האט מען אונז געלערנט און דאס גייט אויך ווייטער ביי אונז.
בטחו בה' עדי עד
כ'וויל מסיים זיין מיט א ווארט צו מחזק זיין די אלע נושאי בעול. מ'האט שוין פריער ערווענט 'מהיכן ירק זה חי', מ'קען דאך נישט לעבן למעלה מן הטבע. אבער די וואך גייט די פרשת המן, וואס לערנט מען זיך פון פרשת המן? אז טאמער א איד טוט לעבן מיט א העכערע השגה געבט אים דער אייבערשטער יעדן טאג, מ'דארף נישט אנגרייטן פון פריער.
אין די פריערדיגע יארן שנת תשי"ט צי תש"כ איז געווען צווישן די הנהלת המוסדות א איד הגה"ח ר' מענדל ראטה ז"ל, ער איז געווען גאר א געהויבענער איד. אמאל איז ער אריינגעקומען צו כ"ק מרן אאמו"ר זצוק"ל און געזאגט: "איך וויל רעזיגנירן פון די מוסד", האט אים דער טאטע ז"ל געפרעגט: "פארוואס ווילסטו רעזיגנירן?" האט ער געזאגט: "די חשבונות שטימען נישט, ס'איז דא א גרויסע דעפיציט, מ'קען נישט ווייטער אנגיין אזוי".
האט אים דער טאטע ז"ל געזאגט: "ברענג מיר אריין די ביכער, איך וויל זען די דעפיציט", האט ער אריינגעברענגט די ביכער און געוויזן א היי יאר איז די דעפיציט צען טויזענט דאללאר – דא רעדט מען פון פינף און זעכציג יאר צוריק, יענע צייטן איז דאס געווען א גרויסע סכום – האט אים דער טאטע ז"ל געפרעגט אזא שאלה: "וויפיל יאר שטייט שוין די מוסדות? בערך פינף-זעקס יאר, אויב אזוי אז א יאר איז דא צען טויזענט דאללאר דעפיציט, וואו איז יעצט די פופציג טויזענט דאללאר דעפיציט? אלא מאי, פאלגט מיר, בלייבט אין די מוסדות און דער אייבערשטער וועט שוין העלפן"...
השאיפה להרבצת התורה
תשרי תש"ז איז דער טאטע ז"ל געווען אויפ'ן וועג פון אונגארן קיין אנטווערפן, גאנץ חודש תשרי איז מען געווען אין דייטשלאנד אויפ'ן וועג צו אנטווערפן, דער טאטע ז"ל איז געווען צוזאמען מיט א קבוצה, האט דער טאטע ז