Skip to content
מתנהג בחסידות

דער יו"ט פון וואסער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

חשיבות פון א גוטן רצון

איינע פון די זאכן וואס פארנעמען א גרויסן פלאץ אינעם יו"ט סוכות, איז וואסער. סוכות איז געווען ניסוך המים אויפ'ן מזבח. די גאנצע פראצעדור פונעם שעפן ביז'ן גיסן דאס וואסער איז צוגעגאנגען מיט א גרויסער שמחה, "ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה". מיר ווייסן אויך אז "בחג נידונין על המים", און מיר נעמען ערבות "שגדלין על מים". ס'איז טאקע כשר צו נעמען ערבות וואס וואקסן נישט ביי א טייך, אויב ס'איז פון דעם מין וואס וואקסט געווענליך ביי א טייך, דאס וואס די תורה רופט אן "ערבי נחל".

דא ליגט א געוואלדיגע נקודה פאר א מענטש. ווען דער אייבערשטער האט אפגעטיילט די מים עליונים פון די מים התחתונים ביי בריאת העולם, האבן די אונטערשטע וואסערן געשריגן: "רבונו של עולם, אנן בעינן למהוי קמי מלכא - מיר ווילן זיין נאנט צום אייבערשטן, מיר ווילן נישט זיין אזוי ווייט פון דיר". האט דער אייבערשטער געזאגט: איך וועל אייך געבן א געלעגנהייט צוריק צו ווערן נאנט. סוכות וועט מען גיסן וואסער אויפ'ן מזבח, און אויסערדעם וועט מען ארויפלייגן זאלץ אויף יעדן קרבן - "על כל קרבנך תקריב מלח" - און זאלץ קומט פון וואסער.

דאס וואסער וואס איז א דומם האט געשריגן צום אייבערשטן אז ער וויל זיין נאנט מיט'ן באשעפער, ער וויל האבן א שייכות מיט'ן באשעפער, און דער אייבערשטער האט זיך גערעכנט מיט זיין רצון. איך וועל דיר געבן וואס דו ווילסט, מ'וועט דיך ברענגען אויפ'ן מזבח.

דאס איז א גרויסער לימוד פאר יעדן איד, אז דער רצון און די תשוקה אליין האט ביים בורא כל עולמים א שטארקע חשיבות. מה- דאך וואסער וואס האט נישט קיין יצר הרע און ער דארף זיך נישט שלאגן מיט קיין שום שטערונגען, דאך האט ער זוכה געווען - צוליב זיין רצון צו ווערן דערהויבן אלס א קרבן אויפ'ן מזבח; און מיר פרייען זיך דערמיט ביי דער שמחת בית השואבה, "ושאבתם מים בששון - משם שואבין רוח הקודש", איז דאך כל שכן וכל שכן א מענטש וואס האט א יצר הרע, און ס'איז אים אויסטערליש שווער זיך אוועקצורייסן פון גשמיות און ווערן נאנט מיט'ן אייבערשטן, איז זיכער אז דער אייבערשטער וועט אים מקרב זיין צו זיך.

א רצון וואס איז העכער פון מעשה

ס'שטייט אין פסוק (שיר השירים ח, ז): "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה". זאגט דער מהר"ל אויף דעם אז מ'מיינט דערמיט די כוחות התאוה, ווי ס'איז באקאנט אז מים איז תאוה, און דער פסוק זאגט אז אלע תאוות פסולות וואס ליגן אין מים קענען נישט אוועקנעמען דעם איד פון זיין טיפע תשוקה צום אייבערשטן. ס'וועט אייביג בלייבן די שאיפה צו ווערן נענטער, האבן מער שייכות מיט'ן כביכול, און זיך צוזאמבינדן מיט אים אזויווי די ד' מינים, ס'זאל זיין "והיו לאחדים בידי ולידע איך שמך נקרא עלי".

מ'זאגט נישט "ולידע איך שמך נקרא עליהם", אויף די ד' מינים, נאר "ולידע איך שמך נקרא עלי"; ווייל איך בינד זיך צוזאם און איך שאקל זיך אויך, מיט מיין הארץ, מיט מיינע אויגן, און מיט מיין מויל. מיין רצון האט א מציאות וואס איז אין א געוויסן זין נאך מער ווי א מעשה, וויבאלד דער רצון איז אינעם נפש, בשעת מעשה ווערט געטון מיט'ן גוף; און די דרגא פונעם נפש איז אסאך העכער ווי גופניות'דיגע מעשים, ווי דער מהר"ל זאגט אין מערערע פלעצער. דער נפש איז דאך דער חלק אלו-ה פונעם מענטש, בשעת דער גוף איז נאר א גשמיות'דיגער מציאות.

מיר האבן א ראיה דערצו פון דעם וואס חז"ל זאגן (יומא כט.) אז "הרהורי עבירה קשים מעבירה". אויבנאויף איז עס שווער צו פארשטיין, וויאזוי איז מעגליך אז צו טראכטן וועגן א געוויסע פעולה איז ערגער ווי די מעשה אליין? דער מהרי"ץ חיות איז מסביר דעם טעם דערפון, אז הרהורי עבירה זענען פוגם אינעם מוח, וואס דאס איז א רוחניות'דיגער אבר, דערפאר, כאטש דער חטא פון א מעשה איז טאקע גרעסער, איז דער פגם שטערקער דורכ'ן מהרהר זיין.

יעצט אויב ס'איז אזוי ביי א נישט גוטער רצון, ביי הרהורי עבירה, איז א קל וחומר ביי א גוטע זאך, ווען מ'האט א השתוקקות און א רצון צו ווערן נענטער צו דער שכינה, איז עס זיכער א רוחניות'דיגער מציאות וואס לייטערט אויס דעם מענטש. דערפאר טרעפט מען טאקע אין עטליכע חסידישע ספרים, אז זיי פרעגן פארוואס ס'פעלט בכלל אויס צו טון א פעולה. דער עיקר איז דאך סייווי נאר דער רצון, ווי מיר ווייסן אז "רחמנא ליבא בעי", איז פארוואס פאדערט דער אייבערשטער פון אונז צו טון למעשה'דיגע מצוות?

דער קדושת לוי פרעגט די קשיא, מ'טרעפט עס אויך שפעטער אין ייטב לב, און עס זענען דא פארשידענע תירוצים דערויף. ס'איז אויך דא זייער א פשוט'ער הסבר, אז ווען דער מענטש ברענגט ארויס דעם רצון מן הכח אל הפועל און ער טוט די מצוה למעשה, איז עס א גילוי ווי שטארק זיין רצון איז און ווי שטארק ס'איז זיין החלטה צו ווערן נאנט מיט'ן אייבערשטן.

דאס וויל דער אייבערשטער, אז דער מענטש זאל מגלה זיין די מחשבה דורכ'ן טון עפעס למעשה. די "רחמנא ליבא בעי" מוז ווערן ארויסגעברענגט מיט א פעולה, און ס'זאל נישט בלייבן נאר מיט דער מחשבה. דערפאר, אויב ס'איז נישט אנגעקומען לידי מעשה איז א סימן אז דער רצון איז נישט געווען גענוג שטארק, חוץ ווען מ'איז אן אונס און מ'קען ממש גארנישט טון דערצו.

More in this printout

View the whole printout