Skip to content
א קוואל פון חיזוק - אידיש

שווייגן איז א מיליאן דאלער'דיגע ביזנעס-דיעל!

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

זיך טרעפן מיט מענטשן...

טאג-טעגליך, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, איז די מציאות הדברים אז א מענטש דורכאויס זיין לעבן טרעפט זיך אן מיט 'מענטשן'. איינער זאגט אים א דבר של גנאי, איינער זאגט אים א דבר של בזיון, און דער אנדערער זאגט אים עפעס וואס שמעקט אים נישט אזוי גוט. א מענטש טרעפט זיך כסדר מיט געפילן, מחשבות און דיבורים פון מענטשן וואס טוען אים מבזה זיין, זיי פארשעמען אים און טוען אים וויי. די שאלה איז נאר, ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה מיט די זאכן?

איז אוודאי און אוודאי אז א מענטש איז מחויב זיך מתגבר צו זיין, מקבל צו זיין עול מלכות שמים, און וויסן אז עס איז דא אן איסור לשון הרע, עס איז דא אן איסור נקמה, און עס איז דא אן איסור פון "לא תקום ולא תטור" וכדומה.

דער מפתח פונעם הייליגן רוז'ינער זי"ע

קומט אבער דער הייליגער רוז'ינער זי"ע ('עירין קדישין' ערך בעלי תשובה, דף תפ"א) און זאגט: "איך גיי דיר דא געבן א מפתח, און פלוצלינג וועסטו זען ווי די גאנצע סוגיא באלייכט פשוט דיין לעבן".

ער זאגט א דבר נפלא מאוד: מיר ווייסן דאך אז גיהנום – די פייער פון גיהנום - זאגט דער הייליגער רמב"ן, קומט אפילו נישט נאנט צו די יסורי איוב פון זיבעציג יאר.

זאגט אבער דער הייליגער רוז'ינער: ווען א מענטש האט יסורי הגוף אויף דער וועלט אפילו פון איין קליינעם זמן, אויב ער איז עס מקבל באהבה, ער דאנקט דעם אייבערשטן דערויף, ווערן אים נמחל "צוואנציג יאר" פון יסורי גיהנום.

אזוי זאגט דער הייליגער רוז'ינער! און דער רוז'ינער האט פונקטליך געוואוסט וואס עס טוט זיך אויבן אין הימל...

די מעלה פון יסורי הדעת און שווייגן

זאגט אבער דער רוז'ינער ווייטער: עס איז דא עפעס וואס ווישט אפ יסורי גיהנום נאך פיל מער און סאך שטארקער, און דאס איז 'יסורי הדעת'. ווען עמיצער האט יסורי הדעת און יסורי הנפש, ווערן אים נמחל "פערציג יאר" גיהנום!

פרעגט דער הייליגער רוז'ינער: וואס מיינט 'יסורי הדעת?'

זאגט ער: ווען עמיצער איז דיך מבזה, עמיצער האט דיר "אריינגעזאגט..." עמיצער האט דיר עפעס שלעכטס געטאן אדער דיך בארעדט, און דו ביסט פול מיט יסורי הנפש און יסורי הדעת, אבער דו גייסט נישט און דו נעמסט נישט קיין נקמה – דו ענטפערסט נישט צוריק, דו שווייגסט און ביסט עס מקבל באהבה – אין דעם מאמענט ווערן נמחל פערציג יאר גיהנום!

לאמיר זיך פארשטעלן: ווען א מענטש גייט מאכן א ריזיגע ביזנעס דיעל פון עטליכע מיליאן דאלער, ער עסט נישט געהעריג, ער טרינקט נישט געהעריג און ער איז נישט אינדערהיים געהעריג, אבער עס איז פאר אים א 'תענוג'. ער שפירט נישט ווי ער פייניגט זיך, ווייל ער ווייסט אז ער גייט דא מאכן מיליאנען.

אויב דו ווייסט דעם פשט אז פערציג יאר גיהנום גייען יעצט נמחל ווערן, ווערט עס דאך זיס און ליכטיג!

אוודאי און אוודאי טאר מען נישט נקמה נעמען ווייל די תורה און דער אייבערשטער האבן געהייסן אזוי, און מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע ווייל דער אויבערשטער האט אזוי באפוילן. אבער למעשה איז דער מענטש אינגאנצן צוטומלט און צובראכן; ער קען נישט לערנען אדער דאוונען געהעריג, און ער קען נישט אנגיין מיט זיין לעבן ווייל ער איז צוקלאפט, פארשעמט און מבוזה.

אבער טאמער ער פאנגט אן צו טראכטן אז ער האט זיך דא אויפגעבויט אזא הערליכע פאלאץ און ער האט דא פארדינט מיליאנען אן א שיעור – פערציג יאר גיהנום אפגעווישט – דאן ווערט דער מענטש א ליכטיגער מענטש.

More in this printout

View the whole printout