דברות קודש אצל מעמד 'יום עמודי תורה' - מיוחד לנגידים ותומכי כוללנו הק'
- Sukkos
- 5787
- Hebrew
אין כולל, די לשון 'תורה' איז מלשון 'מורה', תורה לערנט פאר א איד וויאזוי זיך צו פירן, אין דעם כולל וואקסן חשוב'ע יונגעלייט וואס זיי מאכן זיך טאקע נישט צוטון פון זיך, אבער מ'זעט ווי זיי שטייגן אין עבודת ה' מיט אן ערנסטקייט, מיט א ווארעמקייט, מיט א חסיד'ישקייט און מיט מדות טובות, זיי האלטן זיך שטארק און פעסט, זיי וואקסן ברוך ה', וממנו פנה ויתד אז ס'לייכט אויף יעדעם איינעם.
הודאה להשי"ת
א גוטע וואך חשוב'ע אידן. איך וועל פראבירן צו מקיים זיין דעם מאמר חז"ל (אבות א, טו) אמור מעט ועשה הרבה, ממילא וועל איך נאר זאגן אפאר ווערטער. דאס ערשטע זאך פאר מ'הייבט אן דארף מען לויבן דעם אייבערשטן, דאס איז די ערשטע זאך, מ'דארף לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם וואס מ'איז זיך צאמגעקומען אויף אזא זאך, אז ס'ווערט מקויים דעם 'אנו רצים והם רצים', יעדער איינער וויל זיך צאמקומען און זיך פרייען, אבער אונז זענען זיך צאמגעקומען אויף אזא דבר חשוב מאוד, דארפן מיר לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם.
שותפים בתורה
מ'האט שוין גענוג גערעדט פריער, אונז זענען מתפלל ביי די סליחות (לצום גדלי') תורה הקדושה התחנני בבקשה, די תורה הק' זאל בעטן פאר אונז. אז די תורה דארף בעטן פאר אונז, וואס צאלן אונז איין אויף דעם? אונז צאלן איין 'כבוד התורה'. יעצט רעדט מען דא צו די שותפים אין דער כולל, מ'האט שוין פריער ערווענט די געוואלדיגע זאך פון זיין א שותף, וואס זיי טראגן א געוואלדיגע חלק אין די גאנצע זאך דא. וואס איז דאס 'כבוד התורה'? כבוד התורה מיינט נישט שיינע ווענט אדער שיינע לעקטער אין כולל, אודאי דארף מען דאס אויך האבן, אבער נישט דאס איז די כבוד התורה. כבוד התורה איז אז מ'קוקט זיך ארום וואס עס טוט זיך דא די וועלט זאגט אז אן געלט איז נישט דא קיין חתונה, יעדע תורה איז דאך אזויווי א חתונה אזויווי ס'שטייט (משלי לא, י) אשת חיל מי ימצא, אז אונז נעמען די יונגעלייט דא צו לערנען דארף מען זיי דאך געבן, אזויווי אמאל פלעגט מען געבן נדן מיט קעסט פאר די יונגעלייט, דארפן אונז דא אויך געבן פאר זיי. מיט דעם האבן די שותפים א גרויסע חלק אין דעם, און אויף דעם קומט זיך זיי שטארקע גרויסע קרעדיט און הכרת הטוב, עס קומט נישט אן גרינג, און די יונגעלייט דארפן דאס אויך מכיר טוב זיין, כאטש די יונגעלייט זענען דאך שותפים מיט זיי, דארף מען אבער אפילו א שותף מכיר טוב זיין. די אלע שותפים זאלן וויסן אז מיט א פשוט'ע ביזנעסדיגע חשבון איז דאס א גוטע קרן וואס ס'וואקסט דערפון, אז מ'שטעקט איין אין אזא זאך איז דאס א גוטע ביזנעס.
הכנה ליום הדין
חוץ מזה איז דאס טאקע א הכנה צום יום הדין און די הייליגע טעג, די יאר איז דאך ראש השנה שחל בשבת, ס'שטייט אין די משנה (ראש השנה ד, א) יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבת, א תלמיד חכם איז דאך בבחינת שבת, דאס אליין אז מ'קומט צום יום הדין מיט די כח פון 'שבת' פון שטיצן תלמידי חכמים איז דאס אליין א יום טוב, אנשטאטס די תקיעות, די תורה איז אליין איז שוין א זאך. אמרו לפני מלכיות כדי שתמלכוני עליכם; וויאזוי איז מען ממליך מלכותו יתברך? אלעס דורך די תורה הק'. 'זכרונות' גייט ארויף אויף די מחשבה פון א איד, די גאנצע מחשבה ווערט אויסגעאיידלט דורך די תורה הק'. 'במה בשופר', דאס איז דורך שפרו מעשיכם וואס דאס קומט אויך פון תורה הק'. זאל דער אייבערשטער העלפן מ'זאל זוכה זיין צו אלע השפעות טובות, מ'זאל זוכה זיין צו ברך עלינו ה' אלקינו את השנה הזאת, די פאר טעג פון די יאר זאל מען נאך קענען פועל'ן וואס מ'דארף צו פועל'ן, מ'זאל זיין צוגעגרייט צום הייליגן טאג, מ'זאל זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און צו כל מיני השפעות טובות, אונזערע עלטערן בעולם העליון זאלן מגין זיין אויף אונז, זיי זאלן אונז באגלייטן און צושטיין צו די זכותים, זיי זאלן מלמד זכות זיין אויף אונז, מ'זאל ווערן אפגעהיטן פון אלעס וואס מ'דארף אפגעהיטן ווערן. מ'זאל זוכה זיין צו כל מיני ישועות, צו הרמת קרן התורה, בביאת משיח צדקנו בב"א. ***
הכרת הטוב לנדיבים
נאכדעם וויל איך דאנקען דעם אייבערשטן, אונז זענען דאך דא געקומען אויף חינוך, מ'האט געמאכט דא וואס מ'רופט א 'חנוכת הבית' אויפ'ן בנין, א 'חנוכת הבית' אויף די זאַל, וויל איך דא ערשטנס ארויסברענגען א גרויסע שטארקע הכרת הטוב פאר אונזער חשוב'ער ראש הקהל [הרה"ח ר' יחיאל אבערלאנדער שליט"א], וואס ער שטייט שוין יארן לאנג און נעמט אויף זיין פלייצע נאך און נאך און נאך, בויען נאך א בנין און נאך א בנין, און דאס אלעס ווערט געטון מיט'ן גרעסטן פנימיות, מיט זיין גאנצע הארץ און מיט זיין גאנצע איבערגעגעבנקייט. אודאי וואונטשן מיר אים אז ס'זאל זיין עוד ינובון בשיבה דשינים, ער זאל זיין געזונט און שטארק, ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, ס'איז א זכיה אויף א איד וואס האט געקענט אזויפיל טון, און מ'זעט עס טאקע אויף אים, אז ער האט אזעלכע חשוב'ע קינדער און קינד'ס קינדער, תלמידי חכמים יראים ושלימים. כ'וועל זאגן א מילתא דבדיחותא, אז דער זאַל איז א שלימות אינעם גאנצן בנין, ווייל אונז בלייבן נישט שטיין ביי די חתונה, אונז האבן א תלמוד תורה צו מחנך זיין די קינדער, נאכדעם גייט מען אין ישיבה, און דאס זעלבע איז מיט די מיידלעך אין די בית חינוך לבנות. נאכדעם ווען די קינדער ווערן עלטער טוט מען שידוכים מיט די קינדער, דארף מען דאך האבן וואו צו חתונה מאכן... נאדעם וואס מ'האט חתונה, דארף מען דאך ווייטער מחנך זיין די פרישע קינדער און טון שדוכים מיט זיי און חתונה מאכן, און אזוי ווייטער. קומט אויס אז דער זאַל איז א שלימות אין די גאנצע זאך, ווייל דאס ווייזט אז מ'ווערט נישט פערטיג ביי די חתונה. איך וויל דא אויך זאגן בשבח פון די אידן וואס טוען דא, כ'קען נישט יעצט אויסרעכענען די גאנצע ליסטע פון די אידן וואס טוען אזויפיל אין אלע ענינים, סיי אין די קהלה, סיי אין די מוסדות, סיי אין די פארצווייגטע מוסדות, דא אין בארא פארק, אין לינדען און אין מאנסי. אבער איינעם קען איך מיר נישט איינהאלטן און איך וועל אים ערווענען, דאס איז הר"ר שלמה וועבער הי"ו, וואס איך בין מרגיש אז ער געבט אוועק פון זיין הארץ, ער געבט און ער געבט, ער ווערט נישט פערטיג מיט'ן געבן, סיי דעם בנין און סיי איבעראל וואו ס'זאל נאר זיין. וואונש איך אים אודאי, דער אייבערשטער זאל געבן אז ער זאל זיין געזונט און שטארק, קענען ווייטער זען נחת געזונטערהייט.
בשבח ארגון גשר לקשר
כ'וועל נאר זאגן א זייטיגע זאך וואס קומט אפשר נישט אהער צו די מוסדות, אבער איך וויל עס דא ערווענען, דאס זענען צוויי-דריי יונגעלייט וואס זענען צוריקגעצויגן מיט זייערע נעמען, אבער דער עולם ווייסט ווער דאס זענען, דאס זענען די יונגעלייט 'גשר לקשר' וואס טוען אין שידוכים, דאס איז דאך א מורא'דיגע מורא'דיגע זאך וואס זיי טוען מיט שידוכים, דאס איז א געוואלדיגע זאך! איך קען ממש זאגן אויף זיי, אז איך ביי זיי מקנא, ויהי חלקנו עמהם.
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו
ס'שטייט די וואך אין די סדרה (פ' בשלח טז, ו-ז) ערב וידעתם כי ה' הוציא אתכם מארץ מצרים ובוקר וראיתם את כבוד ה'. מ'דארף צו וויסן אז א איד וויל אריינלייגן די הענט אין די קעשענע ארויסצונעמען געלט פאר די מוסדות, אדער ער וויל זיך עפעס מטריח זיין אין די מוסדות, אבער ס'גייט שווער, דער בעל דבר פארלייגט זיך, דאס איז נישט דווקא ביי סתם אידן נאר אפילו ביי נגיד'ידישע אידן וואס האבן געלט, עס גייט נישט אזויווי מ'מיינט, מ'טראכט אהער און מ'טראכט אהין, דער בעל דבר מאכט שוין זיינע חשבונות, דאס איז וויכטיג און יענס איז וויכטיג. דארף מען וויסן 'ערב', טאמער עס גייט אים שווער, דעמאלטס 'וידעתם כי ה' הוציא אתכם', דארף מען גלייבן אינעם אייבערשטן, 'ובוקר' נאכדעם וואס מ'גלייבט שוין ווערט לעכטיג, דעמאלטס 'וראיתם את כבוד השם', דעמאלטס קען מען זען נחת. קודם דארף מען זיך פלאגן און זיך מטריח זיין אפילו עס איז שווער און שפעטער קומט שוין די נחת.