חשיבות פון א גוטן רצון
איינע פון די זאכן וואס פארנעמט א גרויסן פלאץ אינעם יו"ט סוכות, איז וואסער. סוכות איז געווען ניסוך המים אויפ'ן מזבח. די גאנצע פראצעדור פונעם שעפן ביז'ן גיסן דאס וואסער איז צוגעגאנגען מיט א גרויסער שמחה, "ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה". מיר ווייסן אויך אז "בחג נידונין על המים", און מיר נעמען ערבות "שגדלין על מים". ס'איז טאקע כשר צו נעמען ערבות וואס וואקסן נישט ביי א טייך, אויב ס'איז פון דעם מין וואס וואקסט געווענליך ביי א טייך, דאס וואס די תורה רופט אן "ערבי נחל".
דא ליגט א געוואלדיגע נקודה פאר א מענטש. ווען דער אייבערשטער האט אפגעטיילט די מים עליונים פון די מים התחתונים ביי בריאת העולם, האבן די אונטערשטע וואסערן געשריגן: "רבונו של עולם, אנן בעינן למהוי קמי מלכא - מיר ווילן זיין נאנט צום אייבערשטן, מיר ווילן נישט זיין אזוי ווייט פון דיר". האט דער אייבערשטער געזאגט: איך וועל אייך געבן א געלעגנהייט צוריק צו ווערן נאנט. סוכות וועט מען גיסן וואסער אויפ'ן מזבח, און אויסערדעם וועט מען ארויפלייגן זאלץ אויף יעדן קרבן - "על כל קרבנך תקריב מלח" - און זאלץ קומט פון וואסער.
דאס וואסער וואס איז א דומם האט געשריגן צום אייבערשטן אז ער וויל זיין נאנט מיט'ן באשעפער, ער וויל האבן א שייכות מיט'ן באשעפער, און דער אייבערשטער האט זיך גערעכנט מיט זיין רצון. איך וועל דיר געבן וואס דו ווילסט, מ'וועט דיך ברענגען אויפ'ן מזבח.
דאס איז א גרויסער לימוד פאר יעדן איד, אז דער רצון און די תשוקה אליין האט ביים בורא כל עולמים א שטארקע חשיבות. מה- דאך וואסער וואס האט נישט קיין יצר הרע און ער דארף זיך נישט שלאגן מיט קיין שום שטערונגען, דאך האט ער זוכה געווען - צוליב זיין רצון צו ווערן דערהויבן אלס א קרבן אויפ'ן מזבח; און מיר פרייען זיך דערמיט ביי דער שמחת בית השואבה, "ושאבתם מים בששון - משם שואבין רוח הקודש", איז דאך כל שכן וכל שכן א מענטש וואס האט א יצר הרע, און ס'איז אים אויסטערליש שווער זיך אוועקצורייסן פון גשמיות און ווערן נאנט מיט'ן אייבערשטן, איז זיכער אז דער אייבערשטער וועט אים מקרב זיין צו זיך.
א רצון וואס איז העכער פון מעשה
ס'שטייט אין פסוק (שיר השירים ח, ז): "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה". זאגט דער מהר"ל אויף דעם אז מ'מיינט דערמיט די כוחות התאוה, ווי ס'איז באקאנט אז מים איז תאוה, און דער פסוק זאגט אז אלע תאוות פסולות וואס ליגן אין מים קענען נישט אוועקנעמען דעם איד פון זיין טיפע תשוקה צום אייבערשטן. ס'וועט אייביג בלייבן די שאיפה צו ווערן נענטער, האבן מער שייכות מיט'ן כביכול, און זיך צוזאמבינדן מיט אים אזויווי די ד' מינים, ס'זאל זיין "והיו לאחדים בידי ולידע איך שמך נקרא עלי".
מ'זאגט נישט "ולידע איך שמך נקרא עליהם", אויף די ד' מינים, נאר "ולידע איך שמך נקרא עלי"; ווייל איך בינד זיך צוזאם און איך שאקל זיך אויך, מיט מיין הארץ, מיט מיינע אויגן, און מיט מיין מויל. מיין רצון האט א מציאות וואס איז אין א געוויסן זין נאך מער ווי א מעשה, וויבאלד דער רצון איז אינעם נפש, בשעת מעשה ווערט געטון מיט'ן גוף;