מעשה פראנט
א אתרוג פון גן עדן
טייערע לעכטיגע קינדערליך!
אינעם הייליגע יום טוב סוכות אין די פרייליכע יום טוב איז דא א מורא'דיגע מצוה, ולקחתם לכם פרי עץ הדר נעמען א שיינע אתרוג, ווי אידן האבן מסירת נפש צו האבן א שיינע אתרוג בהמשך הדורות, נאך דא אסאך צו פארציילן וועגן דעם אתרוג.
די הייליגע צדיק און קדוש ר' אורי פון סטרעליסק זי"ע ווי מען רופט דער שרף פון סטרעליסק אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען א פשוט'ע מלמד, אבער נישט א מלמד אין א חדר יענע צייט איז דאך נישט געווען קיין חדר, ענק ווייסן דאך שוין מען האט דאך שוין אסאך מאל דערציילט ווי אזוי עס פלעגט אויסקוקן אמאל, מען האט גענומען א מלמד א איד וואס קען גוט לערנען און א ערליכע איד, מען האט אים אריינגעברענגט אין שטוב און ער האט געלערנט, איין שעה האט ער געלערנט מיט די קליינע אינגל עברי די אנדערע שעה האט ער געלערנט מיט די עלטערע אינגל וואס לערנט שוין תהלים ער קען שוין זאגן אפילו פסוקים חומש, און מיט די אנדערע האט ער שוין געלערנט אפילו חומש מיט רש"י און מיט די אנדערע אינגל האט ער שוין געלערנט אפילו משניות, גמרא, די מלמד איז אפגעזיצן א גאנצע טאג ביי די איד די דארפס איד ביי דעם גביר און אזוי האט ער געמאכט געלט און אזוי האט ער געהאט צום לעבן און די קינדער האבן זיך געלערנט לערנען אפילו די טאטע איז געווען אזא גרויסע עם הארץ האבן די קינדער כאטשיג געקענט לערנען.
די הייליגע ר' אורי איז געווען טאקע א מלמד פאר א פשוט'ע דארפס איד, נישט א גאנצע טאג, ער פלעגט אפאר שעה א טאג נאך אוועקגעבן צו דינען די אויבערשטער צו דאווענען און לערנען, און אזוי האט ער געקענט אנגיין א לאנגע צייט, א גאנצע יאר האט ער נישט אויסגעגעבן קיין איבריגע געלט, זיך אפגעשפארט נאר וואס מען דארף צום עסן, געלעבט זייער ארים און אוועקגעלייגט יעדע פרוטה וואס ער האט געקענט אוועקלייגן, ווייל ער האט געוואלט אז ווען עס קומט די הייליגע יום טוב סוכות זאל ער האבן אזא שיינע אתרוג, אתרוג איז אקעגן די הארץ די הארץ פון די מענטש זאל זיין ריין.
עס איז באקאנט פון גרויסע צדיקים איז וואס זיי פלעגן קויפן די אתרוג טאקע דוקא פאר יום כיפור אז מען זאל האבן נאך א זכות צום יום הדין, און ער האט געקוקט אויפן אתרוג האט ער געזעהן אפאר שווארצע פלעקן האט ער געוויינט אתרוג דומה ללב, עס איז א סימן אז די הארץ איז נאכנישט ריין, ער האט עס אוועקגעלייגט און יום כיפור האט ער זיך אויסגעוויינט און תשובה געטוהן מיט'ן גאנצע הארץ, נאך יום הקדוש מען האט געעפנט די אתרוג פושקע האט זיך אנטפלעקט א ציכטיג אויג פארכאפנדע גלאנצע ריינע שיינע אתרוג מיט קיין איין ברעקל, פארוואס, ווייל אתרוג דומה ללב, אז די הארץ איז ריין איז די אתרוג אוטאמאטיש אויך ריין, מורא'דיג אינטערסאנט.
שוין, זיין רעבעצין זיין אשת חיל האט צוגעהאלפן די גרויסע צדיק אז ער זאל קענען טאקע שפארן די געלט נישט אויסגעגעבן די געלט פאר קיין איבריגע זאכן, זי האט געקענט גוט קאכן איז זי איז געגאנגען צו רייכע מענטשן און געקאכט פאר זיי און אזוי האט זי אויך אהיימגעברענגט נאך אפאר גראשן נאך אביסל געלט, אלס אז מען זאל קענען האבן א הערליכע אתרוג אזאנס דומה ללב. ווען עס איז געקומען די טעג פון עשרת ימי תשובה, ווען די געלט איז שוין געווען אפגעשפארט און ר' אורי מ'סטרעליסק די גרויסע צדיק א באהאלטענע צדיק קיינער האט נאכנישט געוויסט פון אים, דעמאלסט איז געווען די רבי ר' אלימלך די רבי ר' זושא, ר' אורי איז געווען א יונגערמאן קיינער האט נישט געוויסט פון אים, א שטילע א מלמד, באהאלטענע צדיק, ער האט שוין געהאט אפגעשפארט זיין גרויסע פארמעגן וואס פאר אים איז געווען א גרויסע פארמעגן פאר א הערליכע אתרוג.
ר' אורי ציילט אפ דאס געלט, ער איז אנגעקומען
צו פופציג גולדן, אסאך געלט, וואס א אתרוג וואלט מען געקענט קויפן מיט צעהן, אדער פינף, ער האט געדארפט האבן א שיינע אתרוג א הערליכע אתרוג, נישט וואס קאסט סתם פינף פונט נאר וואס קאסט אפאר הונדערט פונט און אפשר אפאר טויזנט פונט, פופציג גולדן פאר אן אתרוג.
ר' אורי לאזט זיך ארויס אויפן וועג אזוי ווי יעדע יאר ער פארט אראפ קיין יאנוב א שטעטעלע אויך אין פולין צו די סוחרים דארטן צו די שיינע אתרוג פאר טייער געלט.
(די יאנעווע אתרוגים קומען פון גאר אן אנדערע פלאץ דאס קומט פון א שטעטעלע יאנעווע אין איטאליע).
אונטערוועגנס שטעלט מען זיך אפ ווי? אין א גאסט הויז, ער גייט אריין אין קרעטשמע באשטעלט א גלאז טיי, ער מאכט א שהכל ווי אן ערליכע איד און ער לערנט אביסל ער גרייט זיך צי צום הייליגן טאג יום הקדוש עס קומט דאך שוין אט, ער טוט תשובה ווי עס דארף צו זיין, אזוי זיצענדיג דארטן הערט ער ווי א איד וויינט, נו עשרת תשובה וועלכע איד וויינט נישט, יעדע איד טוט תשובה, אבער די איד וואס האט געוויינט האט נישט געהאט קיין סידור'ל אין די האנט, און אויך נישט תהלימ'ל און אויך נישט קיין סליחות, ער האט געהאלטן אין די האנט א בייטש, א בייטש איז א שטעקן וואס האט אזעלכע ריטעלעך עס קומען ארויס אזעלכע וואס דאס ניצט מען צו שמייסן די פערד, שטייט דארטן א פראסטע איד גרויסע וואנצעס, אזא פעלצענע מאנטל אנגעפענצלט אפילו עס איז נישט געווען אזוי ווינטער'דיג דעמאלסט אבער די בעל עגלה'ס קוקן אויס מיט א בייטש אין די האנט שטייט און ער וויינט ווי א קינד און ער רעדט זיך אויס צו די בעל הבית פון די גאסט הויז און ער וויינט צו אים.
דו ווייסט דאך וואס איך טוה א גאנצע טאג, א גאנצע טאג גיי איך מיט מיינע סחורה אהין און צוריק און איך טראג מענטשן מיט מיין וואגן, דאס איז דאך מיין גאנצע געלט וואס איך טוה פארמאגן, יעצט שטיי איך און איך טוה וויינען און קלאגן, אויף דעם וואס איך האב שוין נישט קיין פערד אויף וועמען צו שלאגן, ווייל זיין פערד'ל האט זיך אויסגעשטרעקט און ער איז געשטארבן, און אזוי וויינט ער און ער בעט זיך, איך האב א שטוב מיט קינדערלעך וואס איך דארף זיי שפייזן איך האב נישט קיין געלט, און איך האב נישט גארנישט אהיימצוגיין און עס קומט א יום טוב אזא צרה האט מיך באטראפן מיין פערד איז מיך געשטארבן, און אזוי האט ער געוויינט איך קען אפילו נישט אהיימגיין צו מיין הונגעריגע פרוי און קינדער און אזוי האט ער געכליפעט און געוויינט און נישט געקענט קומען צו זיך.
נישט דאס וועט אפווישן מיינע טרערן, מיינע טרערן וועט אפווישן אז איר וועט מיר געבן... דו האסט א פערד.
יא, אבער מיין פערד איז אסאך ווערט, איך געב נישט קיין פערד פאר צדקה, איך דארף דאך אויך האבן מיין פערד. ווייסטו וואס, איך קען אפילו פאר דיך אראפגיין מיט'ן פרייז.
אבער עס איז נאך אלס...
וויפיל וואלסטו געוואלט האבן פאר דיין פערד? איך האב עטליכע גראשן אפשר איך קען צאמקראצן א פינף גולדן, אבער דו ווייסט דאך איך דארף האבן פינף גולדן צו קענען פאר יום טוב, עס קומט דאך באלד ערב יום כיפור, עס קומט א יום טוב, ד' מינים, ווי וועל איך האב געלט, וואס וועט זיין מיט א סוכה, נוי סוכה, וואס וועט זיין מיט עסן און פלייש און קוגל און א בעט אין די סוכה צו שלאפן מיט א שלאק, אזוי וויינט ער זיך אויס.
און ר' אורי די גרויסע צדיק הערט ווי די בעל הבית זאגט איך קען אראפגיין מיט'ן פרייז, עס איז טאקע א נייע פערד עס איז א געזונטע פערד, בעל עגלה איך האב זייער רחמנות אויף דיך איך מאך עס פאר פופציג גולדן.
פופציג גולדן עס איז טאקע א גוטע פרייז, איך האב דיך געזאגט איך האב פינף אפשר פינף גולדן צו צאמקראצן. איך האב דאס אויך נישט איך האב נישט קיין פופציג גודלן.
ר' אורי טראכט צו זיך, איין מינוט איין רגע, איך בין יעצט אויפן וועג, צו וואס, וואס? קויפן וואס? אן אתרוג א הדר, איז דאס חשוב'ער פאר'ן אויבערשטן די מצוה, איך זאל גיין און מהנה זיין די איד ראטעווען א איד פון א צרה ראטעווען זיין משפחה, איך קען דאך אים ראטעווען, ר' אורי טראכט נישט קיין צוויי ער נעמט ארויס פון זיין בייטל זיין וויינט, און ער לייגט עס אראפ אזוי און אפגעציילטע פופציג גולדן ער ציילט עס איבער נאכאמאל און ער גייט צי צו די בעל הבית פון די גאסט הויז און ער גיבט עס א לייג אראפ און ער זאגט, ר' איד, דאס איז די געלט פאר די בעל עגלה פאר זיין פערד, גיי צום שטאל און גיב אים זיין פערד, זאל די איד זעהן אז עס איז קיינמאל נישט פארפאלן און א מענטש, טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מען טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין די אויבערשטער העלפט שטענדיג, גייטס ברענג אים זיי פערד.
די בעל עגלה איז שוין געווען אין די זייט ער האט אפילו נישט צוגעהערט אפילו ער האט נאר געזעהן עפעס גייט פאר און ער האט אזוי געוויינט ווייטער. אבער די בעל הבית איז געווארן שאקירט, אזוי שטייט ער שאקירטערהייט און ר' אורי מ'סטרעליסק איז גלייך ארויסגעגאנגען פון די קרעטשמע, אז א איד זאל זיך נישט דארפן שעמען פון אים ווייזן דאס פנים ער זאל זיך נישט שפירן שלעכט פאר אים אז ער האט אים אוועקגעגעבן אזויפיל געלט, ער האט געוואלט טוהן די מצוה פון צדקה בשלימות.
די בעל הבית זאגט פאר די בעל עגלה, בעל עגלה דו, וועק דיך אויף, איך האב שוין די פופציג גולדן.
וואס ? דו האסט פופציג גולדן??
יא!! די איד דא האט געברענגט.
אה איך האב געזעהן אבער... ווי איז ער? ער האט געמיינט זיכער עס איז אליהו הנביא ווייל ר' אורי מסטרעליסק איז שוין פארשווינדן געווארן ער איז שנעל אוועקגעגאנגען פון דארטן, ער איז געווען זיכער אליהו הנביא האט אים געברענגט די געלט.
שוין ער איז געווען זייער פרייליך, ער האט געדאנקט די אויבערשטער. די בעל עגלה איז ארויס צוזאמען מיט די בעל הבית צום שטאל מען האט אויפגעבינדן די שיינע נייע פערד, א מחיה, ער בינדט עס צי צו זיין וואגן, עס האט א מחי'דיגע ארבעט, און די איד האט אויפגעלאכטן, ער האט נישט געהאט קיין ווערטער צו דאנקן די אויבערשטער, ער האט געדאנקט די בעל הבית, די בעל הבית זאגט דאנק מיך נישט די באשעפער האט צוגעהערט דיין תפילה ער האט דיר געברענגט די געלט אין די האנט, די איד איז עפעס גלייך אנטלאפן פון דא, אפשר איז עס געווען אליהו הנביא, דאנק די באשעפער.
די בעל עגלה איז געווען זיכער ביי זיך אליהו הנביא האט מיר געברענגט דאס געלט, באשעפער איך קען נאר דיך דאנקן דו האסט מיך געשיקט אליהו הנביא זאל מיך באצאלן פאר מיין פערד, יעצט קען איך גיין ארבעטן און האבן גענוג און נאך פאר אלעס.
די בעל עגלה האט זיך שנעל געיאגט ווייל עס איז שוין געווען כמעט געווען ערב יום כיפור, ער האט שוין געדארפט זיין אינדערהיים. אזוי אויפן וועג פליהט ער דורך די וואלד וואס פירט צו זיין שטאט אריין, און ער טראכט צו זיך, איך בין אזוי שולדיג פאר'ן אויבערשטן, איך דארף דיך אזויפיל דאנקן, באשעפער דו האסט מיך געראטעוועט פון מיין ערגסטע פראבלעם, איך וויל דיך דאנקן אבער באשעפער איך ווייס נישט ווי אזוי, איך קען נישט זאגן א אידישע ווארט, איך האב קיינמאל נישט געלערנט ביי קיין רבי, קיינמאל נישט געלערנט אין חדר, איך ווייס נישט ווי צו דאווענען נישט אינעווייניג און נישט אויסעווייניג גארנישט.
ער גיבט זיך א שטעל אפ מיט זיין וואגן אינמיטן וואלד און ער הייבט אויף זיין אויגן צום אויבערשטן, באשעפער אין הימל איך וויל דיך דאנקן, איך האב דיך ליב, איך וויל דיך דאנקן אויף די גוט'ס וואס דו האסט מיך געטוהן, וואס זאל איך טוהן איך ווייס נישט וואס צו זאגן ווי אזוי ארויסצוברענגן די דאנק, באשעפער די איינציגסטע זאך וואס איך קען, איך קען גוט שמייסן, איך וועל יעצט שמייסן מיט די בייטש אויפן בוים און דאס וועט זיין די לויב פאר'ן אויבערשטן, מיט דעם דריק איך אויס מיינע געפיהלן א לויב פאר'ן אויבערשטן ווייל איך קען גוט שמייסן איך וועל גוט אריינשמייסן אין די בוים מיט דעם וועל איך ארויסברענגן א דאנק צום אויבערשטן.
די בעל עגלה גייט צי צום די דיקע בוים און הייבט אן שמייסן, אחת, שתים, שלוש, ער האט געגעבן דריי גוטע שמייסן אין בוים אריין און ער זאגט "איך דאנק דיך באשעפער". נאכדעם האט ער זיך געשפירט אה איך האב געדאנקט איך האב שוין ארויסגעברענגט מיינע געפיהלן, און ער איז אריינגעפארן אין שטאט אריין און ער פארט זיך אהיים.
ר' אורי קיין געלט האט ער שוין נישט געהאט צו פארן קיין יאנוב קויפן אן אתרוג, א מהודר'דיגע אתרוג מאן דכר שמיה, (זיכער נישט אין באטאראכט) א פשוט'ע אתרוג וואס יעדע צווייטע איד האט וועט ער זיך קענען קויפן דארטן ווי ער וואוינט אויכעט, איז ער איז געגאנגען צו די נאנסטע שטאט ער האט זיך ארומגעדרייט אפאר טאג זוכן אתרוגים ער האט נישט געקענט טרעפן קיין גוטע פאר ביליג אלס איז געווען טייער טייער, ביז ער איז אריינגעפארן קיין ליזענסק עס איז שוין געווען ממש ערב סוכות איז ער דארטן אריינגעפארן אין שטאט און ער האט געזעהן שטיין דארטן טאקע א איד און עס שטייט אויפגעשריבן אין גרויסן אתרוגים, שוין ער גייט ער קויפט דארטן א פשוט'ע אתרוג, אזוי ווי עס איז שוין געווען ממש אזוי שפעט צו יום טוב האט ער שוין נישט געהאט קיין וואגן ווי אזוי אהיימצופארן האט ער געמוזט פארבלייבן אין ליזענסק אויף די ערשטע טעג סוכות, וועט ער נישט זיין אינדערהיים, אז די באשעפער וויל אזוי איז זיכער גוט אזוי, און אזוי איז ער געבליבן ביים גרויסן הייליגן צדיק וקדוש די רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, צו זיין ביי די הייליגע צדיק אויף יום טוב איז דאך אזא זכיה, מענטשן קומען דאך צו פארן פון אלע עקן פון די וועלט צו זיין ביי די גרויסע הייליגע צדיק, ער האט זיך געפריידט אז די באשעפער האט אזוי צוגעברענגט אז ער זאל דארפן זיין דא אין ליזענסק. ער האט געדאווענט ביים הייליגע צדיק בצילא דמהימנותא, אה די צדיק האט געדאווענט אונז האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פון די צדיקים.
די ערשטע טאג עס קומט צו שאקלן די לולב און די אתרוג יעדע איינער בענטשט אתרוג, ר' אורי האט געהאט ווי איינצושטיין און ער האט געשאקלט אין די סוכה דארטן און נאכדעם איז ער געקומען אין בית מדרש געדאוונט ווי אלע אידן, עס איז געווען ווען יעדע האט ארויסגענומען זיין לולב און אתרוג פאר הלל די הייליגע רבי ר' אלימלך רופט זיך אן צו זיין ברודער, זושע, זושא, זושא ברידער'ל, דו פילסט עפעס א טעם פון גן עדן דא? עפעס א מורא'דיגע ריח?
זאגט ער, יא יא יא, איך שפיר עס אויכעט.
די הייליגע צוויי ברודער'ס רבי ר' אלימלך מיט ר' זושא האבן געשפירט אין די בית מדרש א ריח גן עדן, פון ווי קומט די ריח, עס קומט פון אן אתרוג, אבער פון ווי, זיי האבן פרובירט ארומצוגיין אין די גאנצע בית מדרש רבי ר' אלימלך מיט ר' זושא נענטער צו די ריח, אה דארטן מיין איך מער ביים עק פון שוהל דארטן שמעקט נאכמער, און אלע אידן פון בית מדרש האבן זיך זייער געוואונדערט אז רבי ר' אלימלך מיט ר' זושא דרייען זיך ארום אין בית מדרש און זיי זוכן, וועמען זוכן זיי דא, און א גאנצע צייט מאכן זיי אהה אהה, ביז די הייליגע צוויי ברודער'ס זענען נאכגעגאנגען די ריח און אנגעקומען צו א איד וואס שטייט מיט א פארדעקטע טלית איבערן פנים און זיינע ד' מינים ליגן אים אין האנט, און ער איז שטארק פאר'מוח'ט, און ער ווארט צו הערן ווי מען הייבט אן די הלל.
און פלוצלינג צו זיין איבעראשונג הערט ער ווי אזוי די רבי ר' אלימלך רופט זיך אן, ר' איד.
יוי! די רבי שטייט נעבן מיר. יא וואס האב איך די זכיה אז די רבי זוכט מיר יעצט פאר הלל?
זאג מיר, פון ווי האסטו דיין אתרוג?
איך האב עס פון א סוחר איך האב עס געקויפט. איך האב עס געקויפט דא אין ליזענסק טאקע ערב יום טוב און פארדעם בין איך טאקע דא פארבליבן.
זאגטס מיר, די אתרוג איז דאך עפעס אזא הדר שבהדר אזא הערליכע אתרוג האב איך אין מיין לעבן נישט געזעהן זאגט די הייליגע רבי ר' אלימלך, עס איז דאך אזוי ריין, עס האט דאך א שמעק א טעם פון גן עדן, פון ווי קומט די אתרוג איך האב נאך אזא אתרוג קיינמאל נישט געזעהן.
ר' אורי האט געזאגט, איך וועל דערציילן פאר'ן רבי'ן אלס נאכ'ן דאווענען, איך וויל נישט אויפהאלטן דעם רבין מיטן עולם.
שוין מען האט געדאוונט. נאכ'ן דאווענען ר' אורי איז אהיימגעגאנגען צוזאמען מיט'ן גרויסע צדיק די הייליגע רבי ר' אלימלך און רבי ר' זושא און ביי די סעודה ווען ער איז געזיצן צוזאמען מיט די הייליגע צדיקים האט ער פארציילט די גאנצע מעשה מיט'ן אתרוג, פון די אנהויב אז ער איז א מלמד ער האט זיך אוועקגעלייגט געלט ביז'ן סוף וואס עס איז געווען די מעשה מיט די בעל עגלה וואס האט באקומען ברוך השם א פערד, און אזוי האט ער זיך געמוזט קויפן מיט אפאר גראשן האט ער זיך געקויפט א ביליגע אתרוג.
האט זיך די הייליגע רבי ר' אלימלך אנגערופן, אורי, איך וועל דיך פארציילן די אנדערע חלק פון די מעשה, איר ווייסט די בעל עגלה איז טאקע א פראסטע איד, אבער א מורא'דיגע הארץ האט ער געהאט צום אויבערשטן, דו ווייסט וואס פאר א רושם ער האט געמאכט אין הימל, און ער האט פארציילט די גאנצע מעשה אז ער האט געוואלט ארויסברענגן די דאנק איז ער צוגעגאנגען צום בוים. די רבי ר' אלימלך האט דאך אלעס געזעהן. ער איז צוגעגאנגען צום בוים און אריינגעשמיסן אזוי דריי מאל, און די שטארקע שמיצן וואס ער האט אריינגעריסן אין די בוים האט געמאכט אזא טומל אין הימל.
און די הייליגע רבי ר' אלימלך זאגט ווייטער, די יום כיפור וואס איז יעצט געווען, די מדת הדין האט געהאלטן ביים איבערוועגן, עס האט אויסגעקוקט ווי עס איז געענדיגט עס איז שוין נישט דא קיין שום וועג ווי אזוי איבערצודרייען רחמים עס האט אויסגעקוקט ווי די וואגשאל בלייבט שוין אויף דין, עס ווערט שוין פארשריבן א שלעכט יאר, אפאר שעה פאר'ן זמן ווען די בעל עגלה איז אדורך די וואלד און ער האט געוואלט דאנקן די אויבערשטער מיט זיין ריינע הארץ האט ער אריינגעשמיסן מיט'ן בייטש אין בוים, דאס האט דורכגעבראכן די דין, און די וואגשאל איז אריבער צו רחמים, ר' אורי, איר האט די זכות דורך אייך איז ארויסגעקומען מורא'דיגע מורא'דיגע מדת הרחמים, מגלגלים זכות על ידי זכאי, אוי וואס פאר א זכות האט איר, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דיין אתרוג האט אזא ריח גן עדן, ווייל די באשעפער דארף דאס הארץ די באשעפער זוכט א מצוה, און די אתרוג איז דאך דומה ללב, די באשעפער זוכט נישט ווי א שיינע אתרוג דו האסט, ער זוכט וואס פאר א מצוה האסטו געטוהן, האסט טאקע אפגעשפארט די גאנצע געלט פאר אן אתרוג, אבער יעצט וואס איז די רצון השם, זאלסט גיין פרייליך מאכן די איד, מיט די גאנצע געלט וואס דו האסט האסטו אוועקגעשטעלט א איד און די איד האט געדאנקט די אויבערשטער און דאס האט דורכגעבראכן די דין און עס איז נאר ארויסגעקומען רחמים.
נאך יענע סוכות נאך יענע מעשה האט שוין די הייליגע ר' אורי מסטרעליסק אביסל אנטפלעקט געווארן און ער איז שוין געווארן נאכדעם א גרויסע רבי, ער איז געווארן די רב אין סטרעליסק, ער האט געהאט אסאך חסידים ער איז געווען א גרויסע צדיק וואס מען איז געקומען צו אים פועל'ן ישועות, די הייליגע שרף פון סטרעליסק די גרויסע צדיק.
די פארגאנגענע כ"ג אלול איז געווען די 200'טע יארצייט (נפטר געווארן אין יאר תקפ"ו) זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
זאל די אויבערשטער טאקע העלפן אז יעצט טאקע אין די זמנים וואס מיר זענען יעצט זאל דורך ברעכן די דין און עס זאל נאר בלייבן רחמים, אידן דארפן דאך רחמים, און די סוכות וואס איז זמן שמחתינו, והיית אך שמח, זאל מען קענען טאקע בלייבן א גאנצע יאר פרייליך, מען זאל נאר הערן גוטע בשורות, די רחמים זאל אינגאנצן איבערוועגן די דין, די דין זאל צושניטן ווערן אויף דינע דינע שטיקלעך און עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פון דעם, עס זאל נאר ארויסקומען גוט'ס פאר אידן, אידן זענען זיך מוסר נפש אידן לאזן זיך קאסטן אזויפיל געלט פאר אתרוגים, יעדע ווייזט ארויס א מורא'דיגע חביבות און ליבשאפט פאר די מצוה זאל עס ווערן אנגענומען פאר'ן אויבערשטער אזוי ווי די הייליגע קרבנות וואס מען איז מקריב אין די הייליגע טעג פון סוכות, און זאל אלע תפילות אונזערע ווערן אנגענומען לרחמים ולרצון מען זאל שוין קענען עולה רגל זיין אין די דריטע בית המקדש אלע אידן אינאיינעם געזונטערהייט און אלע צדיקים וועלן אויפשטיין צו תחיית המתים צוזאמען מיט זיי אקעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.