Skip to content
א קוואל פון חיזוק - אידיש

די וויכטיגקייט פון יעדער קליינער פעולה

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער שכר פון אברהם אבינו'ס "מעט מים"

"יֻקַּח נָא מְעַט מַיִם וְרַחֲצוּ רַגְלֵיכֶם..." (בראשית יח, ד).

אין פסוק שטייט: "יקח נא מעט מים". אברהם אבינו זאגט פאר די מלאכים: "מען וועט אייך ברענגען אביסל וואסער, איר זאלט זיך אפוואשן די פיס".

ברענגט דער מדרש (רבה מח, י): "אמר הקדוש ברוך הוא לאברהם" – דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו – "אתה אמרת יקח נא מעט מים לאורחים, חייך שאני פורע לבניך במדבר ובישוב ולעתיד לבוא". דער רבוש"ע זאגט: "דו האסט מכבד געווען די מלאכים מיט וואסער? איך וועל באצאלן פאר די אידישע קינדער לדורות עולם מיט ניסים ונפלאות דורך וואסער".

דער ערשטער נס איז געווען די 'בארה של מרים', ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר כא, יז): "אָז יָשִׁיר יִשְׂרָאֵל אֶת הַשִּׁירָה הַזֹּאת עֲלִי בְאֵר עֱנוּ לָהּ". זאגט דער מדרש, דעמאלטס האט דער אייבערשטער באצאלט פאר אברהם אבינו אין מדבר.

זאגט דער מדרש ווייטער, דער אייבערשטער באצאלט פאר אברהם אבינו אין ארץ ישראל, ווייל עס שטייט אין פסוק (דברים ח, ז): "אֶרֶץ נַחֲלֵי מָיִם עֲיָנֹת וּתְהֹמֹת יֹצְאִים בַּבִּקְעָה וּבָהָר", אז אין ארץ ישראל וועט ארויסגיין א שפע פון וואסער. קומט אויס אז דער אייבערשטער באצאלט פאר אברהם אבינו לדורות עולם אין ארץ הקודש.

און דאס דריטע ארט וואו דער רבוש"ע באצאלט פאר אברהם אבינו איז לעתיד לבוא, ווייל עס שטייט (זכריה יד, ח): "וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יֵצְאוּ מַיִם חַיִּים מִירוּשָׁלִַם". ווי די גמרא איז מסביר, עס וועט ארויסקומען וואסער פון בית המקדש און עס וועט ארומגיין איבער די גאנצע וועלט. די גמרא אין בכורות (מו, ב) רעכנט אויס די אלע געוואלדיגע ניסים וואס גייען געשען.

א קליינע פעולה - בעני בשר ודם

לאמיר זיך דא אפשטעלן. אין פסוק שטייט: "יקח נא מעט מים". אברהם אבינו איז געגאנגען און געגעבן פאר די מלאכים אביסל וואסער. פון דעם קליינעם פעולה, וואס איז פארשטענדליך געווען א גרויסע פעולה – והראיה דער שכר איז געווען אן א שיעור – אבער פאר אונזערע אויגן, לעיני בשר ודם, זעט עס אויס ווי א קליינע פעולה! מען גיט אביסל וואסער פאר געסט, און דער רבוש"ע זאגט פאר אברהם אבינו: דא וועט קומען אזא מין שכר וואס מיר האבן נישט קיין השגה דערין, סיי אין חוץ לארץ, סיי אין ארץ ישראל, און סיי לעתיד לבוא. דער לימוד דערפון איז איום ונורא.

די תחבולה פונעם יצר הרע: מאכן קליין די השגות

איינע פון די גרעסטע געווער וואס דער יצר הרע באנוצט קעגן אונז איז, אז ער מאכט קליין אונזערע השגות.

ער נעמט א בחור, א יונגערמאן, אדער אן עלטערן איד וואס לערנט, דאווענט און טוט מצוות, און ער נעמט זיין ברכה, זיין דאווענען, דאס שטיקל גמרא אדער די הלכה אין שולחן ערוך וואס ער האט יעצט געלערנט, און ער מאכט דעם מענטש טראכטן ווי א קליין קינד וואס איז נאכנישט אנגעקומען צו חינוך, אז דאס אלעס איז כמעט גארנישט ווערד.

אויב עס קומט צו לערנען, זאגט דער יצר הרע: "דאס הייסט געלערנט? דאס הייסט א תלמיד חכם? דאס הייסט קלאר געלערנט אדער קענען לערנען?" ער קומט מיט אלע מיני חשבונות. אויב עס קומט צום דאווענען, וועט ער אים זאגן: "דאס הייסט געדאווענט? דאס הייסט השתפכות הנפש? דאס זענען הרגשים אדער דביקות ביים דאווענען?"

און ווען ער קומט מאכן ברכות, זאגט ער אים: "דאס הייסט געמאכט א ברכה? האסטו אינזין געהאט דעם אייבערשטנ'ס נאמען? האסטו באמת געזאגט שכוח פארן אייבערשטן?" יעדע זאך וואס ער טוט, מאכט ער קליין.

און מיט דעם צוקלאפט ער דעם מענטש, און נישט סתם...

שפירן ווי א "בן מלך"

ווייל מיר אלע ווייסן אז דער ערשטער יסוד וואס מען דארף האבן אין עבודת השם איז "ויגבה לבו בדרכי השם". ווי דער הייליגער רבי שלמה'לע קארלינער זי"ע האט געזאגט: מען דארף שפירן אז מען איז א 'בן מלך'. און דער גרעסטער חטא איז ווען מען פארגעסט אז מען איז א 'בן מלך'.

ביי א בן מלך איז יעדע זאך וואס ער טוט "חובקות זרועות עולם!"

דער בן מלך'ס השפעה אויף די גאנצע מלוכה

לאמיר דאס אביסל מסביר זיין: ווען א בן מלך טוט א געוויסער פעולה אין די עניני המלוכה, האט די גאנצע מלוכה אן עלי'. ווען דער בן מלך רעדט מיט א שר איבערצומאכן עפעס אין די הנהגת המלוכה, האט די גאנצע מדינה הנאה דערפון. הגם עס זעט אויס ווי א קליינע זאך – ער האט סך הכל גערעדט מיט א שר און געמאכט א קליינע ענדערונג – אבער די דאזיגע ענדערונג ברענגט א טובה פארן גאנצן לאנד.

למשל, ער רעדט מיט א שר אז מען זאל פארבעסערן די פעלדער וואו עס וואקסן פירות און ירקות. לכאורה איז דאס געווען א דיבור פון עטליכע סעקונדעס, אבער די פעולה דערפון בארירט די גאנצע מדינה! אלפים ורבבות גייען יעצט האבן געזונטערע פירות, און די מענטשן וועלן זיין מער געזונט. פון איין קליינער פעולה וואס א בן מלך האט געטון, האט זיך די גאנצע מדינה געטוישט לטובה.

יעדע פעולה פון א איד איז נוגע אלע עולמות!

א אידיש קינד דארף וויסן, אז מיט איין קליינטשיגע פעולה וואס איך טו, איז עס נישט אזוי ווי מען קוקט עס אן פשוט – אז איך האב נאר גערעדט א מינוט, געזאגט א ברכה, אדער נאר געדאווענט און געלערנט. ווען מיר דאווענען אדער לערנען, האט די גאנצע בריאה אן עליה!

דער הייליגער 'מסילת ישרים' אין זיין הקדמה, און אויך אינעם קונטרס 'עץ חיים', זאגט אז ווען איין אידיש קינד טוט א מצוה, געבן זיך אלע עולמות עליונים א הייב אויף, נישט נאר דער עולם הזה! און חלילה אויב א אידיש קינד פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, איז עס א פגם אין אלע עולמות.

א אידיש קינד טאר זיך נישט אנקוקן קליין, ווייל מיר זענען קינדער פונעם קעניג, און ביי א בן מלך איז יעדע פעולה נוגע פארן גאנצן מלכות.

די חשיבות פונעם ספר "אמרי משה" אין די ישיבה-וועלט

עס איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס ווערט דערציילט פונעם הייליגן סטייפלער זי"ע איבערן גאון דער בעל 'אמרי משה' זי"ע. ער איז געווען דער ראש ישיבה אין בריסק. כידוע איז אין בריסק געווען א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה, און דערנאך איז געווען די ישיבה פון רבי חיים בריסקער און זיין זון דער בריסקער רב, וואו עס האבן געלערנט נאר די גאר גרויסע און עלטערע תלמידי חכמים.

דא האט פאסירט א מעשה נורא וואס וועט אונז ארויסברענגען וואס עס מיינט א 'פעולה קטנה'. אז מען זאל עס נישט אנקוקן ווי א קלייניגקייט, נאר וויסן אז יעדע זאך וואס מיר טוען טוישט א וועלט. אין די דאזיגע מעשה וועלן מיר זען די כח פון א קליינע פעולה אפילו מיט גשמיות'דיגע אויגן אויף דעם עולם.

אין יענע צייטן, ווען דער אמרי משה איז געווען אין די ישיבה אין בריסק, האט ער ארויסגעגעבן זיין באקאנטן ספר 'אמרי משה'. דער ספר האט געמאכט א געוואלדיגע מהפיכה אין די ישיבה-וועלט. אבער ווי באקאנט, זענען די מענטשן אין יענע יארן אין אייראפע און אין ליטא געווען גאר גרויסע ארימעלייט, און קויפן א ספר איז געווען א זעלטענע לוקסוס.

צו מסביר זיין ווי אזוי דער ספר האט איבערגענומען דעם עולם הישיבות, האט הגה"ח רבי וועלוול איידלמאן זצ"ל פארציילט אז אין דער מיר'ער ישיבה - מען רעדט דא נאך פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, ווען דער אמרי משה האט שוין נישט געלעבט - האט מען אין דער גרויסער מיר'ער ישיבה, וואס האט דעמאלטס געהאט איבער פיר הונדערט בחורים, און צווישן זיי זענען געווען אריות שבחבורה, ממש לייבן אין כלל ישראל וואס זענען געווען בקיאים בש"ס ופוסקים, אנגעהויבן לערנען מסכת יבמות יענעם זמן. מען האט דעמאלטס געשיקט קיין בריסק א בקשה מען זאל שיקן צען עקזעמפלארן פונעם ספר אמרי משה, ווייל כידוע זענען דא אינעם ספר יסודות'דיגע סימנים אויף מסכת יבמות וואס שטעלן אוועק די גאנצע קלארקייט פונעם מסכתא.

מען האט טאקע געשיקט פון בריסק צען ספרים פאר ישיבת מיר. ווען עס איז אנגעקומען חנוכה צייט, איז אנגעקומען קיין בריסק א פרישער בריוו פון דער מיר'ער ישיבה: היות מען האט זיך אזוי פיל באנוצט מיט די ספרים, זענען זיי ממש צעריסן געווארן, און מען בעט מען זאל שיקן פרישע צען ספרים אמרי משה. עד כדי כך האט דער ספר געמאכט א מהפכה בעולם הישיבות.

יענע צייטן אין ליטא האט דער סטייפלער נאך געוואוינט אין חוץ לארץ, נאך פאר ער איז ארויף קיין ארץ ישראל. ער איז דעמאלטס נאך געווען א בחור, אבער ער האט שוין געהאט א נאמען אלס א געוואלדיגער גאון און האט שוין ארויסגעגעבן זיינע ספרים. כידוע, ווען דער 'חזון איש' זי"ע האט געזען זיינע ספרים, האט ער דערקענט זיין גדלות און געזאגט מען זאל אים אנ'שדכנ'ען מיט זיין שוועסטער, אזוי איז געווארן דער שידוך און דער סטייפלער איז געווארן אן איידעם ביים אלטן קאסוב'ער רב זי"ע, דער טאטע פונעם חזון איש.

מען שיקט דעם ספר בחנם פארן סטייפלער

ווען דער סטייפלער איז געוואויר געווארן פונעם ספר אמרי משה, האט ער געשיקט א בריוו קיין בריסק און געפרעגט וויפיל דער ספר קאסט. מען האט אים צוריקגעשריבן דעם פרייז, אבער דער סטייפלער האט געזען אז ער האט נישט די מעגליכקייט עס צו באצאלן, האט ער צוריקגעשיקט א בריוו אז ער קען נישט קויפן דעם ספר ווייל ער איז נישט ביכולת צו צאלן.

האט דער הייליגער אמרי משה צוריקגעשיקט: "פאר אזא בחור ווי דער סטייפלער, פאר אים האט מען געדרוקט דעם ספר, און ער דארף גארנישט צאלן". דער אמרי משה האט אים געשיקט דעם ספר 'בחנם'.

מיט דער צייט, נאך פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, איז דער הייליגער סטייפלער ארויף קיין ארץ הקודש און זיך באזעצט אין בני ברק לעבן זיין גרויסן שוואגער, דער הייליגער חזון איש. אויפן וועג האט ער מיטגענומען צווישן זיינע ספרים אויך דעם ספר אמרי משה.

די הצלה פונעם ספר - לדורות עולם

יארן שפעטער, נאך דער צווייטער וועלט קריג, ווען די ישיבות האבן זיך אנגעהויבן צוריק אויפצובויען, האט מען אנגעהויבן איבערדרוקן די אלטע ספרים. עס זענען אבער געווען ספרים וואס מען האט בשום אופן נישט געקענט געפינען. איינע פון די ספרים וואס די בני הישיבות האבן געוואלט מען זאל איבערדרוקן איז געווען דער אמרי משה. מען האט עס געזוכט מיט ליכט... אבער עס איז נישט געווען צו באקומען, ווייל דער ספר איז בעיקר געדרוקט געווארן אין ליטא, און וויבאלד ליטא איז פארברענט געווארן באש, איז כמעט גארנישט איבערגעבליבן און עס איז נישט געווען קיין זכר פונעם ספר.

למעשה איז מען געגאנגען צום סטייפלער, אפשר האט ער דעם אמרי משה. דער סטייפלער האט געזאגט אז אוודאי האט ער עס, דער מחבר אליין האט אים עס געגעבן. פון יענעם עקזעמפלאר האט מען איבערגעדרוקט דעם ספר אמרי משה, וואס איז געווארן א נכסי צאן ברזל בעולם הישיבות ביזן היינטיגן טאג.

די מורא'דיגע כח פון יעדן קליינעם ענין

דער 'מוסר השכל' פון דער מעשה איז נורא ואיום!

מיר זעען דא קלאר ווי עס איז מקוים געווארן דער פסוק (קהלת יא, א) "שַׁלַּח לַחְמְךָ עַל פְּנֵי הַמָּיִם כִּי בְרֹב הַיָּמִים תִּמְצָאֶנּוּ". א מענטש טוט איין קליינע פעולה - דער אמרי משה האט געגעבן דעם ספר פארן סטייפלער בחנם. ער האט אוודאי געוואוסט די גרויסקייט פון דער מצוה און ווער דער סטייפלער איז, אבער ער האט זיך נישט גע'חלומ'ט אז מיט דער פעולה גייט ער ראטעווען זיין ספר לדורות עולם!

יעדער מענטש דארף וויסן: יעדע ברכה 'אשר יצר', יעדע ברכה 'שהכל', יעדע 'הללוק-ה' וואס מען זאגט מיט כוונה ביים דאווענען, יעדע שטיקל גמרא וואס מען לערנט, און יעדע מצוה וואס מען טוט א גאנצן טאג - אפילו ווען אן ארבעטער נעמט אראפ עטליכע מינוט פון זיין מיטאג-פויזע זיך צו זעצן לערנען צען-פופצן מינוט - מען ווייסט נישט וואס אזא קליינע פעולה טוט אויף!

מיט איין קליינע פעולה פון שיקן א ספר פארן סטייפלער, איז אפגעראטעוועט געווארן דער ספר אמרי משה מיט וועלכן רבבות אלפי בני ישיבה זענען זיך משעשע!

דאס זעלבע איז ביי אונז: איין קליינע ברכה, וואס זעט נאר אויס קליין אין אונזערע אויגן, קען ראטעווען כלל ישראל פון שווערע גזירות און אראפברענגען אלע מיני ברכות. און פארשטייט זיך, אז דער מענטש אליין ווערט נתעלה מיט אזא געוואלדיגע עלי'.

דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיך אפלערנען פון דעם וואס אברהם אבינו האט גענומען א "מעט מים". דער רבוש"ע לערנט אונז אין דער תורה הקדושה אז בזכות דעם, א זאך וואס זעט אויס ווי א פעולה קטנה, בלייבט דאס לדורות עולם!

More in this printout

View the whole printout