Skip to content
מבאר רבותינו

רבי יצחק אייזיק הכהן מקאריץ זי"ע בעל ברית כהונת עולם

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"ק רבי יצחק אייזיק הכהן מקאריץ זצ"ל איז געבוירן שנת תקי"ג לפ"ק צו זיין טאטע רבי יואל הכהן זצ"ל הי"ד אבד"ק אנטאניא יצ"ו, ער איז געווען פון די גרויסע תלמידים פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זצ"ל, און הרה"ק המגיד מזלאטשוב זצ"ל, ער איז באקאנט פאר א גאון וקדוש און גרויסער מקובל, זייענדיג צוועלעף יאר איז זיין טאטע ליידער נפטר געווארן ל"ע, און יענעם יאר האט מען אויפגענומען מיט די עצה פון הגה"ק רבי חיים הכהן ראפפארט זצ"ל צו זיין דער רב אין קלויז אין שטאט אוסטראה יצ"ו, און ווען ער איז געווארן בר מצוה האט ער חתונה געהאט, און מען האט אים אויפגענומען פאר רב אין שטאט קאריץ יצ"ו, זיין גאנץ לעבן איז ער געווען באהאפטן אין תורה בנגלה ובנסתר, און אויפגעשטעלט תלמידים גאוני ארץ, ער האט פארפאסט דעם ספר ברית כהונת עולם, שו"ת זכרון כהונה. ער איז נסתלק געווארן זייענדיג בלויז פינעף און דרייסיג יאר ט"ו תשרי שנת תקמ"ח לפ"ק. זיין הייליגער ציון געפינט זיך אין שטאט קאריץ יצ"ו.

אויפ'ן ציון פון בעל ברית כהונת עולם אין שטאט קאריץ האט מען אויפגעשטעלט א אוהל אן קיין טיר, נאר צוויי אפענע פענסטערס פון ביידע זייטן פונעם אוהל, און דארט פלעגן פילע חסידים קומען זיך משתטח זיין און אויסגיסן זייערע בקשות אויפ'ן הייליגן ציון, און דורך די אפענע פענסטערס האט מען אריינגעלייגט די קוויטלעך. (מזכרת לגדולי אוסטרהא דף רכ"א)

הרה"ק מקאמארנא זצ"ל שרייבט: הרב הגאון הקדוש המקובל אלקי החריף הגדול חסיד שבכהונה מהר"ר יצחק אייזיק הכהן זצ"ל אבד"ק ור"מ קאריץ ואוסטרהא, מתלמידי המגיד הגדול הרה"ק ר' דוב בער ממעזריטש זצ"ל, בעל מחבר ספר ברית כהונת עולם ושו"ת זכר כהונה, איז באקאנט אויף זיין ספר ברית כהונת עולם, וואס איז נאכנישט געזען געווארן פון עטליכע הונדערט יאר אזא געשמאקע ספר, און ער האט באלאכטן אונזערע אויגן אין פילע סודות התורה והחכמה, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים בגן עדן מנוחתו. (נוצר חסד קאמארנא, מס' אבות פרק ג')

הרה"ק בעל בני יששכר זצ"ל שרייבט: עיין כל זה בספר ברית כהונת עולם, און פון זיינע וואסער טוען מיר טרינקען. (בני יששכר מאמרי חודש אדר)

זיין תלמיד הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל, שרייבט אז ער האט זיך געפירט מיט חסידות, און ער האט געגעבן צו זיין הארץ זיך נישט צו פארמאוסין מיט די זאכן פון די וועלט, און ער האט זיך נישט אנגעקליידט מיט שיינע קליידער, ער האט גארנישט געהאט מיט די פארמעגנס פון דער וועלט, און ער האט אוועקגעלייגט די חיי שעה, און ער איז נאר געבליבן מיט די ארבע אמות של הלכה, ווי אויך האט ער געשיקט זיין האנט בעץ החיים, און ער איז געשטאנען אין די סודות ה'. (בהקדמתו לספר ברית כהונת עולם)

הרה"ק רבי שמעון מזעליכוב זצ"ל האט געזאגט: דער ברית כהונת עולם, די תורה האט אים צוגערופן און אים געזאגט: קום אהער מיין קינד, קוק אין מיר אריין, זע וואס אין מיר שטייט [נדי סודות התורה]. (נהרי אש זעליכוב, אות ר"י"ז)

ווען דער ברית כהונת עולם איז געקומען די ערשטע מאל צו הרה"ק המגיד ממעזריטש זצ"ל, איז ער נאך געווען גאר יונג. אבער דער מגיד וואס האט אנערקענט אין זיין געוואלדיגע קדושה, האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים מלא קומתו, און ער האט אים אויפגענומען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט און גרויס כבוד. די תלמידים פון מגיד וואס זענען דארט געשטאנען האבן זיך געוואונדערט אויף די גרויסע כבוד וואס זייער רבי געבט אפ פאר א יונגן קינד. אבער ווען ער האט געזען זייער וואונדער, האט ער זיי געזאגט: עטס וואונדערט ענק אויפן כבוד וואס איך געב אים, עטס זאלטס וויסן, ווען דער בית המקדש וואלט ווען געשטאנען, וואלט ער געווען דער כהן גדול. (ברית כהונת עולם, תולדות המחבר דף מ"ג)

אויפן הייליגקייט פון ברית כהונת עולם ווערט דערציילט, אז ער האט קיינמאל נישט אנגערירט קיין מטבע, און ער האט נישט מסיח דעת געווען פון תורה ועבודה אפילו אויף א סעקונדע. זיין צורה האט געלאכטן ווי א מלאך אלקים, און זיין פחד איז געפאלן אויף ווער עס האט אים געזען, אז מען האט מורא געהאט צוצוגיין צו אים.

יעדן צופרי און ביינאכט האט ער זיך געפירט זיך איינצוהילן אין תכריכים פון מתים, און ער האט אויסגעגאסן זיין הארץ צו השי"ת כדי זיך צו ערוועקן צו תשובה דורך דערמאנען דעם יום המיתה, אזוי ווי עס האבן זיך געפירט חסידי אשכנז הקדמונים אז מען פלעגט זיך איינהילן אין תכריכים, אז אזוי שטעלט זיך א מענטש פאר ווי ער איז שוין געשטארבן און ער ליגט אין קבר און זיין פלייש ווערט פארפוילט. און טאמער איז מען גרייט צוריקצוגעבן די נשמה פארין הייליגן באשעפער, איז מען דאך מבטל פון זיין הארץ אלע תאוות והבלי עולם הזה, און אזוי ברענגט מען זיך צו צו מתודה זיין מיט אן אימה ופחד און מיט א צובראכן הארץ. (ברית כהונת עולם, תולדות המחבר דף מ"ה)

ווען הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זצ"ל איז געווען א קינד פון זעקס חדשים, האבן זיין טאטע און מאמע אמאל באזוכט אין שטאט סטאניסלאוו, וואו דארט האט געוואוינט זיין זיידע הרה"ק רבי יצחק זצ"ל. יענעם שבת האט גע'דרשינט אין בית הכנסת אין שטאט דאס הייליג קינד רבי יצחק אייזיק הכהן, וואס איז שפעטער געווען דער מחבר פון ברית כהונת עולם, וואס איז דעמאלט אלט געווען עלף יאר. אלע איינוואוינער פון שטאט זענען געקומען הערן די דרשה פון דעם יונגן קינד, און אויך רבי יצחק איז געקומען. ווען ער איז אהיימגעגאנגען, האבן אים זיין בני בית געפרעגט וואס ער זאגט צו די דרשה, האט ער ארויפגעלייגט זיינע הייליגע הענט אויפ'ן קאפ פון זיין אייניקל, דאס קינד משה, און ער האט אים געבענטשט, און ער האט געזאגט: יהי רצון אז דו זאלסט זוכה זיין אויפצואוואקסן אזוי ווי אים. און די ברכה האט טאקע געהאלפן אז ער האט געידרשינט ברבים אין שטאט פרעמישלא ווען ער איז געווען א קינד פון עלף יאר. און אויך זיין מאמע די צדקנית ע"ה האט זוכה געווען נאך צו הערן די דרשה פון איר יונגן קינד. (הגה"ק בעל ישמח משה דף כ"ב)

פון זיינע יונגע יארן האט דער בעל ברית כהונת עולם גארנישט פארגעסן וואס ער האט געלערנט. ביי די אכט יאר איז ער געפארן מיט זיין טאטן צו אן אסיפת הרבנים ביים מארק טאג אין שטאט בראד, און ער איז נתכבד געווארן צו האלטן פאר זיי א דרשה. און צוליב וואס ער איז געווען יונג און נידריג, האט מען אים ארויפגעשטעלט אויפ'ן טיש ער זאל דארט האלטן די דרשה, אבער ער האט נישט געוואלט, און ער האט געזאגט: כהנים משלחן גבוה קזכו. (פתיחה לספר ברית כהונת עולם)

ער איז געווען גאר גרויס און פארהייליגט, און עס האבן זיך מסתופף געווען אין זיין שאטן פילע חסידים. אבער שפעטער ווען עס האט אנגעפאנגען ווערן באקאנט אויף דער וועלט דער נאמען פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זצ"ל, און אסאך חסידים זענען צו אים געפארן, איז דער ברית כהונת עולם, געבליבן אן מענטשן אויף זיין טיש שבתות וימים טובים, און ער האט נישט געקענט מקיים זיין מצות הכנסת אורחים. האט ער געשיקט איינלאדענען די בעלי עגלות וואס האבן געברענגט מענטשן צום שטאט, אז זיי זאלן קומען עסן ביי אים. ווייל דעמאלטס זענען די בעלי עגלות געווען אידישע קינדער. אבער אזוי ווי דער ברית כהונת עולם איז דאך געווען אן איש אלקים קדוש, האט ער נישט גערעדט ביים טיש נאר דברי תורה, האבן די בעלי עגלות וואס זענען געווען פשוטיע מענטשן, נישט געוואלט קומען עסן ביי אים צום טיש. האט ער דעמאלטס געשיקט נאכאמאל בעטן פון זיי אז זיי זאלן קומען, און געזאגט אז ער וועט רעדן מיט זיי איבער ענינים פון פעלדער און פערד און געוויקסן, כדי זיי זאלן עסן ביי אים, און דעמאלטס האבן זיי מסכים געווען צו קומען. (זכותא דאברהם פאריסוב, פרשת וירא)

הרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זצ"ל האט געלערנט דעם ספר ברית כהונת עולם מיט א געוואלדיגע טיפקייט, און דריי טעג נאכדעם וואס ער האט געענדיגט דעם ספר איז ער ארומגעגאנגען אינגאנצן צעשטורעמט און פארוואונדערט, און נישט געקענט קומען צו זיך. שפעטער, ווען ער איז געווארן צוריק אין די כוחות, האט ער געזאגט אז זיינע כוחות זענען אים שוואך געווארן נאך פאר ער האט אפילו געכאפט אין זיין זכרון וואס ער זאגט. (פתיחה לספר ברית כהונת עולם)

דער ברית כהונת עולם האט אויך געלערנט בקדושה וטהרה בהתמדה מיט זיין חבר הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל.

ווען מען האט אויפגעשטעלט א נייע בנין פאר די קלויז אין שטאט אוסטראה, האט מען געבעטן פון הרה"ק רבי חיים כהן זצ"ל ער זאל זיי שיקן איינער וואס איז ראוי צו זיין דער רב, און ער האט ממליץ געווען אז מ'זאל נעמען רבי יצחק אייזיק, וואס אפילו ער איז נאך געווען דעמאלטס צוועלף יאר, און ער האט געשריבן צו זיי, איך האב אים פארהערט, און איך האב געזען אז ש"ס ופוסקים, די קמאי ובתראי, זענען אפגעהיטן אויף זיינע ליפן, און זיין חלק ה' זאגט אז ער איז לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, אזוי ווי איינער פון די גדולים וואס איז דא אויף די וועלט, און איך האב נאכגעקוקט, און איך האב געזען אז ער איז א קנקן חדש מלא חדש און ישן, און עס איז נישט דא נאך אזאנס. ממילא אויב אזוי, איילטיס ענק צו און נעמטיס אים אויף פאר א רב. און נאך זייענדיג אלט אכט יאר אין שטאט אוסטראה, האט ער געדרשינט מיט טיפע פלפולים אין הלכות בית הבחירה להרמב"ם. (פתיחה לספר ברית כהונת עולם)

More in this printout

View the whole printout