הלכה פראנט- לרגל פתיחת הישוב החדש לעיקפראנט בפלארידא
מה טוב ומה נעים פתיחת הישוב אחרי סוכות
קומענדיג נענטער און נענטער צום לאנג-ערווארטעטער טאג ווען עס וועט זיך בס"ד עפענן א נייע בלעטל פאר יהדות אמעריקא מיט'ן היסטארישע עפענונג פון א שפאגעל-נייע אידישע שטאט במלא מובן המילה, די שטאט לעיקפראנט אין פלארידע, וואס כלל ישראל קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף איר הצלחה איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס חז"ל זאגען אונז 'ארבעים יום קודם יצירת הולד מכריזין בית פלוני לפלוני', אז פערציג טאג פאר וואס א מענטש קומעט אראפ אויף די וועלט איז שוין דא א בת קול משמים וואס רופט אויס פונקטלעך ווי די מענטש וועט וואוינען, און טאקע דערפאר איז געווען צדיקים - צווישן זיי די שני מאורות הגדולים, הרה"ק מבעלזא זי"ע און הרה"ק מסאטמאר זי"ע - וועלכע האבען בדרך כלל נישט געענטפערט פאר מענטשן בנוגע ווי צו וואוינען, זאגענדיג אז די החלטה ווי צו ווואינען האט מיט די שורש נשמה פון א מענטש אויף וואס ס'פעלט אויס קלארע רוח הקודש צו קענן ענטפערן.
אט אזוי האט די השגחה עליונה צוגעפירט אז די שטאט לעיקפראנט אין פלארידע איז די פלאץ ווי די בת קול האט אויסגערופן פאר קרוב צו הונדערט פופציג משפחות [און בעזה"י פיל מער] אלס די פלאץ וואס עס איז באשערט צו זיין זייערע בית פלוני לפלוני.
נישט נאר די עצם פלאץ אליין איז בהשגחה פאר יעדעם ווי ער זאל וואוינען, נאר אזוי אויך די פינקטליכע דאטום ווען דאס זאל פאסירן איז אלעס בהשגחה, און עס איז אינטרעסאנט ארויסצוברענגן ווי מה' מצעדי גבר כוננו, און עס איז נישט קיין מקרה אז די מסבב כל הסיבות און די מחליף את הזמנים האט מסבב געווען אז די זמן פון באנייען די ישוב קומט אויס תיכף נאך יום טוב סוכות, ווען שוין באלד אום אסרו חג וועלן שוין די ערשטע תושבי העיר אי"ה באנייען זייערע פראכטפולע הייזער בשעה טובה ומוצלחת.
די שייכות פון באנייען א נייע הויז תיכף נאך סוכות איז גאר פאסיג לויט ווי עס ווערט גערענגט בשם הרה"ק מרוז'ין וואס האט געזאגט אז ווען איינער באנייט א הויז זאל ער צום ערשט אריינגיין אין די סוכה פון די הויז און נאכדעם צו די איבריגע חלק פון די הויז. אין ספר לב העברי איז ער דאס מרמז אינעם פסוק ויעקב נסע סכותה ויבן לו בית, אז ווען יעקב האט געבויט זיין הויז איז ער קודם אריין אין די סוכה. כעין זה איז ער מרמז אין די פסוק ויסעו מסוכות ויחנו באיתם, אז ערשט נאכן זיין אין די סוכה דעמאלסט איז ויחנו באיתם (דאס ווארט איתם איז מרמז אויף א שטוב, ווי עס שטייט (במדבר כ"ד כ"א) איתן מושביך).
איז טאקע די זמן גרמא, אז דייקא אין די טעג תיכף נאכ'ן וויילען אין די הייליגע סוכה, גייט מען מחנך זיין די נייע שטוב.
עס קען אבער זיין אז עס ליגט א טיפערער כוונה אין די ווערטער פונעם רוזינ'ער אז מען זאל קודם אריינגיין אין די סוכה און דערנאך צום נייע הויז, ווייל ווען א מענטש באנייט א נייע שטוב דארף ער אינזינען האבען אז אין די שטוב וועט מען טוהן דעם אלע מצוות התלויות בבית און מקיים זיין דעם בכל דרכיך דעהו.
אט דער עבודה לערנט אונז אויס די סוכה כמבואר בספה"ק אז מצות סוכה איז אז די מענטש זאל זיין אוכל ושותה ומטייל בסוכה, צו ווייזען אז די גאנצע גשמיות איז כולו לשם שמים
דאס זאגט די הייליגע רוזינ'ער אז ביים באנייען די הויז זאל מען קודם אריינגיין אין די סוכה - און זיך מתבונן זיין אין די מוסר השכל וואס די סוכה לערנט אונז, און מיטנעמען אט די מוסר-השכל פונעם סוכה אריין צום שטוב, ווי די הייליגע שינאווא רב זי"ע טייטשט דיי ווערטער פונעם פייטן (פיוט לליל שמיני עצרת) 'פונים מסוכה לביתם לישב, צקון לחשם הקשב', אז כלל ישראל נעמען מיט די הארה און די מוסר השכל פונעם סוכה צו זיך אינדערהיים. דער יסוד זאל זיין פאר די אויגען פון א מענטש ביים באנייען זיין הויז, און ווי די באר מים חיים שרייבט אויפן פסוק כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגיך, אז ביים בויען א נייע הויז זאל די תכלית זיין צו קענען מקיים זיין די מצוות וואס קומען מיט די הויז, ווי מצות מעקה (דורשי רשימות שרייבען אז מעק"ה איז ר"ת ק'בלת ע'ול מ'לכות ה'שמים), עיי"ש דבריו הקדושים באריכות.
מיר וועלן מסיים זיין מיט צוויי אינטרעסאנטע הוראות איבער א נייע דירה וואס האט שייכות מיט מצות סוכה. אין בעלזא האט מען מקפיד געווען זיך נישט אריינצוען אין א נייע הויז תוך שלשים יום פאר סוכות, און די סיבה דערצו איז ווייל די מצות סוכה איז דאך 'צא מדירת קבע לדירת עראי' איז ממילא אויב מען האט נאכנישט געוואוינט דארט דרייסיג טעג הייסט עס נאכנישט א דירת קבע.
נאך א אינטרעסאנטע הוראה איז דא בשייכות פון מצות סוכה צו א נייע הויז, וואס די מהרש"ם ברענגט אין זיין הגהות אויף צוואת רבי יהודה החסיד איבער די סכנה פון וואוינען אין א נייע הויז, אז אויב מען בויט דארט קודם א סוכה, איז נישט קיין חשש, ווייל מען האט שוין אנגעהויבן וואוינען דארט לצורך מצוה.
דינים הנוגעים בהעברת דירה
שטייענדיג שוין געציילטע טעג צום היסטארישע טאג ווען קרוב צו 051 משפחות בלעה"ר וועלן בעזה"י באנייען א נייע עיר ואם בישראל מיט'ן זיך אריבערציען צום הערליכען ישוב לעיקפראנט אין פלארידע, ברענגן מיר אראפ עטליכע הלכות און מנהגים וואס זענען נוגע ביים זיך אריבערציען אין א נייע הויז (א גרויסע חלק איז שוין איבערגעשמועסט געווארן בהרחבה ביים שיעור אין מאנסי, א' ואתחנן העעל"ט, און מיר ברענגן דא נאר אראפ בקיצור).
זמנים וענינים המסוגלים:
אין שלחן ערוך (יו"ד סי' קע"ט ס"ב) שטייט אז עס איז כדאי נישט אנצוהייבען א נייע זאך, ווי צום ביישפיל, אריינגיין אין א נייע דירה, מאנטאג און מיטוואך (ע"ש בט"ז הטעם).
עס זענען דא מקומות וואס זענען מקפיד אויך נישט צו באנייען א הויז אין די טעג פון א', ג', און ה' לחודש [אך ראה שו"ת אבני צדק לבעל ייטב לב (יו"ד סי' מ"ה) שכתב על זה מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה, והוסיף בדרך מליצה 'אשירה לה' כי גאה גא"ה, וכ"כ בשו"ת שבט הלוי (ח"י סי' קל"ה סק"ב) דמאן דלא קפיד בזה לא קפדינן בהדיה].
אויב האט מען שוין אנגעהויבן אריינלייגען עפעס זאכן אין די הויז פאר דעם, איז שוין נישט קיין חשש (סיי לגבי ב' וד' און סיי לגבי אג"ה).
עס איז א ענין אויב מעגליך אז פאר מ'גייט אריין אין א נייער הויז (בפרט אין א נייע הויז ווי קיינער האט נאכנישט געוואוינט) זאלן דריי מענטשן זאגען צ"א מאל ויהי נועם און יושב בסתר אין די נייע הויז, און אויך אויסזאגען דארט גאנץ חמשה חומשי תורה [שו"ת אבני צדק (שם) בשם זקינו הישמח משה, והביא דבריו נכדו בשו"ת דברי יואל (יו"ד סי' נ"ג)].
למעשה שרייבט שוין דער חתם סופר (יו"ד סי' קל"ח) אז די עיקר איז צו עוסק זיין בתורה ותפילה אינעם נייע הויז בשעת מען באנייט עס און מיט דעם נעמט מען אוועק אלע חששות [וכן כתב בשו"ת דברי יציב (או"ח סי' י"ג) 'והעיקר לקבוע מקום מיוחד ללימוד התורה בבית בקביעות גמור, ובזה עושין כל הדירה נטפל למקום תורה, ושומר מצוה לא ידע דבר רע, ויהיה ביתך נאוה קודש לאורך ימים'].
די חיד"א האט געשריבען א קונטרס 'חנוכת הבית לדוד' וואס דארט האט ער געשריבען א סדר פון פסוקים, משניות און תפילות וואס מען זאל זאגען ביים באנייען א הויז.
אויך איז דא פארשידענע ענינים און מנהגים שונים, ווי למשל דאס וואס ווערט געברענגט פון צדיקים אז ווען מען ציהט זיך אריין אין א נייע הויז זאל מען קודם אריינלייגען אין די הויז ברויט, האניג מיט זאלץ (מו"ר הגר"מ הלברשטאם זצ"ל פלעגט נאכזאגען בשם הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל אויך אריינצולייגען קאווע).
ווי אויך ווערט געברענגט פון צדיקים א ענין זיך אריינצוציען ליל שיש, און צו באנייען די הויז מיט'ן באקן חלות לכבוד שב"ק.
חנוכת הבית וברכת שהחיינו:
עז איז דא א ענין צו מאכן א סעודה חנוכת הבית ביים באנייען א הויז, אבער וויבאלד אז לויט'ן מגן אברהם (סי' תקס"ח סק"ה) איז דאס נאר אין ארץ ישראל, איז כדאי דאס משלב צו זיין מיט א סעודת מצוה (ווי למשל א סיום מסכת, סעודת ראש חודש אדער סעודת מלוה מלכה וכדו'), אדער על כל פנים זאל מען רעדן דברי תורה ביי די סעודה וואס מיט דעם ווערט עס אויך א סעודת מצוה.
אין שלחן ערוך (סי' רכ"ג ס"ג) ווערט געפסק'נט אז ווען מען קויפט א נייע הויז זאל מען מאכן די ברכה שהחיינו. צוליב פארשידענע שאלות וואס עס איז דא ביי דעם פירן זיך אסאך נישט צו מאכן די ברכה אויף א נייע הויז. איינער וואס וויל מהדר זיין און יא מאכן די ברכה, איז כדאי אינזינען צו האבען בשעת'ן מאכן די ברכה אז עס גייט ארויף אויך די נייע כלים וואס מ'האט געקויפט פאר די הויז, און ליתר שאת איז גוט אויך צו האבען א נייע פרוכט אויף וואס די ברכה זאל ארויפגיין. די בעסטע צייט פאר דעם איז בשעת'ן קביעות מזוזה וואס אזוי קען די ברכה אויך ארויפגיין אויף די מצות מזוזה.
זמן קביעות המזוזה:
איינער וואס קויפט א הויז איז מחוייב במזוזה תיכף (אנדערש ווי א שוכר וואס איז נאר מחוייב נאך דרייסיג טעג), איז ממילא זאל מען לייגען די מזוזה די טאג וואס די מאווינ"ג טרא"ק ברענגט די חפצים (אפילו אויב מען וועט זיך ערשט אריינציען מיט עטליכע טעג שפעטער).
די ברכה אויפ'ן קביעות המזוזה זאל מען נאר מאכן אויף א פתח וואס איז מחוייב לכל הדעות (ד.ה. אז עס האט א טיר [נישט בלויז א צורת הפתח] און אז עס איז גרויס ד' אמות על ד' אמות) און מ'זאל אינזין האבען אז די ברכה זאל ארויפגיין אויף אלע פתחים אין די הויז.
די נוסח הברכה איז 'אשר קדשנו במצותיו וצונו לקבוע מזוזה', און אפילו אויב ער לייגט עטליכע מזוזות איז די ברכה ווייטער 'לקבוע מזוזה' און נישט 'לקבוע מזוזות' (ראה בספר המזוזה פ"ה סכ"ח ובהערה שם).
הלכות בנוגע חול המועד:
על פי הלכה טאר מען נישט טוהן קיין מלאכה חוה"מ שלא לצורך המועד, דעריבער טאר מען נישט טוהן חוה"מ קיין מלאכה לצורך די מופן נאך יום טוב. אנדערש ווי שבת, איז חול המועד אבער נישטא קיין איסור ממצוא חפצך ודבר דבר, אויך איז נישטא חוה"מ קיין איסור הכנה אויף נאך יו"ט און דעריבער מעג מען רעדן וועגן די מופן און אזוי אויך טוהן פעולות (וואס זענען נישט קיין מלאכה) לצורך די מופן. אבער די היתר איז נאר אויב עס איז נישט קיין טירחא, אבער פעולות וואס זענען א טירחא (ווי למשל שלעפן שווערע באקסעס וכדו') איז אסור חוה"מ אפילו אויב עס איז נישט קיין מלאכה.