Skip to content
בקודש פנימה - פאפא

שיחת קודש של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בעת השבעה דנחמתא לפטירת אם המלכות הרבנית הצדיקת ע"ה

  • Sukkos
  • 5787
  • Hebrew
View printout

יום א' אחרי אחה"צ תשע"ט לפ"ק

נכחו שם (על פי סדר ההשתתפות): כ"ק האדמו"ר מביקסאד שליט"א, הגה"צ אב"ד אוהעל-וומס"ב שליט"א, להבחל"ח כ"ק האדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל, מו"ץ הג"ר יצחק אהרן גאלדבערגער שליט"א

מרן שליט"א: כ"ק מרן אאמו"ר זצוק"ל האט געזאגט אז על פי הלכה טאמער אן אבל הייבט אן אנפאנג טאג צו רעדן איז עס גענוג.

האדמו"ר מביקסאד: מיין טאטע [הגה"צ רבי נחום צבי פיש זצ"ל האדמו"ר מביקסאד] האט חתונה געהאט אין אנטווערפן, און דער רבי ז"ל איז געווען אונטערפירער, מיין טאטע האט נישט געהאט קיין עלטערן נאכ'ן מלחמה.

מרן שליט"א: אייער זיידע דער טעמעשווארער רבי הגה"צ רבי משה ארי' לעוו זצ"ל * איז געווען ביי מיין ברית אין אנטווערפן סנדק מעומד.

א. הגה"צ רבי משה ארי' לעוו זצ"ל הרב מטעמעשוואר היה חתן

האדמו"ר מביקסאד: מיין זיידע איז געווען אין אנטווערפן צוויי יאר. ווי לאנג איז דער רבי ז"ל געווען אין אנטווערפן?

מרן שליט"א: דער טאטע ז"ל איז געווען אין אנטווערפן פון תש"ז ביז תשי"א.

אידן זענען געקומען פון אנטווערפן באלד נאכ'ן קריג און מ'האט ארומגעשמועסט איבער דער מצב, ס'איז דאך געווען צעשפרייט, דער איז געווען דא און דער איז געווען דארט, האט מען גערעדט אז אין אנטווערפן ביים פאפא רב, דארט ברענט!

האדמו"ר מביקסאד: ס'איז געווען שיינע ישיבה אין אנטווערפן.

מרן שליט"א: דער טאטע ז"ל האט געמאכט אן איבערקערעניש אין שטאט. אנטווערפן איז געווען א בעל הבת'ישע שטאט, ס'איז געווען א בעלזער שטיבל פאר די בעלזא חסידים, אבער ס'איז נאכאלץ געווען א בל הבית'ישע שטאט, אבער ווען דער טאטע ז"ל איז אנגעקומען דארט מיט זיינע בחורים האט ער געמאכט אן איבערקערעניש אין שטאט.

האדמו"ר מביקסאד: דער רבי ז"ל האט געשריבן מיין טאטנ'ס כתובה.

מרן שליט"א: מן הסתם האט ער אים נאך געקענט פון שטאט סאטמאר.

האדמו"ר מביקסאד: סיי ווען דער רבי ז"ל האט געוואוינט אין סאטמאר האבן זיי זיך געקענט, אזוי אויך שפעטער ווען דער רבי ז"ל האט שוין געוואוינט אין פאפא, איז ער געקומען קיין סאטמאר צום יארצייט פון כ"ק מרן הקרן לדוד זי"ע.

מרן שליט"א: דער ביקסאדער רבי הגה"ק רבי אליעזר פיש זי"ע הי"ד האט איינגעפירט אז מ'זאל מסיים זיין ש"ס יעדע חודש בשותפות.

ווען דער טאטע ז"ל איז געקומען פון סאטמאר אויף פאפא, האט ער מיטגעברענגט די הנהגה, ער האט איינגעפירט אן עקסטערע סדר אין ישיבה וואס מ'האט געלערנט ש"ס, און דער טאטע ז"ל אליין האט פארהערט די בחורים ש"ס ב.

ב. ראה בקובץ 'גנזי אור' (קובץ ה' עמוד פג) השתלשלות הסדר במסגרת

ס'איז געווען דעמאלטס א גרויסע ישיבה פון איבער דריי הונדערט בחורים, וואס רוב בחורים האבן זיך משתתף געווען אין דעם, און מ'האט זיך געלאזט פארהערן אויף די בלעטער וואס מ'האט געלערנט, בדרך זה האט מען מסיים געווען ש"ס חודש'ליך.

דעמאלטס איז געווען שווערע צייטן און ס'איז געווען אין פאפא אסאך בחורים טמיר ונעלם'ס, אבער אפילו פארדעם איז שוין פאפא געווען גאר א גרויסע ישיבה.

חבורת 'מהדרי תלמודא' בהישיבה הק' בפאפא, ונעתיק רק קטעים מן הקדמת הב' ישראל יוסף קראקויער ז"ל הי"ד לחבורת מהדרי תלמודא: היות שבעינינו ראינו ובאזנינו שמענו שהרהצה"ק מביקסאד שליט"א הגדיל לעשות ויסד חברה עם לומדי ש"ס בקרב ק"ק סאטמאר יצ"ו שמסיימין בחבורה קדושה כל הש"ס מידי חודש בחדשו, וגם העיר רוחינו ודיבר אל לבנו לעשות הטוב, ולהשתדל להפיק רצון ד' וליסד חברה כזו גם פה בק"ק פאפא, כי מאוד ישרה בעיניו תועלת זו החברה, ודיבר אתנו מזה באריכות... וישמע כ"ק אדמו"ר שליט"א וייטב בעיניו לאמור, לעשות כן גם... אצלינו ק"ק פאפא, והוא גם הפליג בדבריו הקדושים בתכלית ותפארה שבחברה כי רב הוא, כאשר שמענו מפורש יוצא מפה קודש בהרצעת לימוד שיעור פ... ובמשנה... קצת... תועלתה ותכליתה.

ועוד הוסיף באמרי נועם להמנהלים לאמור, כי בלבד טעמים הכמוסים אשר ידוע שהרבה גאונים וצדיקים קדושי עליון שהפליגו מאוד להגדיל דבר זה כי ענין גדול הוא לחלק הש"ס ולסיים כולו בחבורה. והראה לנו כ"ק מרן שליט"א באגרת קודש התניא בסוף ספר ליקוטי אמרים שכתב לאנשי שלומיו וצוה ג"כ שיחלקו הש"ס ביניהם, וצריכין אנו לילך בעקבותיהם לא נודעו. ובאמת נמצא דוגמת זה בגמ' מס' ב"מ פרק השוכר את הפועלים דף פ"ה ע"ב, כי הוו מינצו ר' חנינא ור' חייא אמר ליה ר' חנינא לר' חייא בהדי דידי קא מינצית דעבדי לתורה דלא תשתכח מישראל, מאי עבידנא וכו', וכתבנא חמשה חומשי וסליקנא למתא ומקרינא חמשה ינוקי בחמשה חומשי, ומתנינא שיתא ינוקי שיתא סדרי, ואמרנא להו עד דהדרנא ואתינא אקרו אהדדי ואתנו אהדדי ועבדי לה לתורה דלא תשתכח מישראל, היינו דאמר רבי כמה גדולים מעשי חייא וכו', יעו"ש. הרי לך אלו דרגות מיקרו מעשי חייא דעבד שלא תשתכח תורה מישראל ושנה עם כל אחד סדר אחר, סדרו של זה שלא כסדרו של זה (אע"ג דכוונת ר' חייא עמוק עמוק מי ימצאנו, מ"מ על פי פשוטו עשה שלא תשתכח תורה מישראל ולמד שית סדרי עם שית ינוקי), כדי שכל חלקי התורה יהיו נלמדים מאתם, ואח"כ ציוה להם שילמוד כל אחד עם חבירו סדרו, וילמדו זה את זה, ועי"ז לא תשתכח תורה מישראל. עכ"פ עינינו הרואות שעלינו לתקן שלא תשתכח תורה מישראל וכו'.

ועוד הוסיף כ"ק אדמו"ר שליט"א ליתן טעם לשבח, כי ידוע דכל מיני ברכות וישועות והארות וכו' יש בתוה"ק, ולכל מסכת ומסכת יש בסגולתה להמשיך או לעורר איזה דבר כידוע מפי ספ"ק, למשל מסכת מכות סגולה לבטל הרהורים, ומסכת סוכה לבטל מחלוקת, וכמו כן לכל מסכת ומסכת, לא ראי זה כראי זה, על כן מה נכון מאוד לעורר כל מיני סגולות טובות וברכות, ולחבר להיות אחד בחד מתא, ואולי גם זה היה כוונת התניא.

הכותב מאריך שם עוד בדברים, ומסיים אח"כ בדבריו: ויש עוד טעמים שאמר כ"ק מרן, דאין נקל להסביר לכל. עד כאן שמענו מפ"ק כ"ק אדמו"ר שליט"א, והעתקנו תוכן דבריו שהסביר קצת לנו בנועמי נאומיו.

האדמו"ר מביקסאד: מיין זיידע האט מייסד געווען דעם סדר שנת תרצ"ג, דעמאלטס האט ער געזאגט אז ער דארף האבן אכציג בחורים וואס יעדער זאל לערנען א בלאט א טאג, שפעטער איז געווען מער משתתפים האט ער איינגעטיילט ווייניגער בלעטער גמרא, אויך האט ער איינגעטיילט בלעטער לויט די שוועריגקייט פון די גמרא.

הרה"צ רבי מאיר שליט"א: איך האב עס געהערט פון הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל, ער האט מיר געוואלט געבן א דוגמא פון א זאך וואס איז נישט נמשך געווארן נאכ'ן קריג, האט ער מיר דערציילט וויאזוי עס האט אויסגעקוקט דעם סדר פון לערנען ש"ס, דער זיידע ז"ל פלעגט אריינקומען אין בית המדרש און פארהערן די בחורים וואו זיי האבן געהאלטן*.

ג. ראה עוד שם בקובץ 'גנזי אור' בתקנות החבורה 'מהדרי תלמודא' (סעיפים כד-כה): סעיף כד - כ"ק אדמו"ר שליט"א ינסה את הבחורים עפ"י הגורל כפי ראות עיני הגבאים דישיה"ר, דזה יהיה... השיעורים בישיבה. ואל יטעה שום בחור בעצמו שלומד רק ליתר שאת בנדבת לבו, כי חוב מוטל עליו שידקדק שיעוריו בפלס, כמו משאר שיעורי הישיבה. סעיף כה - חוץ מזה, כל בחור יוכל להיות מזומן וצריך לו לחשוב שכ"ק מרן שליט"א יוכל לנסות אותו ולשאול... השיעורין... בנסיונות השיעורין, ואפילו בחור גדול יכול להיות מוכן... הנ"ל. ואפי'... יוכל לשאלו מה הוא לומד לשיעור טפל, וכמה למד מכבר, ויראה למען לא יבוש ולא יכלם, כי כן צוה המלך כ"ק מרן שליט"א.

איך האב אים געפרעגט פארוואס טאקע ס'איז נישט נמשך געווארן נאכ'ן קריג, האט ער מיר געזאגט: "דו ווייסט נישט וואס עס מיינט א קריג"...

מרן שליט"א: סוף פאר'ן קריג איז שוין געווען א גרויסע עולם אין פאפא, ס'איז אויך געווען דארט אסאך טמיר ונעלם'ס, אייער שווער כ"ק האדמו"ר מתורת מרדכי מוויזשניץ זצ"ל איז דארט געווען.

האדמו"ר מביקסאד: מיין שווער איז געווען אין פאפא א גאנצע יאר.

מרן שליט"א: יא, חוץ תשרי. ס'איז געווען אן עיבור יאר, איז אויסגעקומען אז ער איז דארט געווען צוועלף חדשים.

דער וויזניצער רבי כ"ק האדמו"ר האמרי חיים זצ"ל האט געפלאנט דעמאלטס פאר'ן קריג צו פארן אויף ארץ ישראל, אבער ס'איז נישט געווארן דערפון. דער וויזשניצער רבי [התורת מרדכי] האט מיר אמאל געזאגט אז דער טאטע ז"ל האט אים געבעטן אז ער זאל אים אויך פארשאפן שריפטן צו פאר'ן אויף ארץ ישראל, אבער ס'איז גארנישט געווארן דערפון.

אין פאפא האט געלערנט הרב שלמה לארענץ ז"ל, ער איז געווען פון די אגודה, ער איז געגאנגען פון פאפא לערנען צו די ליטווישע ישיבות, האט ער דעמאלטס געזאגט פאר'ן מאנטרעאלער רב הגה"צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל: "קום אויף ארץ ישראל, איך וועל דיר געבן שריפטן", איז דער מאנטרעאלער רב געגאנגען צו כ"ק אא"ז מרן הויגד יעקב זי"ע און געפרעגט דערוועגן, האט דער זיידע ז"ל אים נישט געלאזט פארן, ער האט אים מרמז געווען אז ער האט מורא אז ער זאל נישט נשפע ווערן פון איינעם - איך וויל נישט נאכזאגן די לשון - און ער האט אים געזאגט אז ער זאל נישט פארן, און ער איז טאקע נישט געפארן.

ער האט שוין געהאט א משפחה מיט א קינד, און ער האט ליידער אלעס פארלוירן ביים קריג, און נאכ'ן קריג האט ער שוין נישט געהאט מער קיין קינדער ל"ע, אבער דער מארהר געווען נאכ'ן רבי'ן ז"ל"ד.

מאנטרעאלער רב האט געזאגט: "איך האב קיינמאל נישט"

ד. נעתיק פה פרטי הסיפור כפי מה שסיפר איש סודו ונאמן ביתו הרה"ח ר' יוחנן הערצאג הי"ו (עלון בקודש פנימה - גליון מו): לפי האמת, אילו ימי לא יכלו לתאר עוצם דביקותו [של הגה"צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל הרב ממאנטרעאל] אל רבותיו הק', אך מעובדא אחת

הר"ר משה יודא וויינער הי"ו: כ"ק האדמו"ר מוויזשניץ-

ששמעתי מפיו אי אפשר להפטר, בה בלטה הקשר העמוק, אשר כל חסיד צריך ללמוד ממנו, מה נקרא 'ביטול גמור לרבי', אף כשאין מבינים ומשיגים לדעת הרבי.

היה זה בתחלת שנות המלחמה, כשהעבים השחורים התחילו לכסות את פני השמים; אז עלה ביד ידידו העסקן הרב שלמה לארענץ ז"ל - תלמיד מרן הויגד יעקב, ומעסקני אגודת ישראל בארה"ק - להשיג עבורו מסמכים נדירים ויקרי מציאות לברוח מאדמת הדמים אירופה ולנסוע לארצנו הק'. הרב ז"ל שאל אז את רבו מרן הויגד יעקב אם יכול לנסוע לארה"ק, אולם מרן הויגד יעקב לא הסכים עמו שיסע.

לאחר תקופה בשנת ת"ש, נתפש הרב ז"ל בכפיה לעבודת הצבא בהונגריה. הרב ז"ל נתמנה במחנה העבודה להכין התבשילים לאנשי הצבא, ובמשך הזמן עלה ביד הרב ז"ל לעשות היכרות עם הקצין שם, ולקראת ירח האיתנים שנת תש"א ניסה הרב ז"ל לבקש על נפשו מהקצין שירשה לו לנסוע הביתה על ראש השנה, ובשכר זאת הציע להקצין דמי המזון של אותם ג' ימים. דבריו גדלו והצליחו פרי, ומצא דיו חן בעיני הקצין, ומה גדלה שמחתו של הרב ז"ל, כשהקצין בישר אותו הבשורה טובה, שתינתן לו חופש קצר, ויוכל לחזור לביתו על חג ראש השנה. אולם משנשתחרר, לא נסע הביתה... רק שם פעמיו בדרכו לעיר פאפא, להסתופף בצל הקודש על ראש השנה כמקובל אצל חסידים.

כשנכנס הרב ז"ל אל הקודש פנימה לברכת שלום, הציע לפני מרן הויגד יעקב שלל של שאלות שנצטברו לו במשך הזמן בהיותו במחנה העבודה, וכמה מהן, היו שאלות דוקרות אשר היו מעידים ל"ע על הזמן בו נמצאים בעתים הללו, שאלות בהלכות חילול שבת, והנחת תפילין ועוד.

בתוך השיחה הציע הרב ז"ל שוב את שאלתו אם ישתמש באותם המסמכים לנסוע לארה"ק; הרב ז"ל היה בטוח שלאחר שישמע מרן הויגד יעקב שאלות קשות כזו, בודאי ישנה מעמדו אם לברוח מאירופה לארה"ק. אבל מששמע מרן הויגד יעקב את שאלתו, נענה ואמר לו בלשון של בקשה: "אבער דאך זעען מיר זיך נאך פון מאל צו מאל אויף א שבת; איך בעט דיר, פאָר נישט!" מאז סגר הרב ז"ל את התיק, ושוב לא התייחס כלל למסמכיו היקרים שהיו לו באמתחתו להציל את נפשו מיד האויבים הארורים ימ"ש.

איש סודו ר' יוחנן הי"ו סיים את הסיפור בהתרגשות: הרב ז"ל בעצמו סיפר לי את כל השתלשלות הדברים, וסיים לי בלב מלא רגש והתקשרות אל רבו: "יוחנן! דו ווייסט דאך וואס ס'איז געשען מיט מיר ביים קריג, און וואס כ'האב אלץ פארלוירן, אבער גלייב מיר, איך האב קיינמאל נישט מהרהר געווען אויף מיין רבי'ן!"

וומס"ב שליט"א האט מיר דערציילט אז זיין טאטע האט דערציילט, אז ער געדענקט א ברית וואס דער רבי ז"ל האט געמאכט פאר א קינד אינדערהיים אין פאפא, די ברית איז געווען חנוכה האט דער רבי ז"ל געגעבן א נאמען 'אפרים שרגא'. שרגא מיינט א לעכט על שם די נרות חנוכה און אפרים איז געווען דער נשיא וואס מ'האט געליינט יענעם טאג.

מרן שליט"א: די תמימות פונעם פריערדיגן דור, דור הולך ודור בא, די פריערדיגער דור איז א מוסטער פון יראת שמים מיט אמונה פשוטה. די מאמע ע"ה איז מיטגעגאנגען מיט'ן טאטן ז"ל מיט יעדע זאך, וואס מ'האט געדארפט, וויאזוי מ'האט געדארפט, זי איז צוגעשטאנען צו זיין האנט מיט אן עכטע אמונה פשוטה, זי האט צוגעקוקט די עבודה ביים טאטן ז"ל און זיך אפגעלערנט פון יעדע זאך, זי האט זיך אנגעזאפט מיט אמונה.

אב"ד אוהעל-וומס"ב: איך האב געהערט פונעם סקולענער רבי כ"ק האדמו"ר רבי אליעזר זוסיא זצ"ל ביי זיין מאמע'ס יארצייט, אז די מאמע האט אים צוגערופן פאר איר פטירה און אים געפרעגט וואס איז די טייטש 'והסר שטן מלפנינו ומאחרינו', האט ער גארנישט געענטפערט, נאר געשטאנען און געווארט וואס זי האט צו זאגן.

האט זי געזאגט אז ס'זענען דא מצוות וואס א מענטש טוט פאר זיך און ס'זענען דא מצוות וואס מ'טוט לטובת נשמות פון די עלטערן, די מצוות וואס מ'טוט פאר זיך ווערט מקויים 'והלך לפניך צדקך', די מצוות וואס די קינדער טוען, קומט נאך נאכדעם. דער שטן קומט אבער צום מענטש זאגן אז מ'זאל נישט טון קיין מצוות פאר זיך, זאגנדיג, "דו האסט פיינע קינדער זיי וועלן דיר שוין אינזין האבן". לאידך גיסא פאר די קינדער קומט ער און ער זאגט, "דיין מאמע איז שוין אל המנוחה נכונה, זי דארף גארנישט האבן". קומט אויס אז דער שטן וויל צו'גנב'ן די מצוות פון פריער און די מצוות פון שפעטער. דאס איז טייטש 'והסר שטן מלפנינו ומאחרינו'.

האט זיין מאמע צוגעענדיגט און געזאגט: "איך בעט דיר מיין קינד, זאלסט זען צו לערנען משניות, זאגן קדיש און געבן צדקה לטובת נשמתי".

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: מיין טאטע [כ"ק האדמו"ר הדובר מישרים מספינקא] זצ"ל איז געווען דא זייער נאנט אין שטוב. מיין זיידע [כ"ק האדמו"ר רבי שמואל צבי מספינקא] זצ"ל האט גענוצט דעם רבי'ן ז"ל דא פאר א פוסק אויף אלע זיינע שאלות, דאכט זיך מיר אז זיין שייכות מיט'ן רבי'ן ז"ל האט זיך אנגעהויבן דורך הגה"צ רבי יחזקאל"ע מערץ זצ"ל וואס מיין זיידע איז געווען זייער נאנט מיט ר' יחזקא'לע מערץ.

מיין טאטע ז"ל האט מיר אמאל דערציילט אז ער איז געווען אמאל באזוכן אין שפיטאל ביים רבי'ן ז"ל צוזאמען מיט זיין טאטן. דער רבי ז"ל האט דעמאלטס ארויסגעשיקט יעדעם פון שטוב, ער האט געוואלט רעדן פריוואט מיט מיין זיידן, נאכ'ן ארויסקומען האט מיין טאטע געפרעגט פון זיידן וואס דער פאפא רב האט געוואלט, האט מיין זיידע איבערגעזאגט אז דער רבי ז"ל האט אים געזאגט, אז ער האט ביי זיך שוקל געווען איבער די אלע פעולות וואס די דאקטוירים טוען צוליב געזונט אז ס'האט אים זייער אפגעשוואכט, אז ס'איז טאקע דא א מצוה פון 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם', אבער נאכדעם וואס מ'טוט די פעולות פון 'ונשמרתם' ווערט ער זייער אפגעשוואכט און ער קען נישט לערנען און דאווענען כדבעי, האט דער רבי ז"ל געזאגט אז ער האלט אז ער איז נישט מחוייב צו פאלגן די דאקטוירים באופן זה.

דער רבי ז"ל האט דעמאלטס געבעטן פון מיין זיידן, אז ער זאל פועל'ן ביי די מקורבים אז מ'זאל אים לאזן גיין אויף דעם וועג.

שפעטער ווען מיין טאטע האט געהאט זיין אפאראציע פסח, און ס'איז געווען פארשידענע ענינים וואס מ'האט געדארפט טון, האט ער גענוצט די מעשה און געזאגט דער פאפא רב דאך קלאר גע'פסק'נט אז אויב ס'שטערט עבודת ה' גייט נישט אן 'ונשמתרם מאוד לנפשותיכם'.

ה. ויצויין, שכשהיה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בשנת האבילות לא אמר קדיש אחר שיעור או דרשה, כמו שנהוג אצל העולם לומר משנה 'רבי חנניא בן עקשיא' אחר דרשה ולומר קדיש.

מרן שליט"א: דער טאטע ז"ל האט געליטן אויף 'גאַלד', ער פלעגט נעמען מעדעצינען אויף דעם, איז געווען אזא חזקה יעדע יאר פסח, אז אסרו חג תיכף נאך פסח האט מען אים געזען מיט ווייעדיגע פוס, די אידן געדענקען עס אז נאך פסח האט ער געהונקעט. איך גלייב נישט אז די מעדעצין איז געווען חמץ, נאר ער האט עס נישט געוואלט נעמען פסח.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: דער חידוש איז געווען דא וואס דער רבי ז"ל האט אויפגעטון מיט'ן כח הוראה אויף זיך אז 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם' איז נאר אויב עס שטערט נישט עבודת ה'.

מרן שליט"א: דאס איז אבער נישט געזאגט געווארן פאר יעדעם, דאס איז א העכערע זאך, ס'איז נישט פאר יעדעם. איך בין זיכער אז פאר יענעם וואלט ער נישט אזוי גע'פסק'נט, דאס איז נאר געווען פאר זיך.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: דער רבי ז"ל האט בכלל נישט גענומען קיין מעדעצינען פסח?

מרן שליט"א: ניין, אבער דער טאטע ז"ל האט געשריבן א תשובה להלכה וואו איז ער איז מקיל (ראה שו"ת ויען יוסף או"ח סימן רכה, רכו, רכז, רכח), אבער פאר זיך האט ער נישט מקיל געווען.

מו"ץ הרה"ג ר' יצחק אהרן גאלדבערגער שליט"א: שפעטער האט דער רבי ז"ל צוגעלייט א בלעטל צום תשובה, וואו ער איז נאכמער מקיל.

מרן שליט"א: איך בין געווען אמאל אין שטוב ווען איינער האט געפרעגט א שאלה און דער טאטע ז"ל האט אים גע'פסק'נט, האט יענער געגעבן א פרעג: "און וואס איז מיט א בעל נפש?" האט דער טאטע ז"ל אים געפרעגט: "וואס איז אייך א נפקא מינה?"...

הגרי"א גאלדבערגער: דער רמב"ם אין הלכות אבילות (פרק יד הלכה ז) זאגט א גרויסע חידוש, אז טאמער איינער קען מקיים זיין אדער מצות ביקור חולים אדער מצות ניחום אבלים, דארף ער קודם גיין אויף ניחום אבלים פאר ביקור חולים, כאטש ביקור חולים דארף אפשר מער האבן דער וואס קומט, אבער ניחום אבלים איז נישט נאר פאר די לעבעדיגע נאר דער נפטר האט אויך הנאה אז מ'קומט מנחם אבל זיין.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: דא איז דאך די נפטרת אוועק יום טוב, איז ווייניגער שייך דער ענין, ווייל ס'ווערט געברענגט אז טאמער ס'ווערט צוגעפירט א פטירה אין יום טוב, הגם אויף דעם עולם שטופט מען טאקע אפ די זמן פון אבילות, אבער אויף יענע וועלט טוישט מען נישט די זמנים, ממילא איז נאר די יקרא דחיי און נישט די יקרא דמותא.

מרן שליט"א: היינט איז נאך די זיבעטע טאג.

הגרי"א גאלדבערגער: ס'איז דא א מורא'דיגע חתם סופר (דרשות חתם סופר שבועות תקפ"ו), ער איז מספיד א בחור וואס ל"ע דערטראנקען געווארן שבועות, זאגט דער חתם סופר אז מאת ה' היתה זאת היא נפלאת בעינינו, חז"ל זאגן דאך אז פליאה איז געזאגט געווארן אויף מיתת צדיקים, סתם אזוי אז אן ערליכער איד גייט אוועק פריידט מען זיך אויבן אבער דא אונטן איז דא אבילות, אבער טאמער אן ערליכער איד גייט אוועק אין א יום טוב'דיגע טאג דארף מען זיך דא אונטן אויך פרייען.

מיט דעם טייטשט ער, מאת ה' היתה זאת היא 'נפלאת' בעינינו, 'נפלאת' גייט ארויף אויף מיתת צדיקים, אבער זה היום עשה ה', אויב דער באשעפער מאכט עס אין א טאג פון א שמחה, דעמאלטס איז נגילה ונשמחה בו, וויל דער באשעפער אז דא אונטן זאל מען זיך אויך פרייען. זאגט דער חתם סופר, אז דאס אז ער איז אוועק אין אזא טאג איז א סימן אז ער איז געווען א צדיק.

מרן שליט"א: ס'איז מורא'דיגע ווערטער!

מרן שליט"א: דאס וואס מ'האט גערעדט אז דער ענין פון ניחום אבלים איז נישט נאר פאר די חיים נאר אויך פאר די נשמה, דאכט זיך מיר אז וועגן דעם טעם האט זיך דער טאטע ז"ל נוהג געווען צו לערנען משניות בבית האבל, אלץ ווען ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין האט ער געלערנט משניות, ווייל דאס איז א חלק פון די ניחום אבלים.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: די אבלים האבן געזאגט קדיש נאכ'ן לערנען משניות?

מרן שליט"א: ניין, ווייל ס'איז א שאלה להלכה, וויבאלד דער וואס זאגט קדיש דארף דאך אויך מיטלערנען, אסאך האבן זיך געפירט נאך א דרשה אז דער אבל לערנט פאר זיך עפעס אנדערש און ער זאגט קדיש, אבער מ'האט עס נישט געטון, וועגן דעם פארשטיי איך אז מ'האט נישט געזאגט קיין קדישה.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: ס'איז אינטערעסאנט, ווייל ווען מיין טאטע ז"ל איז געזעסן שבעה, איז געווען א רעדע וועגן דעם, און מיין טאטע האט געזאגט אז ער געדענקט אז ער איז געווען אמאל ביי א שבעה וואו דער רבי ז"ל איז געקומען מנחם אבל זיין און מ'האט יא געזאגט קדיש.

מרן שליט"א: קען זיין אז מ'האט אמאל געזאגט קדיש, אבער סתם אזוי האט מען נישט געזאגט קדיש.

הגרי"א גאלדבערגער: ביים ראגאטשאבער זצ"ל וואלט עס נישט געווען קיין פראבלעם, ווייל דער ראגאטשאבער האט געלערנט בימי האבילות, ער האט געזאגט: "ענדערש זאל מען מיר שמייסן אויף דעם, איך קען נישט אנדערש". נאכדעם האט מען אים געוויזן אז ס'איז דא א ירושלמי אז אויב אייער קען זיך נישט אפרייסן פון תורה מעג לערנען בימי אבילות.

מרן שליט"א: ביי אים איז די לימוד התורה נישט אריין בגדר מניעה פון שמחה, נאר ביי אים איז דאס געווען א צער אויב ער לערנט נישט, און דאס האבן די חכמים נישט געמיינט.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: ביי אן איסטניס האט מען דאך אויך מתיר געווען פארשידענע זאכן ביי אן אבל.

הגרי"א גאלדבערגער: רבי גמליאל רחץ בלילה הראשונה שמתה אשתו (ברכות טז:).

מרן שליט"א: מיין מאמע [הרבנית הצדיקת] ע"ה האט מיר דערציילט אז הגה"צ רבי יונתן שטייף זצ"ל האט גערעדט מיט'ן טאטן ז"ל אז ער וויל איינפירן אז די נשים זאלן נישט גיין שבת מיט קיין תכשיטים וועגן הוצאה, האט דער טאטע ז"ל געזאגט פאר ר' יונתן אז דער ציבור וועט עס נישט הארכן, האט ר' יונתן געענטפערט מיט זיין שפראך: "פאפויע רב, זי זענען גערעכט".

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: מיין זיידע ז"ל האט טאקע נישט געלאזט גיין מיט קיין תכשיטים.

מרן שליט"א: פאר זיך פלעגט דער טאטע ז"ל יא מחמיר זיין. אמאל ווען דער טאטע ז"ל האט געקויפט פאר מיין מאמע א זייגער, האט ער מקפיד געווען אז ס'זאל זיין א גאלדענע דעקל - דעמאלטס פלעגט זיין אזא סארט זייגער - אזוי זעט מען נישט דעם זייגער, ס'איז בלויז אינעווייניג א זייגער און פונדרויסן א תכשיט.

גיין מיט א זייגער שבת איז א גרויסע דיון צווישן די פוסקים.

הגרי"א גאלדבערגער: ס'זענען געווען אסאך גדולים וואס האבן מתיר געווען האנט-זייגער'ס.

מרן שליט"א: ס'איז געווען לפי הענין, אבער מ'האט מדקדק געווען אויף דעם.

הגרי"א גאלדבערגער: ס'איז דא גרויסע מחלוקת אינעם ענין פון אבילות, צי מ'איז מחמיר אדער מקיל. אין תולדות קול ארי' ברענגען זיי אז הגה"ק הקול ארי' זי"ע האט שטענדיג נוטה געווען להקל, מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער רייסט אויס הלכות אבילות, האט ער געזאגט: "איך רייס נישט אויס הלכות אבילות, איך וויל אויסרייסן אז ס'זאל נישט זיין קיין אבילות בכלל". אבער פון כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע ווייסט מען אז ווי מער מ'איז מחמיר אין אבילות איז עס א טובת נשמה.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: באמת איז דאס די איינציגסטע כיבוד אב ואם וואס מ'קען נאך טון יעצט, זיך מתאבל זיין און טון לטובת הנשמה. סזענען דא וואס זאגן אז געבן א נאמען נאכ'ן טאטן איז אויך אן ענין פון כיבוד אב, אן אייניקל וואס געבט א נאמען איז נישט אזוי ווייט דא דער ענין פון כיבוד, אבער א קינד וואס געבט א נאמען נאך זיין אייגענע טאטן איז זיכער אן ענין פון כיבוד.

הגרי"א גאלדבערגער: ס'איז אינטערעסאנט אז די ערשטע נאמען אין די משפחה געבט מען נישט נאכ'ן טאטנ'ס זייט, נאר נאך די מאמע'ס זייט. דער ערשטער בעלזער רב זי"ע זאגט אז ס'שטייט (בראשית לח, ה) והיה בכזיב בלדתה אותה, געבט מען די ערשטע נאמען נאך די מאמע'ס זייט.

מרן שליט"א: דער מנהג פון געבן די ערשטע נאמען נאכ'ן שווער'ס צד קומט פון דעם ווייל מ'פלעגט עסן קעסט ביים שווער, האט מען אלס חייב אדם בכבוד ימיו געגעבן די ערשטע נאמען אין די משפחה פונעם שווער'ס צד, דאס איז מן הסתם א שפעטערדיגע מנהג.

האדמו"ר מבית ש"צ ספינקא: ס'ווערט געברענגט אז געבן א נאמען נאך משפחה איז א סגולה פאר אריכות ימים פאר'ן קינד.

הר"ר יחיאל בוים הי"ו: די רביצין האט זיך אלץ געזארגט אז יעדער מאנ"ש וואס האט געמאכט א שמחה זאל באקומען א מתנה, זי פלעגט מיר אלץ בעטן איך זאל איר ברענגען נאך, כדי צו קענען געבן מתנות, זי פלעגט אלץ באצאלן תיכף ומיד.

מרן שליט"א: זי האט געהאט גרויסע השגות אין דעם, געבן און באצאלן, זי האט געהאט א מורא'דיגע ארנטליכקייט און הכרת הטוב פאר יעדעם.

הגרי"א גאלדבערגער: אין קעמפ פלעגט מיר די רביצין אלץ רופן און זאגן א גוט ווארט, זי פלעגט מיר זאגן אז דער רבי ז"ל פלעגט אלץ זאגן אויף מיין טאטן הרה"ח ר' אשר זעליג גאלדבערגער ז"ל וואס ער איז געווען משגיח אויף די פלייש: "ווילאנג ר' זעליג איז מיין משגיח שלאף איך רואיג".

מרן שליט"א: איך געדענק ביי די שאלות אויף די קישקע'ס בין איך געווען שטארק אריינגעטון אין דעם, דער אופן וויאזוי ס'איז נולד געווארן די שאלה איז געווען, אז מ'האט כשר געמאכט פאר'ן טאטן ז"ל אין שטוב דרייסיג-פערציג עופות, בין איך נאכדעם געגאנגען אין געשעפט, כ'האב אפגעשניטן די קישקע און אריינגעלייגט אין יעדע עוף א פאפיר מיט א נאמבער, און אויף יעדע שטיקל קישקע האב איך געלייגט א נאמבער צו וויסן פון וועלכע עוף ס'קומט.

אזוי האב איך אלעס אריינגעברענגט צום טאטן ז"ל, און דער טאטע ז"ל האט דורכגעקוקט יעדע איינס, און געזאגט וועלכע ס'איז יא גוט און וועלכע ס'איז נישט גוט, און וועלכע ס'איז אפשר גוט אבער נישט פאר אים... אזוי איז געווען יעדע פיר וואכן בערך, ביז נאך א שטיק צייט האב איך געזאגט פאר'ן טאטן ז"ל: "וואס גייט דא פאר? אויב יעדע מאל טרעפט מען טריפות איז דאך דאס טריפות המצוי, דארף מען עס דאך בודק זיין?"

הערנדיג דאס האט דער טאטע ז"ל אנגעהויבן צו טראכטן דערוועגן אהער און אהין, שפעטער האט מיר דער טאטע ז"ל געזאגט: "ביזט גערעכט", דער טאטע ז"ל האט געלאזט רופן די וואס האבן געארבעט אין די בוטשער און געזאגט: "איך מאך צו דעם בוטשער, איך קען נישט האלטן אפן דעם בוטשער אויף דעם אופן".

דערנאך האט דער טאטע ז"ל געזאגט: "איך האב אן עצה, אינדערהיים איז געווען אזא זאך ווי גלאט-כשר און בלויז כשר, איך וועל דא אויך מאכן אז ווער עס וויל גלאט-כשר דארף מער באצאלן". דער טאטע ז"ל האט זיך דעמאלטס אויפגעשטעלט און געזאגט ברבים, אז אויב מ'וויל נישט גלאט איז אן אנדערע זאך, אבער אויב מ'וויל האבן גלאט-כשר מוז איך הייסן העכערן די פרייז.

ס'איז געווארן אן איבערקערעניש אין די גאנצע שטאט, איינער פון די גרויסע רבנים זענען געקומען מיט טענות אז דער האט געזאגט אז מ'דארף נישט און יענער האט געזאגט אז מ'דארף נישט, אבער אזוי האט דער טאטע ז"ל געזאגט און מיט דעם האט ער זיך געהאלטן.

הגרי"א גאלדבערגער: לעומת זה, תיכף ווען ס'איז ארויס דעם פסק פון רבי'ן ז"ל איז עס געווען ממש פאר פסח, האב איך געפרעגט פון רבי'ן ז"ל וואס איך זאל טון ווען איך גיי צו מיין שווער, צי איך זאל נישט עסן פון זיין פלייש, האט מיר דער רבי ז"ל געזאגט: "איך האב מקובל פון רב ז"ל [מבעלזא] אז ווען מ'גייט צו א שווער האלט מען נישט די חומרות".

מרן שליט"א: איך געדענק ווען ס'איז ארויסגעקומען די ווייסע קעלבלעך, די ווייסע קעלבלעך האט מען געפיטערט מיט מילך געמישט מיט פעטן, איז געווען די שאלה אז די קעלבלעך זענען מפוטם מיט בשר בחלב, און בשר בחלב מדאורייתא איז אסור בהנאה. דעמאלטס זענען געקומען כ"ק האדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל און נאך רבנים צום טאטן ז"ל אין שטוב פרעגן וועגן די ווייסע קעלבלעך צי ס'איז אויסגעהאלטן, צי ס'איז לכתחלה אדער נישט לכתחלה, מ'האט מברר געווען אז מדאורייתא איז דאך נאר אסור בישול ממש, און דאס איז נישט קיין בישול ממש ממילא איז עס נישט אסור בהנאה, און מפוטם איז נאר אסור טאמער ס'איז מפוטם מיט אן איסור הנאה".

ו. המצאת ה'ווייסע קעלבלעך' היתה, שסגרו עגלות בתוך דיר קטן כמה חששות, חשש האחד, חשש טריפות שהיה מפוטמים מאוד ולא נתנו להם להסתובב בחוץ רק בתוך דיר קטן, וכריסם היו רחבות מאוד ורגליהם היו קצרים כמו תינוק בן יומו. חשש השני היה חשש של מפוטם בבשר בחלב, כיון שפיטמו אותם עם חלב מעורב בשמנונית של בשר.

על חשש השני נסובה כאן דברי כ"ק מרן שליט"א, שביררו שהיות שאין בבשר בחלב כזה איסור דאורייתא כיון שאינו דרך בישול, אם כן אין בזה איסור הנאה, ולפי זה אין שום חשש לפטם הבהמה עם בשר בחלב כזה, כיון רק באיסורי הנאה יש האיסור של מפוטם. (כ"ד מו"ץ הג"ר יצחק אהרן גאלדבערגער שליט"א).

ר' יחיאל בוים: יעצט פאר יום טוב ווען מ'האט געמאכט די עופות פאר'ן רבי'ן זאל זיין געזונט, איז געווען זיבעציג עופות און זיבן איז נישט גוט געווען צוליב שאלות אין די קישקע, דאס הייסט אז צען פראצענט איז נישט גוט געווען. ווען עס איז אינגאנצן געלעכערט איז עס טריפה, אבער טאמער ס'איז דא א שוועמל, ס'איז אייטערדיג, איז מען אויך מחמיר, אפילו ס'איז נישט געלעכערט.

מרן שליט"א: הגה"צ ר' אברהם חיים שפיטצער זצ"ל האט גערעדט מיט'ן טאטן ז"ל דערוועגן, ביים רעדן מיט אים האט זיך דער טאטע ז"ל צעשריגן: "וואס זאגט איר אז ס'איז נישט רויט? ס'איז יא רויט!" נאכדעם האט אים דער טאטע ז"ל מפייס געווען.

הגרי"א גאלדבערגער: אויף די נושא האט זיך דער רבי ז"ל אויסגעדרוקט: "מ'קען קענען יורה דעה, אבער מ'דארף אויך קענען די מציאות".

מרן שליט"א: מ'האט גערעדט דא צופרי פון הלכות מקוואות. ס'איז געווען ווען מ'האט געהאלטן ביים בויען א מקוה אין קעמפ, הרה"ח ר' משה חיים גליק ז"ל איז געווען מענעדזשער און מ'האט געברענגט א קאנטראקטער, און אזוי, האט דער טאטע ז"ל געזאגט פאר ר' משה חיים: "וואס ברענגסטו מיר א קאנטראקטער וואס קען הלכות מקוואות"...

הגרי"א גאלדבערגער: איך געדענק ווי דער רבי ז"ל פלעגט זיך טובל'ן ממש אין די בור אריין.

מרן שליט"א: דאס איז געווען אין קעמפ קעפיטאל, ס'איז געווען גאר א נידריגע וואסער.

ר' יחיאל בוים: איך געדענק אין קעמפ קעפיטאל ווען מ'האט געמאכט די עירוב, איז איינער געווען אויפ'ן דאך מיט א האמער, דער רבי ז"ל האט זיך צוגעקוקט וואס ער טוט און געזאגט: "עה, וואס ווייסטו נישט וויאזוי מ'האלט א האמער".

הגרי"א גאלדבערגער: דער רבי ז"ל האט דעמאלטס געזאגט: "ס'איז נישט קיין מצוה צו זיין א בטלן"...

מרן שליט"א: ביי די סוכה האט דער טאטע ז"ל מדקדק געווען לכתחלה אזויווי דער פרי מגדים ברענגט אז מ'זאל מאכן די גאנצע סוכה מיט א מין וואס איז כשר לסכך.

איינער האט מיר דערציילט, אז ער האט געהאלפן מיט די סוכה ביים טאטן ז"ל, ער האט גענומען א האלץ עס אונטערצולייגן ביים סוכה און ער האט געוואלט ברענגען א מעסטער צו זען אויב די האלץ איז גראד, האט אים דער טאטע ז"ל געזאגט: "קום אהער, איך וועל דיר ווייזן וויאזוי מ'מעסט דאס, נעם א גלעזל וואסער, לייג עס ארויף, וועסטו זען צי ס'איז גראד צי נישט".

היינט צופרי האט מען דא גערעדט פון הלכות מקוואות. אין אנטווערפן איז געווען א איד א גרויסער עושר וואס האט געבויט א ספא. ער איז געווען מיליאנער, ס'האט אים נישט געפעלט קיין געלט, האט מען אים אונטערגעזאגט אז זאל שוין אויך מאכן דארט א מקוה; קיין געלט פעלט דאך אים נישט... האט ער געמאכט אויך א מקוה.

אין לאנדאן איז געווען הג"ר מאיר פאזען, ער איז געווען אזויווי דער העלמעצער רב זצ"ל אין אמעריקא, ער איז ארומגעפארן און געבויט מקוואות, דער הרב פאזען האט אים געמאכט די פלאן פון די מקוה און באופן זה האט מען געבויט די מקוה.

יענע תקופה איז דער אוהעלער דיין הג"ר שמואל זאב ראטה זצ"ל רב דחסידי בעלזא בני ברק געווען דא ביים טאטן ז"ל, האט ער גערעדט וועגן די מקוה דארט אין אנטווערפן און ער האט מעורר געווען עפעס א קליינע שאלה אויף די מקוה, האט אים דער טאטע ז"ל געזאגט: "מ'קען זיך אנטשעפענען אין דעם", ער האט נישט געזאגט אז ס'איז פסול, אבער ביי מקוואות איז מען דאך מחמיר האט ער געזאגט אז מ'קען זיך אנטשעפענען אין דעם.

מער פון דעם האט מען שוין נישט געדארפט, ווען דער אוהעלער דיין איז אהיימגעקומען קיין אנטווערפן האט ער געזאגט פאר אפאר היימישע יונגעלייט דארט אז ער איז געווען אין ניו יארק ביים רבי'ן און דער רבי האט געזאגט אז מ'קען זיך אנטשעפענען אין די מקוה, ממילא איז געווארן אזוי, אז ס'זענען געווען אידן וואס האבן זיך מונע געווען פון נוצן דעם מקוה.

די שמועה איז געקומען צו די אויערן פון הרב פאזען אז דער טאטע ז"ל האט עפעס געזאגט אויף די מקוה, האט ער געשריבן א תשובה צום טאטן ז"ל פרעגן 'מהיכן דנתני'. דאס איז געווען סוף ימיו פון טאטן ז"ל און דער טאטע ז"ל האט שוין נישט געשריבן געהעריג, האט ער געהאט א ברודער דאהי אין וואשינגטאן-הייטס הג"ר יעקב פאזען שליט"א, ער האט געמאכט עטליכע חיבורים, ער איז געווען א חשוב'ער איד, איך האט געהאט שייכות מיט דעם הרב פאזען פון וואשינגטאן-הייטס, האט ער מיר געבעטן בשם זיין ברודער אז איך זאל פועל'ן ביים טאטן ז"ל אז ער זאל אים ענטפערן 'מהיכן דנתני'.

דער טאטע ז"ל האט דעמאלטס משיב געווען מיט א תשובה אז ער האט נישט געזאגט אז די מקוה איז פסול, נאר אין תשב"ץ שטייט אז ביי א מקוה זאל מען מחמיר זיין אפילו אויף א שיטה יחידאה, נאכדעם האט אים דער טאטע ז"ל געשריבן זיין הערה אויף די מקוה, אז ס'איז געווען עפעס אן אוצר מים מיט א שטאפער פון אייזן, און דארט האט ער געהאט א הערה אויף די כשרות".

ז. ראה שו"ת ויען יוסף יו"ד סימן רלה (ב' ויקרא תשל"ו): לכבוד הרב וכו' הגאון המפורסם לשם ולתהלה חריף ובקי בחד"ת וכו' מו"ה מאיר פאזען שליט"א רב בק"ק לאנדאן יע"א.

מרן שליט"א: ס'איז געווען גוי'אישע אותיות. איך געדענק אז דארט אין קעפיטאל איז געווען א שטיקל שאלה, ווייל די מקוה איז געווען אונטער די קאך, און ווען מ'האט געוואשן די קאך האט אראפגעטראפט פון די קאך צו די מקוה.

מענטשן מיינען אז דער טאטע ז"ל איז געווען א מחמיר, ער האט געהאט א שם פון א מחמיר, אבער ס'איז נישט אזוי, ער האט פשוט אמת'דיג דן געווען אויף יעדע פרט.

דער טאטע ז"ל האט געהאט חילוקי דעות מיט הגה"ק צעהלימער רב זצוק"ל אויב מ'מעג קלענער מאכן די פייער יום טוב, דער טאטע ז"ל האט גע'טענה'ט אז אויב וויל מען אינמיטן יום טוב א קליינע פלאם דארף מען מאכן פאר יום טוב צוויי פלאמען, א גרויסע מיט א קליינע ".

הגרי"א גאלדבערגער: צעהלימער רב האט אויסגערופן אין בית המדרש אז אפילו ער האלט זיך ביי זיינע, האט ער אבער נישט קיין ברירה, היות ער האט צוויי לייבן - דאס האט ער געמיינט כ"ק האדמו"ר הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל און כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג זצ"ל - האט זיי ביידע האבן אים געבעטן אז ער זאל נישט מקיל זיין אין דעם, כדי ס'זאל נישט ווערן אין דעם א פירצה ". דאס הייסט דער רבי ז"ל האט געהאלטן אנדערש ווי אים אבער ער איז נישט געקומען מיט קיין טענות אז ער זאל נישט ארויסקומען מיט זיין פסק, אבער די אנדערע צוויי רבנים זענען געקומען צו צעהלימער רב מיט א בקשה אז ער זאל נישט ארויסקומען מיט זיין פסק כדי ס'זאל נישט ווערן קיין פירצה דערין.

ח. ראה בשו"ת ויען יוסף או"ח סימן שלב, שם מאריך כ"ק מרן ז"ל בפרטי האיסור, ונעתיק רק תחלת וסוף דבריו: כעת ארשום בזה בהנוגע להלכות יום טוב, דידוע דע"י סיבוב בית אחיזה שבו מגדילין ומקטינין הלהב של הגעז, ודרך תשמישו הוא דבתחלה מדליקין אותו בלהב גדול דכך נוח לחדליקו ואח"כ מקטינין הלהב ומגדילין אותו כפי צורך הבישול, דאם הלהב תמיד גדול אז מקדיח התבשיל.

ומסיים שם מרן ז"ל בדבריו: על כן נראה דיש ללמד לנשים המבשלות שלא יסובבו השרויף להקטין הגאז ביום טוב, וכשיריאות שלא יקדיח התבשיל, תעשנה כהעצה הנלמד מהמחבר באו"ח סימן רנ"ג ס"ג, דהיינו לשום קדירה ריקנית כפויה על פיה על הלהב, ועל גבה תעמיד הקדירה המתבשלת, דאז האש רחוק ולא יקדיח התבשיל, ותכין לכך קדירה מערב יום טוב הראויה לכך, ובאופן זה תוכל להחליף הקדירה בכל פעם מאש חזק לרפה או איפכא כרצונה מבלי להצטרך להכניס עצמה בחשש איסור כיבוי, או שתדליק בתחילה ב' להבים בהכירה אחד קטן ואחד גדול כדי שבאמצע הבישול תוכל להחליף הקדירה ולהסירה מהלהב הגדול להקטן.

ט. ראה בשו"ת מגדלות מרקחים להגה"ק מצעהלים זצ"ל, הערת המו"ל באו"ח סוף סימן צז, שם מתיר אפילו לכבות לגמרי אש ה'גאז' ביום טוב: מדברי מרן זצ"ל נראה שדעתו להתיר לכבות לגמרי, ולא שמענו שהורה כן למעשה, וכנראה משום דהוא מילתא דתמיהא. ובדבר הקטנת להב הגאז שלא לצורך בישול, התווכחו עמו מגדולי דורנו שדעתם נוטה לאיסור, ואם כי ידענו בבירור שדעתו לא זזה מהוראתו (כי כן שמעתי מפ"ק), בכל זאת הכריז בבית מדרשו ברבים כי מאחר ורבו עליו חביריו בנידון זה, הוא חוזר מהיתרו למעשה.

השיחה נסובה אודות מה שכתב מרן הערוגת הבשם בצוואתו ללמוד לעילוי נשמתו ולהזכיר 'משה בן אסתר'.

הגרי"א גאלדבערגער: ס'איז דא א גאנצע שמועס פארוואס דער ערוגת הבשם האט געהייסן מ'זאל אינזין האבן משה בן אסתר".

הרה"צ רבי פינחס חיים שליט"א: מ'האט אינזין ביידע, סיי דער טאטע'ס נאמען און סיי די מאמע'ס נאמען *.

י. ראה בהצוואה הק' 'הכנה דרבה' (אות לה): לכן עתה באתי לבקש מכם, הנה הגיע העת והעונה לעשות עמי אות לטובה לקיים עמי גמילות חסד של אמת, שילמוד כל אחד ואחד פרק משניות לזכות נשמתי, מלבד מה שלומדים בחבורות משניות שנתייסדו לשם זה, יוסיף כל ואחד ואחד ללמוד פרק אחד, ויאמר בפה מלא קודם לימוד - הריני לומד משניות זה לקיים מצות עשה של תלמוד תורה, ויהי רצון שיהיה לזכות נשמת משה בן אסתר.

מרן שליט"א: ס'איז מקובל, אז דער ערוגת הבשם האט געהאלטן אז דער עיקר תורה האט ער פון זיין מאמע, ווייל ער איז געווארן א יתום פונעם טאטן ביי די זיבעצן יאר און די מאמע האט אים אויפגעוועקט פארטאגס ער זאל לערנען, ממילא האט ער תולה געווען זיין תורה אויף זיין מאמע ".

יא. ראה בספר הבשם והשמן (עמוד תרכא) העתק ממכתב קודש של כ"ק מרן זצוק"ל בשפת אידיש אל הר"ר יחיאל מיכל דאווידאוויטש: "איך בעט אייך א טובה, איהר זאלט אזוי גוט זיין און אנצינדען א ליכט אויף דער מצבה, ווען מעגליך א שמן לעמפל, ווען נישט א פשוט גרויס לעכט, און ארויס זאגען דאס איהר זענט א שליח פון אייניקל יוסף בן שרה רבקה, אין זיין שליחות צינד איהר דאס ליכט לעילוי נשמת זקנו משה בן עמרם ובן אסתר, און דערנאך זאלט איהר מוחל זיין זאגען, יהי רצון מלפני אבינו שבשמים שיהא רבינו משה בן אסתר מליץ יושר בעד נכדו יוסף בן שרה רבקה ובעד זוגתו מרים בת חנה, ובניהם ובנותיהם חנה בת מרים וכל משפחתה, יעקב יחזקי' בן מרים וכל משפחתו, ישראל מנחם בן מרים וכל משפחתו, שרה רבקה בת מרים, יוכבד אסתר בת מרים, אהרן בן מרים, להנצל מכל צער ויגון ולרפואה שלימה ולחיי נחת בתורה ויראת שמים".

יב. ראה מה שכתב הגה"ק מצעהלים זצוק"ל בשו"ת מגדלות מרקחים יו"ד סימן עז: מה שתמהת על כ"ק אאמו"ר זצ"ל שכתב שם אמו, הוא מטעם הכמוס. הנה אביו היה תלמיד חכם גדול צדיק ותמים, ועיר מונקאטש שמו עיניהם עליו לשום עליו כסא הרבנות, אבל לא רצה כי היה לו גדר שלא לקבל על שכמו כסא רבנות, והיה לו מסחר גדול של בוי מאטעריאל [חומרי בניה], ומזה היה מתפרנס, אבל בעוה"ר שבק לן חיים בעודו צעיר לימים ולא הגיע עוד לשנת הארבעים, והניח אחריו עשרה יתומים ואבי זצ"ל היה הבכור והיה אז כבן שבע עשרה שנה ועליו היה מוטל לנהל העסק, ואמו ע"ה היתה שומרת עליו בכל לילה שעה ב' באשמורת שיקום ללמוד, ואמר שתורתו היא של אמו, כן שמעתי ממנו, ועל כן היה ברצונו להזכיר עליו שם אמו.

הגרי"א גאלדבערגער: דער רבי ז"ל האט געוויזן פאר כ"ק מרן האדמו"ר רבי שלמה מבאבוב זצ"ל די הלכה וועגן זאגן הרני כפרת משכבה אויף א מאמע, ס'איז א פלא אז ס'שטייט נישט אין הלכות אבילות נאר אין הלכות כיבוד אב ואם.

מרן שליט"א: איך געדענק עס, איך בין דארט געווען. דער באבובער רב האט געפרעגט פון טאטן ז"ל די הלכה צי מ'זאגט אויף א מאמע הרני כפרת משכבה, האט דער טאטע ז"ל געהייסן מ'זאל אים ברענגען שלחן ערוך יורה דעה, האט ער באלד אויפגעמישט צי הלכות כיבוד אב ואם (סימן רמ סעיף ט) און געוויזן די הלכה אז אויף א מאמע זאגט מען אויך הרני כפרת משכבה *.

הרה"צ רבי פינחס חיים: ס'שטייט אין הלכה אז ווען מ'זאגט א מימרא בשם דעם טאטן זאגט מען הרני כפרת משכבו, ביי א מאמע איז דאך אויך דא תורה, אל תטוש תורת אמך.

משב"ק הרה"ח ר' יעקב יוסף ניישלאס שליט"א: דער ויגד יעקב האט געזאגט א טעם פארוואס דער ערוגת הבשם האט געהייסן אינזין האבן 'משה בן אסתר', וויבאלד דער נאמען 'משה בן עמרם' איז צי א גרויסע טיטל, האט ער געוואלט אז מ'זאל אים מזכיר זיין 'משה בן אסתר' "ד.

הרה"צ רבי פינחס חיים: ס'האט מיר דערציילט הר"ר יעקב יחזקי' געשטעטנער הי"ו פון טאראנטא, אז הגה"צ רבי עמרם געשטעטנער זצ"ל האט געוואלט געבן א נאמען 'משה', אבער כ"ק מרן מבעלזא זי"ע האט נישט געלאזט, זאגנדיג: "ס'איז נאר דא איין משה בן עמרם".

מרן שליט"א: ר' עמרם געשטעטנער דער טאטע פון הגה"צ רבי נתן געשטעטנער זצ"ל האט געהאט א זון 'משה'.

הרה"צ רבי פינחס חיים: יא, למעשה האט מען יא געגעבן דער נאמען 'משה' און ס'האט אים געשאדט.

יג. ראה בשו"ע שם: חייב לכבדו אפילו אחר מותו, כיצד, היה אומר דבר שמועה מפיו, אומר כך אמר אבא מארי הריני כפרת משכבו אם הוא תוך שנים עשר חדש, ואם הוא לאחר שנים עשר חדש אומר זכרונו לברכה. הגה, ואין חילוק בין אם לאב בכל זה.

יד. ראה בספר הבשם והשמן (עמוד שלח) מכתבי הגה"ח ר' יצחק דוד הכהן פריעדמאן ז"ל: ושמעתי מפי כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק הויגד רבי נתן געשטעטנער זצ"ל: "מרן שליט"א: ס'איז דא אזא שמועה אז מ'געבט נישט דער נאמען 'עמרם' אליין, נאר צוזאמען מיט נאך א נאמען. אבער למעשה זעט מען אז ס'איז יא דא אסאך עמרם'ס, מיין רביצין'ס פעטער האט געהייסן 'עמרם' [הרה"ח ר' עמרם גרינוואלד ז"ל בן הגה"ק רבי אברהם יוסף מאונגוואר זצוק"ל].

מרן שליט"א: ס'איז דא אזא שמועה אז מ'געבט נישט דער נאמען 'עמרם' אליין, נאר צוזאמען מיט נאך א נאמען. אבער למעשה זעט מען אז ס'איז יא דא אסאך עמרם'ס, מיין רביצין'ס פעטער האט געהייסן 'עמרם' [הרה"ח ר' עמרם גרינוואלד ז"ל בן הגה"ק רבי אברהם יוסף מאונגוואר זצוק"ל].

הגרי"א גאלדבערגער: דער רבי ז"ל האט בזוו"ר געהאט א קינד 'עמרם יהודא', איז דאך דאס א ראי' צו די זאך.

הדומ"ץ שליט"א: דער זיידע הגה"ק רבי עמרם מטשארנא זי"ע איז דאך אוועק יונג.

הגרי"א גאלדבערגער: די גמרא זאגט אין בבא בתרא (יז:) אז עמרם מת בעטיו של נחש, קומט דאך אויס אז ס'איז גאר א הויעכע נאמען, און בעלזער רב ז"ל האט דאך געזאגט פאר מיין פעטער אז ער זאל נישט צאמשטעלן דער נאמען פון זיין טאטן מיט'ן נאמען פון אור החיים הק', דער רב ז"ל האט זיך אנגעכאפט די גארטל און געזאגט: "ער איז געווען א סאמע מלאך".

מרן שליט"א: דער מאנטרעאלער רב האט געוואלט מאכן א פירוש אויפ'ן אור החיים הק', האט ער געשיקט פרעגן פון רב ז"ל איבער דעם, האט דער רב ז"ל געזאגט: "זאג אים, ער זאל זיך זוכן בעסער'ס". כ'האב שוין לאנג געהערט די מעשה, אבער יעצט האב איך געזען ברענגען אז הרה"ח ר' יחזקאל קאטצבורג ז"ל איז געווען דער שואל.

א' הרבנים: דער טאטע פון הגה"ק דער שאצער רב זצ"ל האט געהייסן 'יוסף בן מרים', ער האט אמאל געגעבן א קוויטל פאר כ"ק מרן מהר"י מבעלזא זי"ע, האט ער אים געזאגט: "א איד הייסט נישט יוסף בן מרים, אותו האיש האט אזוי געהייסן", האט דער מיטעלער בעלזער רב געהייסן צוגעבן א נאמען פארדעם און נאכדעם, פארדעם 'מרדכי' ווייל ס'איז געווען פורים צייט און נאכדעם 'משה', האט ער געהייסן 'מרדכי יוסף משה', דאס איז געווען הרה"ק ר' מרדכי יוסף משה מסוליצא זי"ע.

מרן שליט"א: ס'ווערט נישט געברענגט אין ערגעץ, אבער איך האב געהערט פונעם שאמשאנער רב הגה"צ רבי גבריאל יהודא אילאוויטש זצ"ל אז דער נאמען 'עמרם' ביי די אשכנזים שטאמט פון הגה"ק רבי עמרם חסידא זי"ע.

הציבור עובר לנחם.

טו. ראה בספר 'היכל הברכה' (פרשת ויחי) בשם הגה"ק מצאנז זצ"ל, שכל מי שנקרא בשם 'עמרם' הוא מיוחס למשה רבינו, וזו סגולה גדולה.

More in this printout

View the whole printout