"הנה באהל": זי גייט אקעגן איר טבע
די מלאכים זענען אנגעקומען צו אברהם אבינו. אברהם אבינו לויפט זיי אקעגן און איז זיי אזוי שטארק מכבד. ער ברענגט זיי עסן און גרייט זיי אן א סעודה כיד המלך; דריי צונגען, פון דריי באזונדערע בהמות. אברהם אבינו האט זיך ממש מוסר נפש געווען, ווי ס'שטייט: "וְאֶל הַבָּקָר רָץ אַבְרָהָם". אברהם אבינו האט געדארפט נאכלויפן איינע פון די בהמות כדי זי צוריקצוברענגען אהיים, ווייל ער האט געוואלט שעכטן פרישע פלייש פאר די מלאכים.
די מלאכים האבן געזען די מורא'דיגע מסירות נפש, האבן זיי געפרעגט: "אַיֵּה שָׂרָה אִשְׁתֶּךָ?" - וואו איז שרה דיין רעבעצין? זאגט דער הייליגער 'כתב סופר' זי"ע, אז די מלאכים האבן געזאגט: עפעס גייט דא פאר. אוודאי גרייט די רעבעצין אן די סעודה אין שטוב פאר די אורחים, אבער די גמרא זאגט דאך "אשה עיניה צרה באורחים", זי גרייט טאקע אָן, אבער זי היט עס זאל זיין מיט א מאס. דא אבער זעט מען אזא ברייטקייט, מסתמא איז שרה אמנו נישט דא.
זאגט אברהם אבינו: ניין, שרה אמנו איז אינדערהיים. פרעגן די מלאכים: אויב שרה אמנו איז אינדערהיים, פארוואס זעט מען זי נישט? ענטפערט ער: "הִנֵּה בָאֹהֶל" - זי איז א צנועה.
זאגט דער הייליגער כתב סופר, האבן די מלאכים געזאגט צו אברהם אבינו: "אה, זי גייט אקעגן איר טבע?!" מצד איין זייט, א פרוי קאכט און באקט און גרייט אן פאר געסט נאר מיט א מאס, אבער דא זעען מיר א געוואלדיגע ברייטקייט. מצד די צווייטע זייט, די טבע איז אז א פרוי אין שטוב וויל מען זאל זי זען, אבער זי גייט קעגן איר טבע און פירט זיך מיט צניעות.
אויב זי גייט קעגן איר טבע, וועט דער אייבערשטער דיך אויך באצאלן מדה כנגד מדה און גיין קעגן די טבע: "לַמּוֹעֵד אָשׁוּב אֵלֶיךָ וּלְשָׂרָה בֵן" - אי"ה איבער א יאר וועסטו זוכה זיין צו א קינד.
גיין קעגן די טבע ברענגט ישועות העכער די טבע
יעדעס מאל וואס מיר האבן דורכ'ן טאג א נסיון, צי ס'איז שמירת עינים, שמירת הלשון, אדער סיי וועלכע אנדערע ענין, און מען גייט קעגן די טבע, זאגט דער רבוש"ע:
"אז דו ביסט געגאנגען קעגן דיין טבע, גיי איך אויך כביכול קעגן די טבע!"
דעמאלטס זאלסטו מתפלל זיין גלייך אויפ'ן פלאץ, און דער רבוש"ע וועט דיר עס געבן.