Skip to content
מתנהג בחסידות

דער יו"ט פון וואסער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

חשיבות פון א גוטן רצון

איינע פון די זאכן וואס פארנעמט א גרויסן פלאץ אינעם יו"ט סוכות, איז וואסער. סוכות איז געווען ניסוך המים אויפ'ן מזבח. די גאנצע פראצעדור פונעם שעפן ביז'ן גיסן דאס וואסער איז צוגעגאנגען מיט א גרויסער שמחה, "ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה". מיר ווייסן אויך אז "בחג נידונין על המים", און מיר נעמען ערבות "שגדלין על מים". ס'איז טאקע כשר צו נעמען ערבות וואס וואקסן נישט ביי א טייך, אויב ס'איז פון דעם מין וואס וואקסט געווענליך ביי א טייך, דאס וואס די תורה רופט אן "ערבי נחל".

דא ליגט א געוואלדיגע נקודה פאר א מענטש. ווען דער אייבערשטער האט אפגעטיילט די מים עליונים פון די מים התחתונים ביי בריאת העולם, האבן די אונטערשטע וואסערן געשריגן: "רבונו של עולם, אנן בעינן למהוי קמי מלכא - מיר ווילן זיין נאנט צום אייבערשטן, מיר ווילן נישט זיין אזוי ווייט פון דיר". האט דער אייבערשטער געזאגט: איך וועל אייך געבן א געלעגנהייט צוריק צו ווערן נאנט. סוכות וועט מען גיסן וואסער אויפ'ן מזבח, און אויסערדעם וועט מען ארויפלייגן זאלץ אויף יעדן קרבן - "על כל קרבנך תקריב מלח" - און זאלץ קומט פון וואסער.

דאס וואסער וואס איז א דומם האט געשריגן צום אייבערשטן אז ער וויל זיין נאנט מיט'ן באשעפער, ער וויל האבן א שייכות מיט'ן באשעפער, און דער אייבערשטער האט זיך גערעכנט מיט זיין רצון. איך וועל דיר געבן וואס דו ווילסט, מ'וועט דיך ברענגען אויפ'ן מזבח.

דאס איז א גרויסער לימוד פאר יעדן איד, אז דער רצון און די תשוקה אליין האט ביים בורא כל עולמים א שטארקע חשיבות. מה- דאך וואסער וואס האט נישט קיין יצר הרע און ער דארף זיך נישט שלאגן מיט קיין שום שטערונגען, דאך האט ער זוכה געווען - צוליב זיין רצון צו ווערן דערהויבן אלס א קרבן אויפ'ן מזבח; און מיר פרייען זיך דערמיט ביי דער שמחת בית השואבה, "ושאבתם מים בששון - משם שואבין רוח הקודש", איז דאך כל שכן וכל שכן א מענטש וואס האט א יצר הרע, און ס'איז אים אויסטערליש שווער זיך אוועקצורייסן פון גשמיות און ווערן נאנט מיט'ן אייבערשטן, איז זיכער אז דער אייבערשטער וועט אים מקרב זיין צו זיך.

א רצון וואס איז העכער פון מעשה

ס'שטייט אין פסוק (שיר השירים ח, ז): "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה". זאגט דער מהר"ל אויף דעם אז מ'מיינט דערמיט די כוחות התאוה, ווי ס'איז באקאנט אז מים איז תאוה, און דער פסוק זאגט אז אלע תאוות פסולות וואס ליגן אין מים קענען נישט אוועקנעמען דעם איד פון זיין טיפע תשוקה צום אייבערשטן. ס'וועט אייביג בלייבן די שאיפה צו ווערן נענטער, האבן מער שייכות מיט'ן כביכול, און זיך צוזאמבינדן מיט אים אזויווי די ד' מינים, ס'זאל זיין "והיו לאחדים בידי ולידע איך שמך נקרא עלי".

מ'זאגט נישט "ולידע איך שמך נקרא עליהם", אויף די ד' מינים, נאר "ולידע איך שמך נקרא עלי"; ווייל איך בינד זיך צוזאם און איך שאקל זיך אויך, מיט מיין הארץ, מיט מיינע אויגן, און מיט מיין מויל. מיין רצון האט א מציאות וואס איז אין א געוויסן זין נאך מער ווי א מעשה, וויבאלד דער רצון איז אינעם נפש, בשעת מעשה ווערט געטון מיט'ן גוף; און די דרגא פונעם נפש איז אסאך העכער ווי גופניות'דיגע מעשים, ווי דער מהר"ל זאגט אין מערערע פלעצער. דער נפש איז דאך דער חלק אלו-ה פונעם מענטש, בשעת דער גוף איז נאר א גשמיות'דיגער מציאות.

מיר האבן א ראיה דערצו פון דעם וואס חז"ל זאגן (יומא כט.) אז "הרהורי עבירה קשים מעבירה". אויבנאויף איז עס שווער צו פארשטיין, וויאזוי איז מעגליך אז צו טראכטן וועגן א געוויסע פעולה איז ערגער ווי די מעשה אליין? דער מהרי"ץ חיות איז מסביר דעם טעם דערפון, אז הרהורי עבירה זענען פוגם אינעם מוח, וואס דאס איז א רוחניות'דיגער אבר, דערפאר, כאטש דער חטא פון א מעשה איז טאקע גרעסער, איז דער פגם שטערקער דורכ'ן מהרהר זיין.

יעצט אויב ס'איז אזוי ביי א נישט גוטער רצון, ביי הרהורי עבירה, איז א קל וחומר ביי א גוטע זאך, ווען מ'האט א השתוקקות און א רצון צו ווערן נענטער צו דער שכינה, איז עס זיכער א רוחניות'דיגער מציאות וואס לייטערט אויס דעם מענטש. דערפאר טרעפט מען טאקע אין עטליכע חסידישע ספרים, אז זיי פרעגן פארוואס ס'פעלט בכלל אויס צו טון א פעולה. דער עיקר איז דאך סייווי נאר דער רצון, ווי מיר ווייסן אז "רחמנא ליבא בעי", איז פארוואס פאדערט דער אייבערשטער פון אונז צו טון למעשה'דיגע מצוות?

דער קדושת לוי פרעגט די קשיא, מ'טרעפט עס אויך שפעטער אין ייטב לב, און עס זענען דא פארשידענע תירוצים דערויף. ס'איז אויך דא זייער א פשוט'ער הסבר, אז ווען דער מענטש ברענגט ארויס דעם רצון מן הכח אל הפועל און ער טוט די מצוה למעשה, איז עס א גילוי ווי שטארק זיין רצון איז און ווי שטארק ס'איז זיין החלטה צו ווערן נאנט מיט'ן אייבערשטן.

דאס וויל דער אייבערשטער, אז דער מענטש זאל מגלה זיין די מחשבה דורכ'ן טון עפעס למעשה. די "רחמנא ליבא בעי" מוז ווערן ארויסגעברענגט מיט א פעולה, און ס'זאל נישט בלייבן נאר מיט דער מחשבה. דערפאר, אויב ס'איז נישט אנגעקומען לידי מעשה איז א סימן אז דער רצון איז נישט געווען גענוג שטארק, חוץ ווען מ'איז אן אונס און מ'קען ממש גארנישט טון דערצו.

אן ערנסטער פלאן פאר שבת מברכים אלול

ס'האט מיר פארציילט א יונגערמאן א שיינע מעשה וואס האט פאסירט מיט אים:

א שבת פאר מברכים אלול, האט זיך דער יונגערמאן אוועקגעזעצט און געמאכט א חשבון הנפש. נעקסטע וואך שבת גייט מען שוין בענטשן ראש חודש אלול, דארף מען זיך דאך צוזאמנעמען און מאכן די ריכטיגע הכנה פאר די הייליגע טעג.

דער יונגערמאן האט א הנהגה אז ער לייגט זיך בכלל נישט שלאפן שבת נאכמיטאג, וויבאלד ער איז א בעל הבית וואס ארבעט שווער א גאנצע וואך, און דערפאר וויל ער אויסנוצן דעם שבת נאכמיטאג אויף צו לערנען. על פי רוב האט ער א באשטימטע חברותא מיט וועמען ער לערנט שבת נאכמיטאג.

יעצט ווען ער האט געגעבן א טראכט וועגן מברכים אלול, האט ער מחליט געווען אז קומענדיגן שבת וועט ער אריינלייגן מער כוחות ווי געווענליך. ער האט זיך מסדר געווען פינקטליך וויאזוי ס'וועט דעמאלט אויסזען זיין סדר היום, און ער האט אויסגערעכנט אז אויב ער וועט זיין פארטיג מיט דער סעודה צוויי אזייגער, קען ער האבן גאנצע זעקס שעה נאכמיטאג אויף צו לערנען און זיך גרייטן צום חודש אלול ווי ס'דארף צו זיין.

ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל בלייבן נאר במחשבה אינעם עולם הרצון, דערפאר האט ער זיך אוועקגעזעצט מוצאי שבת מיט א פען און פאפיר, און אראפגעשריבן וויאזוי ער וויל דער נאכמיטאג זאל אויסזען.

ער האט אראפגעשריבן אז צוויי אזייגער וועט מען שוין האלטן נאך דער סעודה און דעמאלט וועט ער זיך קודם זעצן לערנען. ער וועט לערנען כך וכך אין יורה דעה, נאכדעם וועט ער אויסזאגן תהלים, נאכדעם וועט ער לערנען אביסל מטה אפרים, גמרא, אא"וו. ער האט געהאט א פינקטליכן חשבון וואס ער וועט טון יעדע האלבע שעה פון די זעקס שעה.

פון פלאנען ביז צו למעשה...

ווען ס'איז געקומען שבת מברכים אלול, האט ער געבענטשט ראש חודש מיט א ציטער, "ראש חודש אלול יהיה ביום"... ער האט זיך געשפירט גוט אז ער האט כאטש א פלאן אויף דעם נאכמיטאג. מ'גייט זיך באלד אוועקזעצן און אויסנוצן דעם מברכים אלול ווי ס'דארף צו זיין.

נאכ'ן דאווענען איז צוגעקומען צו אים א חבר און אים מכבד געווען צו מאכן קידוש אויף א גוטן בראנפן. דער יונגערמאן האט גראדע ליב דעם ביטערן טראפ - נישט אויף אן אופן פון שכרות, אבער ס'שמעקט אים דער אלקאהאל - און למעשה האט ער זיך אביסל פארטרונקען און איז איינגעשלאפן נאך דער סעודה, צי אפשר גאר אינמיטן דער סעודה. ווען ער איז אויפגעשטאנען איז שוין געווען שפעט, איז ער שנעל אריבערגעלאפן אין בית מדרש און ער האט קוים געכאפט שמונה עשרה פון מנחה.

יעדער פון אונז קען זיך פארשטעלן וואספארא טעם ער האט געשפירט. ער איז געווען זייער צעקלאפט און צעבראכן. מוצאי שבת האט ער זיך מתבונן געווען וואס ס'איז געשען. 'דא האב איך געהאט א גאנצן פלאן, וויאזוי אויסצונעצן שיין דעם שבת מברכים אלול, איך האב מיר אפגעשריבן אויף א צעטל פינקטליך וואס איך גיי טון במשך זעקס שעה, אבער צום סוף האט זיך אויסגעלאזט דערפון א זייפן-בלאז'. ער האט באשלאסן אז מ'וויל פון הימל אז ער זאל זיך אין עפעס פארבעסערן, האט ער מקבל געווען אויף זיך אז ער גייט

מגלה זיין די מחשבה דורכ'ן טון עפעס למעשה. די "רחמנא ליבא בעי" מוז ווערן ארויסגעברענגט מיט א פעולה, און ס'זאל נישט בלייבן נאר מיט דער מחשבה. דערפאר, אויב ס'איז נישט אנגעקומען לידי מעשה איז א סימן אז דער רצון איז נישט געווען גענוג שטארק, חוץ ווען מ'איז אן אונס און מ'קען ממש גארנישט טון דערצו.

More in this printout

View the whole printout