ס'האט מיר פארציילט א יונגערמאן א שיינע מעשה וואס האט פאסירט מיט אים: א שבת פאר מברכים אלול, האט זיך דער יונגערמאן אוועקגעזעצט און געמאכט א חשבון הנפש. נעקסטע וואך שבת גייט מען שוין בענטשן ראש חודש אלול, דארף מען זיך דאך צוזאמנעמען און מאכן די ריכטיגע הכנה פאר די הייליגע טעג.
דער יונגערמאן האט א הנהגה אז ער לייגט זיך בכלל נישט שלאפן שבת נאכמיטאג, וויבאלד ער איז א בעל הבית וואס ארבעט שווער א גאנצע וואך, און דערפאר וויל ער אויסנוצן דעם שבת נאכמיטאג אויף צו לערנען. על פי רוב האט ער א באשטימטע חברותא מיט וועמען ער לערנט שבת נאכמיטאג.
יעצט ווען ער האט געגעבן א טראכט וועגן מברכים אלול, האט ער מחליט געווען אז קומענדיגן שבת וועט ער אריינלייגן מער כוחות ווי געווענליך. ער האט זיך מסדר געווען פינקטליך וויאזוי ס'וועט דעמאלט אויסזען זיין סדר היום, און ער האט אויסגערעכנט אז אויב ער וועט זיין פארטיג מיט דער סעודה צוויי אזייגער, קען ער האבן גאנצע זעקס שעה נאכמיטאג אויף צו לערנען און זיך גרייטן צום חודש אלול ווי ס'דארף צו זיין.
ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל בלייבן נאר במחשבה אינעם עולם הרצון, דערפאר האט ער זיך אוועקגעזעצט מוצאי שבת מיט א פען און פאפיר, און אראפגעשריבן וויאזוי ער וויל דער נאכמיטאג זאל אויסזען. ער האט אראפגעשריבן אז צוויי אזייגער וועט מען שוין האלטן נאך דער סעודה און דעמאלט וועט ער זיך קודם זעצן לערנען. ער וועט לערנען כך וכך אין יורה דעה, נאכדעם וועט ער אויסזאגן תהלים, נאכדעם וועט ער לערנען אביסל מטה אפרים, גמרא, אא