Skip to content
לעיקפראנט שבת בלעטל - אידיש

תורה פראנט - חג הסוכות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

חג הסוכות

ווען א קינד ווערט געבוירען, טוהט מען איהם גוט איינפאקען אין ווארימע קליידער, אז עס זאל נישט שאטען פאר איהם די טוישונג פון די לופט. אזוי אויך אין יום כיפור איז אונז דער אייבערשטער מוחל אויף אונזערע עבירות, און מיר ווערן אזוי ווי ניי געבוירען. דערפאר באשיצט אונז דער אייבערשטער מיט די סוכה, אז מיר זאלן נישט פיהלן די טוישונג פון הייליגקייט צו פראסטקייט.
(ר' דוד לעלובער זי"ע)

בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים וגו', לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסֻּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם וגו' (ויקרא כג-מב, מג). די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף ק"ל), אז אלע מצוות וואס די אידן האבן אנגענומען מיט שמחה, טוהען זיי היינט אויך מיט שמחה. דערפאר מאכט מען נאר א זכר צו די סוכות וואס דער אייבערשטער האט געמאכט פאר די אידן, און נישט פאר די אנדערע זאכן וואס זענען געווען נאך יציאת מצרים: די מָן, די בְּאֵר און די שְׂלָיו. ווייל ביי די אנדערע זאכן האבן די אידן געקלאגט אויף משה רבינו, אויסער ביי די "סוכות" האבן זיי זיך געפרייט. זאגט די תורה, אז מיר זאלן מאכן די מצוה וואס איז געמאכט געווארן מיט פרייד, אין א צייט וואס מען פרייט זיך, - אין סוכות.
(שפתי צדיק)

חַג הַסֻּכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ שִׁבְעַת יָמִים בְּאָסְפְּךָ מִגָּרְנְךָ וּמִיִּקְבֶךָ (דברים טז-יג). [יום טוב סוכות זאלסטו מאכן פאר דיר, ווען דו זאמעלסט איין דיין תבואה און דיין וויינגארטען.] דער "מנורת המאור" זצ"ל איז מפרש אזוי: דער זמן פון מצוות סוכה, איז ווען דער בעל הבית באזעצט זיך אין זיין הויז, און ער פוהלט דאס אהן מיט אלע תבואה און פרוכט. דער דאך פון זיין הויז באשמירט ער מיט קאלך, אז די ווינטער רעגענס זאלן נישט אריין טראפן. אין אזא צייט האט מען מורא, אז דער איד וועט זיך פארזיכערן אין זיין אייגענע כוח, און פארגעסן אז אלעס קומט פון דער באשעפער. דערפאר באפעהלט איהם די תורה אז ער זאל ארויס גיין פון שטוב און זיצן אין א קליינע שוואכע סוכה. אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו האבן בטחון אין דער אייבערשטער וואס גיבט פאר יעדעם איינעם זיינע באדערפענישן, און באשיצט איהם פון אלע שלעכטס.

עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך (אורח חיים סי' תרכ"ה), אז ערב סוכות זאל מען טיילען א סאך צדקה. מען וויל מיט דעם זאגן פארן מענטש: אויב דו האסט אויסגעגעבן אזוי פוהל געלט צו קויפען א שיינעם אתרוג און צו בויען א שיינע סוכה, זאל די מצוה זיין גאנץ, און זעה אז אויך די ארימעלייט זאלן האבן געלט. דורך דעם וועט זיך דערקענען, אז דאס געלט וואס דו האסט אויסגעגעבן, איז נאר געווען פאר דעם באשעפערס וועגן, און נישט פאר דיין כבוד.
(ר' יהודא אסאד זצ"ל)

וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכּוֹ וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיּוֹן (תהילים קאפיטל עו-ג): צוויי מצוות האבן די אידן באקומען, וואס מען גייט אריין אין זיי מיט דער גאנצער גוף. דאס זענען: "מצוות סוכה" און וואוינען אין "ארץ ישראל". דאס איז אויך מרומז "וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכּוֹ וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיּוֹן". "וַיְהִי בְשָׁלֵם", - וועלכע מצוות ווערן געטוהן מיט דער גאנצער גוף: "סוּכּוֹ", - דער מצוות "סוכה", "וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיּוֹן", - און צו וואוינען אין ציון, דאס איז "ארץ ישראל".
(דער ווילנער גאון זצ"ל)

די דינים פון מצוות סוכה זענען מרומז אין דאס ווארט "סכה". "ס" (האט 4 זייטען) - איז א רמז, אז דאס בעסטע איז צו מאכן א סוכה פון 4 ווענט. "כ" (3 זייטען) - מען איז אויך יוצא מיט א סוכה פון 3 ווענט. "ה" (2 זייטען מיט א קליינע שטיקל) - און אויב מען האט געמאכט א סוכה פון צוויי ווענט מיט א דריטע פון בלויז א טפח, איז מען אויך יוצא.
(החיד"א)

רבי משה קאברינער זצ"ל האט שטרענג אנגעזאגט זיינע חסידים אריין צו נעמען אין זייער סוכה געסט ארימעלייט, און זיי אויפנעמען מיט פרייד און רוהיגקייט. און אזוי האט ער געזאגט: "די גמרא זאגט אין מסכת עבודה זרה (דף ג'): "ווען משיח וועט קומען, וועלן די פעלקער פארלאנגען פון דער אייבערשטער אז ער זאל זיי געבן א מצוה צו באקומען עולם הבא. וועט ער זיי געבן די מצוה פון "סוכה", און זיי וועלן מאכן סוכות אויף זייערע דעכער. דער זון וועט שיינען מיט א געפערליכער היץ, און זיי וועלן אלע שטויסען און איינווארפען די סוכות און אוועק לויפען"! - "פארוואס עפעס וועלן זיי מאכן די סוכות אויף זייערע דעכער"? נאר די גוים ווילען זיכער מאכן אז קיין פרעמדער מענטש זאל נישט ארויף קומען צו זיי אין סוכה אלץ גאסט.
(רבי משה קאברינער זצ"ל)

די זכות פון "מצוות סוכה" איז זייער גרויס, אז עס באשיצט אלע מענטשן וואס זיצן אין איהר. דאס זאגט די גמרא אין מסכת סוכה (דף כ"ה): "מִצְטַעֵר פָּטוּר מִן הַסֻּכָּה". - "מצטער פטור", די צער פון א מענטש גייט אוועק - "מן הסוכה", דורך די מצוות סוכה. אויך זאגט די משנה: "חוֹלִין וּמְשַׁמְּשֵׁיהֶן פְּטוּרִין מִן הַסֻּכָּה" - די אלע סארט קראנקהייטן גייען אוועק דורך די סוכה.

אויך איז מצוות סוכה זייער גרויס, אז עס ברענגט פרנסה פאר די גאנצע יאהר. אויף דעם איז די משנה מרמז (סוכה פרק ב' משנה ז'): "מִי שֶׁהָיָה רֹאשׁוֹ וְרוּבּוֹ בַּסֻּכָּה, וְשׁוּלְחָנוֹ בְּתוֹךְ הַבַּיִת וכו'". - ווער עס איז מקיים מצוות סוכה, "ושולחנו" - זיין טיש, דאס מיינט "פרנסה", "בתוך הבית" - וועט זיין א גאנצע יאהר, אפילו ווען ער איז שוין אין שטוב.
(תפארת שלמה)

כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֻּכֹּת (ויקרא מב-מג). "כל האזרח" - יעדער איינער וואס זאגט "איך וויל שיינען", "ישבו בסוכות" - קענען מקבל זיין די קדושה פון די סוכה.
(דברי שלום - קוידנוב)

"מצוות סוכה" איז זייער באליבט, מער פון אלע מצוות. - ווייל יעדער מצוה איז קעגען אן אנדערע אבר פון דעם מענטש, אבער די סוכה נעמט ארום דעם גאנצן קערפער.
(דברי יחזקאל)

בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים: די ראשי תיבות פון "בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים" איז "תִּשְׁבִּי". מרמז צו זיין אז אליהו התשבי [אליהו הנביא] קומט אויך מיט אלץ גאסט מיט די זיבען אושפיזין".
(מהר"ש מבעלזא)

יְהִי רָצוֹן... אֶזְכֶּה לֵישֵׁב לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּסֻכַּת עוֹרוֹ שֶׁל לִוְיָתָן (תפילה כשיוצאין מהסוכה). דאס ווארט "לִוְיָתָן" איז אויך א לשון פון באגלייטען. מיר בעטן דעם באשעפער, אז די הייליגע ליכטיגקייט פון די סוכה זאל אונז באגלייטען א גאנצע יאהר, און איהרע השפעות זאל זיך דערקענען אויף אונז אין די וואכענדיגע טעג.
(ר' אהרן מקארלין זי"ע)

וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נַחַל וגו' (ויקרא כג-מ). דער מדרש זאגט אז די ד' מינים זענען געגליכן צו פארשידענע סארט אידן. "פרי עץ הדר" (דער אתרוג) האט א טעם און א ריח, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן תורה און מעשים טובים. "כפת תמרים" (דער לולב) האט א טעם אבער נישט קיין ריח, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן תורה אבער נישט קיין מעשים טובים. "ענף עץ עבת" (דער הדס) האט א ריח אבער נישט קיין טעם, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן מעשים טובים אהן קיין תורה. "וערבי נחל" (די ערבות) האבן נישט קיין טעם און נישט קיין ריח, - זענען צוגעגליכן צו אידן וואס האבן נישט קיין תורה און נישט קיין מעשים טובים. וואס טוהט מיט זיי דער אייבערשטער? זיי צו שטראפן וויל ער נישט, נאר דער אייבערשטער זאגט: "זאל מען איינבינדען אלע מינים צוזאמען, און איינער וועט פארגעבן אויפן צווייטן".

וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נַחַל וגו' (ויקרא כג-מ). דער מדרש זאגט (ויקרא ל-יג): אז די ד' מינים זענען מרומז אויף די איברים פון דעם מענטש. דער "לולב" - קעגן דער רוקען-ביין, דער "אתרוג" - קעגן דער הארץ, דער "הדס" - קעגן די אויגן, די "ערבה" - קעגן די ליפען. זאגט אויף דעם דער חידושי הרי"ם" זצ"ל, אז דערפאר הייבען מיר זיי אויף, צו ווייזען אז מיר שיידען אפ אלע אונזערע גלידער צום באשעפער. און דאס זאגט דער פסוק: "ולקחתם לכם" - עטס זאלטס נעמען זיך אליין.

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, זאגט אז דערפאר פאסט מען אויף אזוי שטארק אז דער "אתרוג" זאל זיין אזוי ריין און שיין, ווייל "אתרוג" איז געגליכן צום הארץ. און אויף וועלכער אבר פון דעם מענטש פאסט מען אויף אזוי ווי דעם הארץ.

אתרג: פיר מאהל דערמאנען מיר ביים דאווענען א ענין פון שלימות - גאנץ. 1) אמונה שלימה. 2) תשובה שלימה. 3) רפואה שלימה. 4) גאולה שלימה. דאס איז די ר

More in this printout

View the whole printout