Skip to content
א קוואל פון חיזוק - אידיש

די "בארה של מרים" - חלק א'

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די סגולה פון "בארה של מרים" מוצאי שבת און אנדערע זמנים מסוגלים

די מקור הדברים

בעזה"י, מיר גייען יעצט ארומרעדן וועגן די סגולה פון "בארה של מרים" אום מוצאי שבת, און אין אנדערע זמנים מסוגלים.

עס איז מורגל בפי העולם אז מוצאי שבת טרינקט מען דאס וואסער פון בארה של מרים. וואס מען ווייסט אבער נישט איז, אז דאס איז אן אפענע הלכה אין שולחן ערוך.

דער רמ"א (או"ח סי' רצ"ט ס"י) זאגט: "ויש אומרים לדלות מים בכל מוצאי שבת" – מען זאל גיין שעפן וואסער יעדן מוצאי שבת. די בארה של מרים וואס געפינט זיך אין ים כנרת, איז זיך מתגלגל און גייט ארום יעדן מוצאי שבת אין אלע קראנען, און איבער אלע וואסערן פון די גאנצע וועלט, "ומי שפוגע בו" – ווער עס האט די זכיה זיך צו באגעגענען מיט די בארה של מרים "וישתה ממנה" און טרינקט דערפון, "יתרפא כל תחלואיו" – אלע זיינע קרענק וועלן אויסגעהיילט ווערן. קומט אויס אז דאס איז א זאך וואס ווערט שוין געברענגט אין שולחן ערוך.

מיר וועלן יעצט ארומרעדן דעם מקור הדברים. מיר וועלן זען דעם מקור אין די מדרשים, און מיר וועלן זען די מנהגי צדיקים ווי אזוי זיי האבן זיך געפירט צו טרינקען דאס וואסער פון בארה של מרים. עס זענען דא וואס האבן עס געטרינקען ביי 'שלש סעודות', און עס זענען דא וואס האבן עס געטרינקען 'מוצאי שבת', און בעז"ה וועלן מיר זען דברים נפלאים פון אונזער הייליגער תורה.

קודם כל לאמיר מקדים זיין, אז פון דעם לשון פונעם רמ"א שטייט אז די בארה של מרים איז "מתגלגל". דאס טייטש, אז באמת איז דא א ספעציפישער ארט וואו די בארה של מרים געפינט זיך, נאר מוצאי שבת גייט עס ארום איבער די גאנצע וועלט. לאמיר קודם זען וואו טאקע איז דער פלאץ פון בארה של מרים.

"וְנִשְׁקָפָה עַל פְּנֵי הַיְשִׁימֹן": שנגנזה בימה של טבריא

רש"י אין פרשת חקת (במדבר כא, כ), ביי שירת הבאר, ברענגט א מדרש תנחומא וואס זאגט אונז קלאר וואו די בארה של מרים געפינט זיך היינטיגע צייטן.

אין פסוק שטייט פונקטליך די גאנצע השתלשלות הבאר: אז די באר איז מיטגעגאנגען מיט די אידישע קינדער אין מדבר, און ביים סוף פון די פערציג יאר שטייט אז די באר האט זיך אהינגעקערט, "וּמִבָּמוֹת הַגַּיְא אֲשֶׁר בִּשְׂדֵה מוֹאָב רֹאשׁ הַפִּסְגָּה וְנִשְׁקָפָה עַל פְּנֵי הַיְשִׁימֹן". דאס טייטש, די לעצטע סטאנציע פון די באר איז געווען ביי דעם טאל אין פעלד פון מואב. דאס מיינט, א טיפער פלאץ לעבן א ריזיגן בארג וואס קוקט ארויס אויפן גאנצן וויסטן מדבר. דארטן איז די באר געווען ביים לעצטן פונקט, און דארט איז זי בטל געווארן.

פארוואס? ווייל משה רבינו איז אוועק. כאטש די באר איז געווען בזכות מרים און עס איז צוריקגעקומען, אבער ווען משה רבינו איז נסתלק געווארן איז די באר נתבטל געווארן. דאס איז דער ערשטער פשט.

אבער רש"י ברענגט בשם דעם מדרש תנחומא, און אזוי שטייט אויך אין עטליכע מדרשים און אויך די גמרא אין מסכת שבת האלט אזוי, אז די באר איז ווייטער מיטגעגאנגען מיט די אידישע קינדער.

דער מדרש תנחומא לערנט פשט אין פסוק אזוי: "דבר אחר" – נאך א פשט: "ונשקפה הבאר על פני הישימון", דאס ווארט "ונשקפה" גייט ארויף אויף די באר, אז מען קען זען די בארה של מרים ווען מען שטייט אויפן פלאץ ישימון. וואס מיינט דאס? זאגט רש"י ווייטער: "שנגנזה בימה של טבריא".

ווען די אידן זענען אריינגעגאנגען אין ארץ ישראל, איז די בארה של מרים מיטגעגאנגען מיט זיי דורכן ירדן, עס איז אריין אין ארץ ישראל און זיך אריינגעדרייט אין כנרת. דער וואס שטייט אויפן בארג לעבן די כנרת "מביט ורואה כמין כברה מנופה קמח בים", זעט דארט עפעס וואס איז רונדיג, "והיא הבאר", זאלסטו וויסן אז דאס איז די באר, כך דרש רבי תנחומא. אזוי האט רבי תנחומא געדרש'נט.

קומט אויס אז דער פשט איז, "וּמִבָּמוֹת", פון דעם פלאץ במות איז עס אריבער "הַגַּיְא אֲשֶׁר בִּשְׂדֵה מוֹאָב", אויף יענער זייט ירדן, און דערנאך איז עס אריין אין ארץ ישראל אין דעם ים פון טבריא. קומט אויס אז דער הויפט פלאץ פון בארה של מרים איז אין ים כנרת.

דער חיבור פון ים כנרת צו אלע וואסערן אין די וועלט

נאר ווען עס קומט מוצאי שבת, איז דא א געוואלדיגע זאך און א גרויסע סגולה, אז די בארה של מרים גייט ארום אין אלע וואסערן פון די וועלט.

די גמרא אין מסכת בכורות (מו, א) זאגט, אז דער ים כנרת גייט אראפ ביזן ים המלח, און מען קען עס נאך זען היינטיגע צייטן – א גאר שמאלער טייך ציט זיך פונעם כנרת ביזן ים המלח. די גמרא זאגט אז פון דארט ציט עס ווייטער צום ים הגדול, צו די ים אוקיינוס, וואס איז פארבונדן מיט אלע וואסערן אין די וועלט.

די מפרשים מוטשענען זיך מיט א שאלה: מיר אלע ווייסן אז דער ים המלח איז א וואסער וואס ריקט זיך נישט, עס שטייט אויף איין פלאץ, און פון דארט גייט דאס וואסער ארויף און ווערט נעלם.

אויף דעם ערקלערט דער שר התורה רבי חיים קניבסקי זצ"ל, אין ספר 'דרך אמונה' (ביאור הלכה מס' תרומות פ"א, ה"ז, בד"ה מאשכלון), אז פונקט פאר דאס וואסער פונעם כנרת גייט אריין אין ים המלח, גייט עס אונטער די ערד אין מחילות און טונעלן. עס פארט אראפ ביזן סוף פונעם ים המלח אונטערן באדן, און דארט דרייט עס זיך אריין רעכטס צו א טייך וואס רופט זיך 'וואדי-אל-עריש' ביים עק פון 'עזה', און פון דארט פארט עס אריין אין ים התיכון, דעם מיטלענדישן ים.

קומט אויס אז דער כנרת איז באמת מחובר צום ים הגדול, פונקט ווי עס שטייט אין די גמרא, אז דער ים פון טבריא גייט אריין אין דער ים פון סדום (ים המלח) "והולך ונופל לים הגדול".

דער סך הכל איז: מוצאי שבת גייט די בארה של מרים ארום אין אלע וואסערן פון די וועלט, און ווער עס איז פוגש אין דעם האט א גרויסע ישועה.

מקורות ההלכה און די מעשה פונעם מוכה שחין

לאמיר יעצט אריינגיין אין דעם מקור הדברים, וואו דער רמ"א נעמט דעם ענין פון בארה של מרים מוצאי שבת. דער 'בית יוסף' (או"ח סי' רצ"ט) ברענגט אראפ פונעם ספר 'כל בו': "ונהגו נשים לדלות מים במוצאי שבת" – די פרויען פירן זיך צו שעפן וואסער מוצאי שבת תיכף נאך 'ברכו'. דאס טייטש, אזוי ווי זיי האבן געהערט "ברכו", איז ביי זיי שוין מוצאי שבת און זיי מעגן שוין טון א מלאכה, ממילא קענען זיי שוין טון די מלאכה פון 'הוצאה', ארויסטראגן. עס איז משמע פונעם כל בו, אז די סגולה פון בארה של מרים איז דוקא "מוצאי שבת גלייך נאכן זמן".

דער כל בו זאגט ווייטער, אז מיר געפינען אין דער 'הגדה' — הגדה מיינט א מדרש — אז די בארה של מרים געפינט זיך אין ים טבריא. מיר האבן שוין פריער צוגעצייכנט דעם רש"י אין פרשת חקת בשם דעם מדרש תנחומא און נאך מדרשים, ווי אויך די גמרא אין מסכת שבת, אז די בארה של מרים איז נגנזה געווארן אין ים טבריא.

דער כל בו פירט אויס, אז יעדן מוצאי שבת גייט די בארה של מרים ארום אין אלע קוואלן און ברונעמס איבער דער גאנצער וועלט. ווער עס איז נעבעך קראנק און עס וועט אים אויסקומען צו טרינקען פון אזא קוואל, אפילו זיין גאנצער קערפער איז באדעקט מיט שחין, וועט ער גלייך געהיילט ווערן.

פון דעם לשון הכל בו איז משמע אז מען דארף טרינקען דאס וואסער, אבער יעצט וועלן מיר זען א מעשה וואס דער כל בו ברענגט, אז מען דארף עס אפילו נישט טרינקען, נאר דאס וואסער אליין דינט ווי א רפואה וואס מען שמירט אן, און דורך דעם אליין ווערט מען אויסגעהיילט.

די מורא'דיגע מעשה פונעם קריגל וואס האט זיך צעבראכן

דער כל בו דערציילט ווייטער א מעשה מיט א מענטש וואס איז געווען א מוכה שחין, און זיין ווייב איז געגאנגען מוצאי שבת שעפן וואסער. זי האט זיך דארט פארזאמט לענגער ווי געווענליך. עס זעט אויס פון דער מעשה אז זיי האבן בכלל נישט געוואוסט פון דער סגולה פון בארה של מרים, נאר זי איז פשוט געגאנגען שעפן וואסער פארן שטוב ווי איר שטייגער.

עס האט זיך אבער אזוי אויסגעשטעלט, אז זי האט געשעפט דאס וואסער פונקט מוצאי שבת אין יענעם זמן, און אזוי ארום איז זי צוגעקומען צו דער בארה של מרים אן האבן סיי וועלכע כוונה דערצו. דער כל בו זאגט אז זי האט זיך דארט פארשמועסט מיט אירע חבר'טעס, און אזוי איז איר אונטערגעקומען די בארה של מרים.

זי האט אנגעפילט איר קריגל פון דעם וואסער, און ווען זי איז אהיימגעקומען צו איר מאן, האט ער זיך גאר שטארק גערעגט אויף איר פארן קומען אזוי שפעט. פאר שרעק פון זיין גרויסן כעס איז דער קריגל איר אראפגעפאלן פון אקסל און זיך צעבראכן. דאס וואסער האט זיך גענומען שפריצן אויף אלע זייטן, און עטליכע טראפנס זענען געפאלן אויפן מאן וואס איז געווען א מוכה שחין.

א וואונדער איז געשען: יעדע פלאץ וואו דאס וואסער האט בארירט זיין קערפער, איז דער שחין גלייך אויסגעהיילט געווארן! פארשטייט זיך, אז די פלעצער וואו דאס וואסער איז נישט אנגעקומען, זענען נישט געהיילט געווארן. ווען ער וואלט ווען געטרונקען דאס וואסער און זיך נישט גערעגט, וואלט ער געהאט א פולקומע רפואה.

אויף דעם ענדיגט דער כל בו: "ועל זה אמרו חכמים, לא עלתה בידו של רגזן אלא רגזנותו". די גמרא זאגט אז ווען א מענטש רעגט זיך, טוט ער גארנישט אויף, ווייל "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה". גארנישט פאסירט מיט א מענטש אויב עס איז נישט דא אן הכרזה פון הימל; אלעס איז מן השמים. אויב אזוי, פארוואס זאלסטו זיך רעגן? עס איז נישט יענער וואס האט עפעס געטון אדער דיר נערוועז געמאכט, עס איז אלעס מן השמים! יענער איז בלויז געווען א שטעקן, א שליח...

זאגט דער כל בו, אז דא זעט מען א מורא'דיגע זאך: ווען ער וואלט זיך נישט גערעגט, וואלט ער כאטש געווארן געזונט... אבער יעצט אז ער האט זיך יא גערעגט, האט ער נישט נאר גארנישט אויפגעטון מיט זיין כעס, נאר ער האט נאך דערצו פארלוירן זיין גאנצע רפואה, ל"ע.

די השפעה פון כעס און די סגולה פאר חכמת התורה

דער כל בו פירט אויס: "ולכן נהגו לשאוב מים בכל מוצאי שבת, כך מצאתי" – אזוי האב איך געפינען געשריבן. דער כל בו צייכנט נישט צו דעם מקור, אבער עס איז זייער מעגליך אז ער האט עס געזען אין 'ספר האורה', וואס ווערט מיוחס צו רש"י הקדוש.

מיר ווייסן אז דער הייליגער רש"י האט געשריבן זיין פירוש אויף תנ"ך און ש"ס, אבער עס זענען דא נאך ספרים פון רש"י, ווי למשל 'ספר הפרדס' און 'ספר האורה'. אין חלק ב' פון ספר האורה (סימן קנ"ח) ברענגט רש"י אראפ די דאזיגע מעשה. דער ספר האורה איז געשריבן געווארן דורך איינעם פון די תלמידי רש"י וואס האט עס געהערט פון אים אליין, און דארט שטייט די מעשה מיט אביסל מער פרטים.

דארט שטייט אז עס האט געדויערט א שעה אדער צוויי דאס שעפן די וואסער, וואס דאס זענען מער דעטאלן אין דער מעשה. רש"י זאגט דארט ווייטער: "ונעשה לו נס ונרפא", עס איז אים געשען א נס און ער איז געהיילט געווארן, ווייל עס איז אים אונטערגעקומען דאס וואסער פון בארה של מרים און זי האט אנגעפילט א קריגל דערפון.

ווען זי איז אנגעקומען צו איר מאן, האט ער זיך גערעגט און איר געפרעגט: "וואו ביסטו געווען?" פון גרויס כעס איז דער קריגל אראפגעפאלן און זיך צעבראכן. פון דעם לשון איז משמע אז די פרוי האט זיך אויך גערעגט. דאס הייסט, אזוי ווי דער מאן האט זיך גערעגט, איז זי אויך געווארן אין כעס. אדער קען מען זאגן אז צוליב זיין כעס איז דער קריגל אראפגעפאלן. מען קען עס טייטשן אהין און אהער. עכ"פ, עטליכע טראפנס זענען געפאלן אויף זיין קערפער, און איבעראל וואו זיי זענען געפאלן איז ער געהיילט געווארן. און אויף דעם האבן חכמים געזאגט: "לא עלתה בידו של רגזן אלא רגזנותו".

דער ספר האורה פירט אויס אז די בארה של מרים איז נגנזה געווארן אין ים טבריא, און יעדן מוצאי שבת גייט עס ארום אין אלע קוואלן. ווער עס קען און עס קומט אים אונטער פון דעם וואסער און ער טרינקט עס, אפילו זיין גאנצער קערפער איז פול מיט שחין, ווערט ער גלייך געהיילט.

קומט אויס אז מיר האבן שוין א מקור פון דעם ענין פון דער ספר האורה פון רש"י.

די לערנונגען פון רבי חיים פאלאג'י איבער כעס און רפואה

עס איז דא א ספר פון רבי חיים פאלאג'י, וואס איז געווען איינער פון די גרעסטע ספרד'ישע גדולים אין די לעצטע פאר הונדערט יאר און האט מחבר געווען פילע ספרים. אין זיין ספר 'כף החיים' (סימן ל"ב, סדר מוצאי שבת אות נ"ג) ברענגט ער אראפ די גאנצע מעשה און פירט אויס מיט א חידוש.

מוצאי שבת האבן אסאך מענטשן א טבע צו זיין נערוועז און נישט אין קיין גוטער שטימונג. רבי חיים פאלאג'י רעדט שוין דערפון און זאגט בזה הלשון: "ומכאן תוכחת חיים לבל יהיה כועס בכל מקום ובכל זמן אפילו בדבר שראוי לכעוס".

ווען מען הערט די מעשה, זאל מען זיך לערנען דערפון נישט צו ווערן אין כעס אדער נערוועז קיינמאל נישט, ווייל "אַל תְּבַהֵל בְּרוּחֲךָ לִכְעוֹס כִּי כַעַס בְּחֵיק כְּסִילִים יָנוּחַ" (קהלת ז, ט) – כעס ליגט אין די שויס פון מענטשן אן שכל, און מען טוט גארנישט אויף דערמיט.

ער לייגט צו, אז בפרט מוצאי שבת זאל מען זיין פארזיכטיג נישט צו ווערן נערוועז. און ער ווארנט אז מען זאל עס נישט טון, בפרט מוצאי שבת, "כי הלא תראה כי עד היכן הכעס ובטובה הרבה, שאם לא היה כועס היה שותה מן המים והיה נתרפא כל גופו" - ווייל מען זעט דאך ביז וואו כעס קען פירן און וויפיל גוטס מען קען דערפון פארלירן, ווייל ווען ער וואלט זיך נישט גערעגט און וואלט געטרונקען פונעם וואסער, וואלט זיין גאנצער קערפער געהיילט געווארן.

רבי חיים פאלאג'י זאגט, איך וויל דיר ברענגען א פסוק אין קהלת וואס איז מרמז די גאנצע מעשה. דער פסוק זאגט דארט אין קהלת (יא, י): "וְהָסֵר כַּעַס מִלִּבֶּךָ" – אז דו וועסט אוועקנעמען דעם כעס פון דיין הארץ, דעמאלטס "וְהַעֲבֵר רָעָה מִבְּשָׂרֶךָ" - אזוי וועסטו אויסגעהיילט ווערן פון דיינע אלע הויט-פראבלעמען. ער ענדיגט צו: "שאם היה מסיר הכעס מלבו, היה מתרפא כל בשרו".

קומט אויס, מיר זעען פון דעם אז טרינקען וואסער פון בארה של מרים מוצאי שבת איז א געוואלדיגע סגולה פאר אלע מיני חולים און פאר אלע זאכן וואס מען דארף א רפואה.

פתיחת הלב לחכמת התורה דורך די באר

אבער רבי חיים פאלאג'י לייגט צו, אז נישט נאר פאר א רפואה איז עס גוט, נאר עס איז בכלל א מורא'דיגע סגולה זיך אויפצומאכן די 'מעיינות החכמה'. ער זאגט דארט אזוי: "ונראה, דמלבד סגולת רפואת הנפש למי ששותה מים מבאר של מרים, עוד רבותא יתירה אשתכחת".

עס איז דא נאך א זאך וואס מען קען זוכה זיין ווען מען טרינקט מוצאי שבת די וואסער פון בארה של מרים, "כי הם מסוגלים לפתוח לבו בחכמת התורה" – אז דו קענסט עפענען דיין הארץ צו חכמת התורה פאר די קומענדיגע וואך, ווי אונזערע חז"ל האבן געזאגט. און אזוי אויך האבן מיר געזאגט אויף דעם רבי חיים ויטאל, אז זיין רבי, דער הייליגער אריז"ל, האט אים געגעבן צו טרינקען וואסער פון בארה של מרים, און דורך דעם האט ער זוכה געווען צו 'חכמת הקבלה' (זעה באריכות באזונדערע פרק איבער דעם).

ווי מיר וועלן זען אין ספר 'נגיד ומצוה', אין ספר 'פרי עץ חיים', און אין נאך פלעצער ווערט אראפגעברענגט די מעשה ווי דער אר"י הקדוש האט געגעבן פאר רבי חיים ויטאל צו טרינקען פון בארה של מרים, און פון דעמאלט אן האט ער געקענט משיג זיין די גאנצע טיפקייט פון די סודות הקבלה וואס דער אר"י הקדוש האט אים געלערנט.

עכ"פ, רבי חיים פאלאג'י זאגט יעצט, אז וויבאלד מיר זעען אז בארה של מרים איז אזוי מורא'דיג מסוגל פאר חכמת התורה, ממילא איז מוצאי שבת א געוואלדיגע צייט פאר דעם.

ער זאגט ווייטער: "וכן בעת שתיית המים אחר הבדלה, בעודו שותה המים יכוון בדעתו לפסוקי פרשת חקת, 'אז ישיר ישראל' עד פסוק 'ונשקפה על פני הישימון', והוא מסוגל להתחכם בתורה". עס איז מסוגל צו ווערן א תלמיד חכם.

רבי חיים פאלאג'י זאגט צו: "ואני נוהג לומר בלחש אלו הפסוקים על פני המים קודם ברכת שהכל". איך פיר זיך אז נישט נאר איך האב עס אינזין, נאר איך זאג ארויס די פסוקים מיט'ן מויל פאר איך טרינק די וואסער, כדי די קדושה פון די פסוקים זאל ארויפגיין אויף די וואסער. דערנאך מאך איך א 'שהכל' און איך טרינק די וואסער, וואס איז מסוגל נישט נאר פאר רפואות, נאר אויך פאר פתיחת הלב פאר חכמת התורה.

דער פלאץ פון בארה של מרים אינעם מדרש

יעצט, דער מקור פון דעם מדרש אגדה וואס דער כל בו און רש"י צייכענען צו, אז בארה של מרים האט אין זיך געוואלדיגע סגולות אפילו בזמן הזה, איז אין מדרש רבה (ויקר"ר כב, ד). דער מדרש רעדט דארט ארום אז דער אייבערשטער שיקט זיין שליחות אויסצופירן און צוריקצוצאלן פאר מענטשן, סיי לטובה און סיי פארקערט.

דער מדרש דערציילט: "אמר רבי תנחומא", רבי תנחומא האט געזאגט, אפילו מיט וואסער, וואס איז א דומם, טוט דער אייבערשטער זיין שליחות. "הקדוש ברוך הוא עושה שליחותו" – דער אייבערשטער פירט אויס זיין שליחות.

דער מדרש דערציילט א מעשה מיט א 'מוכה שחין', איינער וואס האט געהאט א הויט-קרענק, וואס איז אראפגעגאנגען זיך טובל'ן אין טבריא, אין דעם כנרת. עס האט זיך געמאכט א גינסטיגע שעה, און ער איז אנגעקומען צום בארה של מרים. דא איז דא א מחלוקת אין די מפרשים פונקטליך וואס עס איז געשען: דער 'יפה תואר' מיט'ן 'ידי משה' לערנען פשט, אז ער איז געגאנגען זיך טובל'ן אין כנרת, און דער בארה של מרים איז אוועקגעגאנגען פון איר ארט און זיך אהינגעקייקלט וואו ער איז געווען.

אבער אין 'אגדת אליהו' (מס' כלאים פ"ט, ס"י), וואס איז א ספר פון דעם הייליגן בעל 'שבט מוסר' אויפ'ן ירושלמי, לערנט ער פשט אז דער מענטש איז אליין געגאנגען צום פלאץ פון בארה של מרים, נאר ער האט נישט געוואוסט וואו עס איז, און עס האט זיך פשוט אזוי געמאכט אז ער איז דארט אנגעקומען.

"ואסחי ואתסי" – ער האט זיך דארט געוואשן און איז אויסגעהיילט געווארן. מען זעט פון דעם אז דער מדרש וויל ברענגען אז דער אייבערשטער שיקט זיינע שלוחים, און עס מוז נישט זיין דוקא א 'מלאך' פון הימל אין א געשטאלט פון א מלאך, נאר עס קען קומען דורך א 'דומם' וואס וועט אויסהיילן דעם מענטש.

פרעגט דער מדרש: "והיכן היא בארה של מרים?" וואו איז דער פלאץ פון בארה של מרים? דער בעל שבט מוסר אין אגדת אליהו לערנט, אז דער מענטש איז טאקע געגאנגען אבער ער האט נישט געוואוסט וואו דער פלאץ איז. אבער היות מיר ווייסן שוין די מעשה, וואו איז דער פלאץ פון בארה של מרים אז מען זאל קענען אהין גיין און אויסגעהיילט ווערן? ווי ער איז מאריך דארט אין זיין ספר, זאגט דער שבט מוסר אז דורך דעם וואס מען וועט אהין גיין און זיך אויסהיילן, וועט עס מחזק זיין די אמונה אויך אין אנדערע זאכן, ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן.

זאגט דער מדרש: "אמר רבי חייא בר רבה", רבי חייא בר רבה האט געזאגט, איך וועל דיר זאגן פונקטליך וואו בארה של מרים געפינט זיך. כתיב "וְנִשְׁקָפָה עַל פְּנֵי הַיְשִׁימֹן" – מען קען עס זען ווען מען גייט ארויף אויפ'ן בארג ישימון. "שכל מי שהוא עולה על ראש הר ישימון" - ווער עס גייט ארויף אויפ'ן שפיץ פון בארג ישימון, "ורואה כמין קברא קטני בים טבריה" - און זעט א מין קליינע זאך ווי א שטיקל פעלזן אינמיטן דעם ים טבריא, זאל ער וויסן "וזו היא בארה של מרים" - אז דאס איז דער בארה של מרים.

די גענויע פלאץ אקעגן די אלטע שול אין טבריא

דער מדרש זאגט ווייטער: "אמר רבי יוחנן בן עורי", רבי יוחנן בן עורי האט געזאגט, "שאירותא רבנן" - די חכמים האבן משער געווען דעם פלאץ, "והיא מכונה כל קבל תרעא מציאה דכנישתא עתיקא דטבריה" - עס איז פונקטליך מכוון אקעגן דעם מיטעלסטן טויער פון די אלטע שול אין טבריא.

אין 'שבחי האר"י' (פי"ג) און אין נאך פלעצער, וואו רבי חיים ויטאל דערציילט אז דער אר"י הקדוש האט אים מיטגענומען מיט א שיפל אינמיטן דעם ים אים צו געבן צו טרינקען פון בארה של מרים, זאגט ער דארט אז עס איז טאקע אקעגן די עמודים פון די אלטע שול. דאס מיינט, אז כאטש יענע שול איז שוין געווען חרוב, זענען די עמודים נאך געבליבן שטיין, און ער זאגט אז עס איז פונקט אקעגן די עמודים.

דער בעל שבט מוסר איז מסביר, אז דער טעם פארוואס דער מדרש דערציילט אונז פונקטליך וואו עס איז, איז כדי מען זאל טאקע קענען אהין גיין און ווערן אויסגעהיילט.

ער איז דארט מסביר "דריי סיבות" פארוואס בארה של מרים איז נגנז געווארן דוקא אין טבריא:

דער ערשטער טעם זאגט ער: "זכר עשה לנפלאותיו" – אז א מענטש זאל זען דעם פלאץ און זיך דערמאנען פון די נסים. (דאס איז א שמועס פאר זיך (זעה באזונדערע פרק אויף "ים כנרת"), צי מען דארף מאכן א ברכה ווען מען גייט צום כנרת, אזוי ווי ביי אלע נסים וואס מען זעט. די גמרא זאגט דאך אין מס' ברכות, אז ווען מען זעט דעם פלאץ וואו עס איז געשען א נס פאר אידן, ווי קריעת ים סוף וכדומה, דארף מען מאכן א ברכה).

א צווייטער טעם פארוואס די בארה של מרים איז נגנז געווארן דארט, זאגט דער שבט מוסר, אז דער אייבערשטער האט געוואלט "להיטיב עם בריותיו", אז יעדער מענטש וואס דארף א רפואה "יתקרב ויתרפא". ער זאגט דארט אז דאס רעכנט אויס א 'מצורע' במיוחד.

דער דריטער טעם זאגט ער, אז דאס איז כדי מיר זאלן זען אז די בארה של מרים איז שוין גרייט, און אז בעזר ה' משיח קומט שוין בקרוב, און פון "טבריא - משם עתידין ליגאל", די בארה של מרים איז שוין גרייט מיטצוגיין מיט אונז.

יעצט, עס איז דא א ספר 'תפארת ציון' אויף ירושלמי און אויף מדרש. ער זאגט דארטן א פשט אז די ראשונים האבן געבויט דעם בית המדרש קעגן דעם באר, כדי ווען מען קומט ארויס פון בית המדרש זאל עס זיין גלייך קעגן דעם באר, און מען זאל קענען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די נסים און זיך מחזק זיין אין בטחון. אזוי ווי דער אייבערשטער האט געברענגט 'מן' פון הימל, און די באר וואס איז געווען פון הימל בדרך נס. אזוי אויך זאל מען וויסן אז "כִּי עַל כָּל מוֹצָא פִי ה' יִחְיֶה הָאָדָם" (דברים ח, ג), דער אייבערשטער איז א 'זן ומפרנס לכל'.

נפלאות הבאר פאר 'סגי נהור' און 'מצורעים'

דער מדרש רבה אין פרשת במדבר (יח, כב) פארציילט נאך א מורא'דיגע מעשה וואס איז געשען מיט די סגולה פון בארה של מרים. דער מדרש רעדט דארט ארום ווי אזוי דער אייבערשטער פירט אויס זיינע שליחות'ן, און נישט דוקא דורך א מלאך פון הימל. דער אייבערשטער פירט אויס שליחות'ן דורך 'דומם', 'צומח', 'חי' און 'מדבר'.

דער מדרש זאגט דארט ווי דער אייבערשטער פירט אויס זיין שליחות דורך 'וואסער', און ער ברענגט א מעשה:

עס איז געווען א מעשה מיט איין מענטש וואס איז געווען א מוכה שחין וצרעת, אבער דא לייגט דער מדרש צו אז ער איז אויך געווען א 'סומא'. דאס טייטש, נישט נאר ער איז נעבעך געווען א מצורע, נאר ער איז אויך געווען א בלינדער מענטש. ער איז אראפ אין די וואסערן פון כנרת זיך צו טובל'ן, און עס האט זיך אים נאכגעלאפן די בארה של מרים, ער האט זיך גע'טובל'ט און איז נתרפא געווארן. דא זעט מען שוין אז עס העלפט נישט נאר פאר צרעת, נאר אפילו פאר איינעם וואס איז א סגי נהור ל"ע. מיר זעען דא דברים נוראים וואס זענען געשען ביי די בארה של מרים!

די באר ביי די אבות הקדושים

מיר ווילן דא צוצייכענען עטליכע מדרשי פלא וועגן דעם ענין פונעם באר, וואו מיר וועלן זען די געוואלדיגע סגולה פונעם באר.

די ערשטע זאך דארף מען וויסן, אז די באר בעצם קומט שוין פון די אבות הקדושים. אין פסוק אין פרשת חקת שטייט ביי די שירת הבאר (במדבר כא, יח) "בְּאֵר חֲפָרוּהָ שָׂרִים", די בארה של מרים וואס די 'שרים' האבן שוין חופר געווען. רש"י ברענגט: ווער זענען געווען די 'חפרוה שרים'? זאגט רש"י: דאס זענען געווען משה און אהרן.

אבער דער מדרש תנחומא און דער תרגום יונתן זאגן אנדערש. דער תנחומא זאגט אז 'באר חפרוה שרים' גייט ארויף אויף די אבות, און 'נדיבי עם' זענען די נשיאים. קומט אויס לויטן מדרש תנחומא אז די אבות הקדושים האבן שוין געהאט די באר. אינעם תרגום יונתן שטייט אז 'באר חפרוה שרים' גייט ארויף אויף די אבות הקדושים, און 'נדיבי עם' גייט ארויף אויף משה און אהרן.

לאמיר זען דעם מדרש אין פרקי דרבי אליעזר (פרק לה), דארט זאגט אונז רבי אליעזר הגדול א מורא'דיגע זאך: "רבי עקיבא אומר", אין יעדן ארט וואו אונזערע אבות הקדושים זענען געגאנגען, "היתה הבאר מהלכת לפניהם". די בארה של מרים איז געגאנגען פאר זיי, עס האט זיך געקאלערט פאר זיי. דאס טייטש, פונקט אזוי ווי די אידן אין מדבר האבן געהאט א 'עמוד הענן' און א 'עמוד האש', אזוי אויך האבן די אבות הקדושים געהאט אט די 'באר'. דער מדרש גייט דארט אריין מיט א מורא'דיגע אריכות אין אלע בארות וואס די אבות הקדושים האבן געהאט, און אז יצחק אבינו האט "וַיַּחְפֹּר אֶת בְּאֵרֹת הַמַּיִם" (בראשית כו, יח).

דער מדרש זאגט דארט, אז ווען יעקב אבינו איז אלט געווען איין און זיבעציג יאר, "בצאתו מבית אביו", ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון זיין טאטע יצחק און זיין מאמע רבקה, האט ער געהאט די בארה של מרים וואס איז געגאנגען פאר אים, פונקט ווי די אידן אין מדבר האבן געהאט דעם ענן וואס איז געגאנגען פאר זיי.

די לשון פון פרקי דרבי אליעזר איז: "והיתה הבאר מהלכת לפניו מבאר שבע עד הר המוריה", א מהלך פון צוויי טעג, און ער איז אנגעקומען אהין אין א האלבן טאג, "וכפגע בו הקדוש ברוך הוא", ווי דער פרקי דרבי אליעזר איז דארט מאריך. אבער עכ"פ זעט מען דא אז די אבות הקדושים האבן שוין געהאט די בארה של מרים.

זאגט דער מדרש ווייטער, אז ווען יעקב אבינו איז אנגעקומען צו "ויפגע במקום" ביי הר המוריה, שטייט אין מדרש אזוי: דער אייבערשטער האט געזאגט פאר יעקב אבינו: "יעקב, הלחם בצקלונך", דו האסט ברויט אין דיין טאש, "והבאר לפניך", און דו האסט די בארה של מרים פון וואו דו קענסט טרינקען.

עכ"פ, זעען מיר פון פרקי דרבי אליעזר אז די בארה של מרים איז שוין געווען ביי די אבות הקדושים, און עס זענען שוין געווען נסים דערמיט; עס האט שוין געגעבן צו טרינקען פאר יעקב אבינו און עס איז מיטגעגאנגען מיט די אבות הקדושים וואו אימער זיי זענען געגאנגען.

"פירות גינוסר" און דער כח הרוחני פונעם וואסער

דער תמצית פון די דאזיגע זאכן איז, אז די בארה של מרים האט אין זיך מורא'דיגע סגולות ווי מיר האבן געזען.

אבער די פשוט'ע שאלה וואס יעדער וועט פרעגן איז: ווי אזוי איז מען זוכה מוצאי שבת אנצוקומען צו די בארה של מרים?

מיר וועלן דא צוצייכענען די ווערטער פון הרה"ק רבי משה קליערס זי"ע, דער רב פון טבריא, אין זיין ספר 'טבור הארץ' (פרק ח), וואו ער זאגט א הפלא'דיגע יסוד וואס וועט אונז מסביר זיין דעם גאנצן ענין פון פירות גינוסר אין עיה"ק טבריא. און מיט דעם וועלן מיר פארשטיין א געוואלדיגן יסוד אין דעם ענין פון טרינקן וואסער מוצאי שבת.

עס איז באקאנט אז די פירות וואס וואקסן ארום טבריא ווערן אנגערופן 'פירות גינוסר'. די גמרא זאגט שוין אין מסכת מגילה (ו, א): "כינרת זו גינוסר". פארוואס הייסט די כנרת כנרת? ווייל די פירות פון גינוסר זענען אזוי זיס ווי דער קול פון א כינור.

די גמרא אין מסכת ברכות (מד, א): "אמר רב אחא בר יעקב", אז עס איז דא א פאל וואו די "מליח עיקר ופת טפל" - דער צושפייז איז דער עיקר און די פת איז טפל. דאס טייטש א מענטש עסט אביסל ברויט, און די ברויט ווערט דעם טפל צום עסן.

האט רב אחא בריה דרב אבא געזאגט: איך וועל דיר ברענגען א ביישפיל ביי די וואס עסן פירות גינוסר. זאגט רש"י: "פירות גינוסר" - דאס זענען "פירות ארץ ים כנרת, חשובים מן הפת", זיי זענען פיל חשוב'ער פונעם ברויט.

די גמרא ברענגט דארט אראפ א מעשה: "אמר רבה בר חנינא, כי הוה אזלינן בתריה דרבי יוחנן למיכל פירות גינוסר" - ווען מיר פלעגן נאכגיין רבי יוחנן צו עסן פירות גינוסר, "כי הוו בי מאה" - ווען מיר זענען געווען הונדערט מענטשן, "מנקטינן ליה לכל חד וחד עשרה עשרה" - פלעגן מיר נעמען פאר יעדן איינעם צען קארבלעך פירות.

די גמרא גייט דארט ווייטער מיט א מורא'דיגע אריכות ווי אזוי דער הייליגער ריש לקיש האט געגעסן פירות גינוסר אויף אן אופן מופלג מאוד.

דער פארגלייך צווישן דעם "מן" און די "בארה של מרים"

און רבי משה קליערס פרעגט א קשיא: לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס וויל די גמרא אונז לאזן הערן?

ער איז מאריך דארט מיט כמה מהלכים, און ער זאגט דארט אז אין די מאכלים פון א מענטש ליגן מורא'דיגע ניצוצות. ווי די גמרא ברענגט אראפ אין מסכת יומא (עו, א) ביי די מן, דעם פסוק אין תהלים (עח, כה) "לֶחֶם אַבִּירִים אָכַל אִישׁ", זאגט די גמרא אויף דעם, "שירד ליהושע מן כנגד כל ישראל".

וואס איז דער פשט דערין? - דער פשט איז, אז אין יעדן מאכל איז דא א חלק הגשמי און א חלק הרוחני, און דער חלק הרוחני גיט א מורא'דיגן כח פארן מענטש. דערפאר זאגן חז"ל (מדרש תנחומא, בשלח כ, מדרש שוחר טוב, תהלים מזמור עג) אויף די אידישע קינדער, אז "לא ניתנה תורה אלא לאוכלי המן", וויבאלד זיי האבן געגעסן דעם מן, וואס איז א מורא'דיגער רוחניות'דיגער מאכל, האבן זיי געקענט משיג זיין די גרעסטע השגות אין די תורה, ווי מיר רופן זיי אן 'דור דעה'. און יהושע בן נון, וועמען משה רבינו האט סומך געווען, האט געהאט מן כנגד כל ישראל, ווייל ער האט געדארפט משיג זיין א העכערע השגה אין תורה.

זאגט דארט רבי משה קליערס, אז די פירות פון ארץ ישראל האבן אין זיך א מורא'דיגע קדושה, דוגמת די מן אין מדבר, און דערפאר האט משה רבינו געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל. די לשון פון חז"ל איז: "וכי לאכול מפריה הוא צריך?" – צי דארף ער דען עסן די פירות? פרעגט רבי משה קליערס: וואו קומט דא אריין עסן פירות? וואס איז די הוה אמינא?

זאגט רבי משה קליערס, משה רבינו האט טאקע געוואלט עסן די פירות, ווייל דער חלק הרוחני וואס ליגט דארט איז מורא'דיג גרויס, און דורך דעם קען מען זוכה זיין צו גרויסע השגות אין תורה!

ער פירט אויס: פונקט ווי דער מן איז געקומען מן השמים און 'לא ניתנה תורה אלא לאוכלי המן', ווייל דער מן האט געגעבן א מורא'דיגן כח פאר השגות אין תורה, די זעלבע זאך איז מיט די באר וואס די אידן האבן געטרונקען; עס האט זיי אריינגעגעבן א מורא'דיגן כח הרוחני צו פארשטיין די תורה הקדושה און האבן השגות.

ער איז מסביר דערפאר, אז די אלע פירות וואס האבן געוואקסן ארום טבריא, וויבאלד זיי זענען געוואסערט געווארן פון דעם וואסער פון כנרת – וואו די בארה של מרים ליגט דאך – קומט אויס אז די פירות האבן געוואקסן און יונק געווען פון בארה של מרים, און דער חלק הרוחני אין די פירות איז געווען גאר גרויס.

דערפאר האבן דער הייליגער רבי יוחנן און דער הייליגער ריש לקיש געגעסן א געוואלד מיט פירות, ווייל זיי האבן געוואלט זוכה זיין צו געוואלדיגע השגות אין תורה. און מיר ווייסן דאך אז יעדע רוחניות'דיגע זאך, ווען זי ווערט נשתלשל בגשמיות, האט זי א מורא'דיגן געשמאקן טעם. דערפאר זאגט די גמרא אז די פירות פון גינוסר און די פירות פון טבריא האבן געהאט א טעם 'ככלא דכינרא'.

מיר זעען פון דעם א מורא'דיגן יסוד פון רבי משה קליערס, אז דאס וואסער פון כנרת, וויבאלד עס קומט פון בארה של מרים, האט דער גאנצער פלאץ ארום וואס יונק'ט פון דעם א ספעציעלן כח.

אויב אזוי, מוצאי שבת, וויבאלד בארה של מרים גייט דאן ארום און איז זיך מתגלגל אין אלע בארות און מעיינות איבער די גאנצע וועלט, איז דער וואס טרינקט דאס וואסער – אפילו ער טרעפט נישט ממש די באר אליין – דאך יעצט מחובר צו איר. און פונקט ווי די פירות פון טבריא און גינוסר האבן געהאט דעם מורא'דיגן געשמאקן טעם און מורא'דיגע רוחניות'דיגע כוחות, אזוי אויך האט דאס וואסער מוצאי שבת אין זיך מורא'דיגע כוחות.

המשך יבוא בעז"ה אינעם קומענדיגן גליון

More in this printout

View the whole printout